ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

שליחה דורך גדליה »

דאס יהדות החרדית און נעוו יארק איז נאך היפש צוטרייסעלט פון די ביטערע בשורה פין די פלוצינגדיגע פטירה פון ר' פרחיה זלע"ה.
ר' פרחיה האט ווי באקאנט געלעבט א מיסטריעזע לעבן, אין אסאך יודן האבען עם דעריבער נישט געקאנט אזוי גיט, אייגענטליך כמעט קיינער האט אים נישט ארויסגעהאט, פארדעם איז שווער צו באשרייבען געהעריג זיין תולדות.
כ'וויל דא בעטען דעם עולם מ'זאל צאמקלייבען ווער ס'ווייסט עובדות אין אנעקדאטען נאך דעם גברא רבא וועלכע האט זיך אזוי פריצייטיג געזעגענט פון אונז, נאכדעם וואס ער האט זוכה געוועזען אז שמעתתיה מיבדדרין בבי מדרשא, דא קאווע שטיבעל איז געווען א שטיקעל אכסניא של תורה ווען דרעוילעם האט נושא ונותן געווען אין זיינע דברי חכמה שנאמרו בהשכל ובדעת ובתמהון לבב.
כמובן מזאל נאר דערציילען אמת'ע מעשיות, אזוי ווי ר' פרחיה זלע"ה איז געוועזן א איש אמת וועט ער זיכער וועלען מ'זאל דערציילען נאר אמת'ע מעשיות נאר אזוי ווי מ'קען דאך נישט אלעס פעסטשטעלען, בעטען מיר ס'זאל עכ"פ פעסען די באקאנטע ליטמעס טעסט פאר סיפורי צדיקים, אז אויב ס'וואלט געקענט זיין אמת דעמאלץ איז עס זיכער אמת.
מיר וועלען אנהייבען מיט די שמועות וואס דרייען זיך ארום איבער זיין פטירה, מ'זאגט אז שוין לאנגע יארען וואס ער רעדט וועגען זיין טויט, אין ער טענה'ט אז ער האט זיך קיינמאל נישט געשראקען פון שטארבען. ווען איינער האט עם געפרעגט צו ער האט נישט מורה פון די עונשים אוףי יענע וועלט האט ער געגעבען א זאג, "די רגע מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט באגעגענט מען זיך מיט א גרויסע סיין 'color war'!"
א אנדערע מאל האט ער געזאגט אז ער זאגט יעדע צופרי יענע לשם יחוד וואס איז מבטל אלע דיבור מחשבה ומעשה וואס מ'טוהט נאר במשך די טאג וואס איז נישט צי די ווילען פון ג-ט ברוך הוא, במילא זאל מען עם אריינווארפען אזא לשם יחוד'ל אין קבר אריין אין ווען ער וועט קומען אויפ'ן עולם האמת וועט ער דאס צייגען און דעס וועט מאכן נאלל אלע זיינע חטאים.
מ'בעהט די עולם ווער ס'קען צוגעבען, ר' פרחיה זלע"ה אידאך געווען א באקאנטע מענטש ער האט זיך געדרייט איבעראל, ער איז געווען א גרויסע שמועסער אין ס'דא אסאך מאמרים פון עם וואס דרייען זיך אין גאס, אשר על כן וועט זיין א גרויסע ענין מ'זאל נאכדערציילען אלץ וואס מ'האט געהערט, אין אפשר וועט מען קענען צאמקלייבען עפעס צי דרוקען.
אגב, ס'דרייען זיך ארום קלאנגען אז ר' פרחיה זלע"ה האט איבערגעלאזט א גאנצע בינטעל חידושים אין אלע מקצועות הויה אין ס'איז פארשווינדען געווארען ביי די שמונה. אויב איינער ווייסט עפעס פרטים ביטע זיך מעלדען צי די מורישים.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר