ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

שליחה דורך גדליה »

כידוע דרייען זיך היינט ארום שווערע הונדרעטער - אפשר טויזענטער מענטשן - אין היימישע געגענטער וואס שפירען זיך אויסגעשלאסען און ארויסגעפאלען פון די סאסייעטי. א יונגערמאן קען הארעווען לאנגע יארען אין כולל אין זיך פארהערען יורה דעה חלק ב׳ און הלכות שבת אין וואס נישט, אבער קיינער קוקט נישט אויף עם.
א איד קען ליינען אינטערסאנטע חכמות אין נייעס און זיין א בקי דערינען, אבער אויב ווילער זיך נישט צונאר מאכען אויף קול מבשר, וועט עם קיינער נישט אנקוקען.
א יוד קען האבען א געזונטע חוש אין ארט אין מעלעריי, אבער היות ער שעמט זיך זיך צו דערקלערען אלץ א מעלער בלייבט זיינע טאלאנטען שימלען
א יונגערמאן קען זיין א געזונטע בקי אין מוזיק אין נגינה און האבען אפילו א שיינע שטימע, אבער היות זיין טאטע איז דער צריסקער רבי וועט ער קיינמאל נישט קענען נוצען די טאלנטען

ווילען מיר דא עפענען א אשכול וואס זאל מסביר זיין ווי אזוי מ׳קען באקומען אביסעלע עטענטשען אין וויליאמסבורג.
ס׳איז דא צוויי מהלכים אין מיר וועלען זיי רופען ראבינאוויטש א׳ און ראבינאוויטש ב׳.
ראבינאוויטש א׳ מהלך: איהר ברויכט זיך אריינלייגען אין ריעל עסטעיט, באשווינדלען אפאר יודן צו גויים, אין נאכדעם וואס איר פליפט עטליכע הייזער אין דערקלערט זיך אלץ גביר, וועט יעדער רעדען פון אייך אין אייך מקנא זיין אין גליסטען צו לעקען די הארטע הויט פון אייער פיס אין מקוה.
ראבינאוויטש ב׳ מהלך: דערקלערט אייך אלץ א גרויסע בעל מוחה אין א מענטש וואס פראטעקט די גאנצע יהדות החרדית פין אונטערגיין, לויפט ארום צו רבנים אינטערשרייבען קול קורא׳ס, האלט שטורעמישע דרשות איבער אלע געפארן וואס לאקערען אויף יודישע קינדער און קראכט אומגעלונגענע וויצען וואס וואלטן פארשעמט יאנקעל מיללער כדי די ״מוסר״ זאל האבען א השפעה. דאס וועט אייך גאראנטירען אסאך אטענשאן אין טויזענט קעפיגע הספדים לאחר מאה ועשרים

די דריטע מהלך ווערט גערופען די טייטעלבוים מהלך אבער דאס איז נישט נוגע פאר רוב מענטשען. די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי, אין טאמער דאס געלונגט קענט איהר זיין די גרעסטע אידיאט אבער מ׳וועט רעדען פון אייער פקחות א גאנצע טאג.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר