חסידים אויפן פליגער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

חסידים אויפן פליגער

שליחה דורך יהורם »

ווען איך הייב נאר אן אריינקלערן אין וואס עס קומט פאר ווען א חסיד פארט ערגעץ איבערן ים קומט מיר דאס בלוט ארויף און קאפ און שטורעמט אן אויפהער.

זייער פאני איז געווען ווען יואלי לעבאוויטש האט חוזק געמאכט פון די אלע וועלכע קוועטשן זיך אריין אין פליגער און שנארכעצן און דאווענען און נעגל וואסער'ן אויף איין מאל, אינטערסאנט איז געווען אז די אלע האבן עס אויסגעהערט און געלאכט, אבער קיין טויש האט זיך נישט געזען...

אלס אן אפטער פליער קומט מיר זייער אסאך מאל אויס צו זען די זינלאזע און צומאל שלעכטע און גרויזאמע אויפפירונג וואס חסידישע אידן פירן זיך אויפן פליגער אין גלות בין העמים און עס טוט מיר וויי אז מיר באקומען א צורה פון אין בעסטן פאל אומוואוסנדע קאמפליצירטע מאלפעס.

דער חסיד בוקט זיך זיין טיקעט פיר און צוואנציג שעה פארן פלייט, ער באשטעלט און קענסעלט טעקסי'ס פונעם בוקן ביזן פליען, ער נעמט מיט זיין גאנצן פרידזשידער אין זיין רענצל און ס'איבריגע שלעפט ער מיט און פילצאליגע שאפינג בעג'ס, ער האט רוב מאל פראבלעמען מיט זיין פאספארט און ער בעט אז אלע ארומיגע מיט אים אין די רייע זאלן אים האלטן זיין פלאץ ווייל ער דארף אין טוילעט.

דאן ווען ער קומט צוריק ווען צווישן זיינע ציין האלט ער די ברילן און מיט די הענט פארמאכט ער זיין הויזן זיפפער, באמערק איך זיין אויליגן פליפ פאון צווישן דעם אויער מיטן אקסל, ער לויפט ארום מיט א הוט אן א רעקל און ער מאכט אויך זיכער אז ווען ער קומט צוריק אריין אין די שורה זאל ער חלילה נישט צורירן צו א פרוי, עס איז אייביג אויפפאלנד ווי ער ברענגט אונטער די גאנצע דיוויידער אויס מורא אז ער וועט בטעות אריינזעצן אין די ספאנישע באבע וואס שטייט מיט איר מאן צוויי פיס אפגערוקט.

נאכן אריינטשעקן קומען מיר אן צו סעקיוריטי, דער הייבט זיך אן פושט ולובש זיין, אז ער זעט אז עס איז דא איבריגע קאנטעינערס כאפט ער נאך פינף שטיק, ער לויפט אריבער דעם בוט כדי מען זאל אים נישט הייסן אויסטון די שלייקעס, דאן ווען מען כאפט אים לויפן ווי א טעראריסט שטעלט מען אים אפ און מען וויל אים באטאפן, אבער דא הייבט ער אן ברומען ווי כאילו ער קען נישט רעדן רואיג, אה, זיי מוזן פארשטיין אז נא נא מיינט אז א פרוי טאר אים נישט אויסטאפן...

מען קומט אן אין דיוטי פרי און דער טוט זיך אויס די גלעזער מיט אן אימה דקדושה און לויפט צווישן די פילע פיסגייער, דאן באמערקט ער מיר און ער קומט צו, איך זאג אים שנעל כ'האב שוין געדאווענט און ער טרעט אפ נישט פארן וועריפייען אז איך בין נישט משה נחום'ס איידעמס ברודער.

מען זיצט שוין אויפן פליגער, מען מאכט זיך באקוועם, איך פריי זיך אז מען גייט זיך שוין הייבן ווען דער ריזיגער פארשוין פליט אריין אנגעטון מיט זיינע רבינו תם'ס תפילין, אוי וויי, דער רשעותדיגער עירליין האט אים געוואלט זעצן נעבן א שיקסע, ער שרייט שוין ווייטער נא נא נא און די סטוארדס קומען צו לויפן מיינענדיג אז עס איז דא א באמבע סטראשונקע, ווען זיי פרואוון אים מסביר זיין אז עס איז שוין צו שפעט, פארשטייט זיך אז ער פרובירט מיר צו ווינקען אז איך זאל קומען צוהילף, האסטעך א יודישע נשמה... כככ... אבער כ'מאך זיך שלאפענדיג.

ענדליך גיבט זיך די פרוי אונטער און זי שטעלט זיך אויף, מען גיבט איר אן אנדערן פלאץ און מען הייבט זיך.

נאך גאנצע פופצן מינוט אין די לופט, דע סעקונדע ווען די באקל לייטס זענען געווארן אףף, שפרינגט דער חסיד אויף, ער יאגט ארום אינעם פליגער, ער וויל דרינגענד דאווענען מנחה מיט מנין, (איי, ער איז דער וואס דרייט זיך אין מונקאטש פירע נאכמיטאג מיט די תפילין... נו, ער טאר נישט האבן א גוטע מינוט?) ער לויפט ארום און טעראריזירט עטליכע פרייע יוגנטליכע (ציונים, פוי) ער רודערט און לאזט נישט נאך ביז איינער שרייט לך מפה און שטייטעלעך פארלאזט ער דאס ארט, ווען ער איז מיר דורכגעגאנגען האב איך זיך געמאכט שלאפן אבער ער האט נישט נאכגעלאזט, ער האט מיר ליטערלי אויפגעוועקט! כ'מיין אז תפילה בציבור איז סתם אזוי נישט דוחה גזל שינה. . ער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל און בעפאר ער גייט אוועק לאזט ער איבער ביי מיר א שטילן אבער בארבארישער נפיחה'לע וואס סראכעט אזאנס אזש עס האט אנגעהויבן שטינקען ווי נאכן קריג צווישן הויפענעס טויטע, דאן האט ער זיך צוריק אוועקגעזעצט, אוועקגעזעצט? ניין, ער הייבט אן שלעפן רענצלעך און שיסן און ווארפן זאכן ווייל ער זוכט זיין גארטל, שאפינג בעגס פליען און מענטשן רעגן זיך אבער ער איז כולו גארטל.

ענדליך ענדליך שלאף איך איין און איך האלט שוין נישט מיט זיינע ראדיקאלע שריט, אבער ווען מען גייט אראפ פון פליגער איז ער מיר געווענליך מכבד מיט א זעקל צוויי...

דאן ווען מען שטייט שוין ביי קאסטומס זעה איך אז ער שטייט נעבן אן איבערוואגיג שפיצל לעידי, הייסט ער האט מיטגעשלעפט זיין ווייב אויכעט...

ער קוקט מיר אן שטרענג איל זאל חלילה נישט קוקן אויף זיין ווייב, אבער ווען איך זעץ מיר אריין אין מיין אובער לויפט ער צו מיט איין אטעם, כ'קען זיך מיטכאפן? בלית ברירה זאג איך אים יא, איך טוה זיך אן מיינע עירפאונס און איך לייג זיך שלאפן.

ווען מען קומט אן זעה איך אז ער האט מפתה געווען דעם דרייווער אים צו נעמען ביז זיין דעסטינאציע נישט אין אכט נעמענדיג אז א סטאפ קאסט געלט, ער גייט ארויס און מאכט זיכער צו לאזן אפן דעם טיר ווילאנג ער לאדנט אפ זיינע רענצלעך, דאן קנאקט ער עס צו מיט א כעס און וואקט אוועק אן א שכח אינאיינעם מיט זיין גראבע רעבעצן.


רבותי, די מעשה איז א מעשה שהיה הוה ויהיה, עס טוט זייער וויי אז חסידישע אידן ברענגען זיך אראפ זייער אייגענע אימעזש אלס וועגן עטליכע נארישע או. סי. די. אנגעלעגנהייטן מיט איינגערעדטע פרומקייט.

קיצור הלכות טיסה:


סעיף א) א מהלך בדרך איז פטור פון דאווענען בציבור, ער האט אפילו א קורצע שמו"ע.

סעיף ב) מען מעג לויט אלע דעות זיצן נעבן א פרוי אויב איז דא א דיוויידער צווישן אייך ביידע, אויב זענט איר א קדושה ליידנדער און עס ברענגט אייך הרהורים זענט איר פול בארעכטיגט שיינערהייט צו פרובירן טוישן זיצן.

סעיף ג) א קידוש השם מיינט טאקע דאן ווען איר זענט גערעכט וד"ל.


ביטע נישט דעבאטירן איבער די הלכה חלק, דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם טראגי-קאמישן ארטיקל איז אז חסידים זאלן אויפפאסן זיך צו אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן ווייל מיר ליידן שוין גענוג פון אנטיסעמיטיזם איבערן וועלט און אויב פעלט אויס צוצולייגן ביטע זייט נישט קיין וואלונטיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יהורם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר