דער וואונדערליכע לעצטע ווינטש פון דוד המלך פאר זיין זון שלמה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער וואונדערליכע לעצטע ווינטש פון דוד המלך פאר זיין זון שלמה

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער מעכטיגער אידישער קעניג דוד ליגט אויף זיין טויט בעט - דער שטורעמישער לעבן פונעם מעכטיגען קעניג דוד קומט אט צו איר ענדע. די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן האפענונג - זיי קענען שוין אצינד גארנישט טאן. דער קעניג געבט אצינד איבער זיינע לעצטע אנווייזונגן פאר זיין זון דער צוקניפטער קעניג שלמה. די ערשטע זאך וואס דער שטאבענדער קעניג זאגט אים איז ווי פאלגנד: איך גיי אויפן וועג ווי אלע מענטשן גייען, די זאלסט דיך שטארקן און זיין א מאן!
וואס באדייט דאס זיין א מאן? און פארוואס דארף מען זיך שטארקן צו זיין א מאן? און פארוואס האט דער קעניג געפונען פאר וויכטיג דאס דאס צו זאגן פאר זיין זון הארט פאר זיין טויט – צווישן זיינע סאמע וויכטיגסטע לעצטע אנווייזונגן?

דער נאטור פון א מענטש איז – אז ער גלייכט צו זיין א קרבן (וויקטי''ם בלע''ז), ער פארמאגט נישט די נויטיגע גייסטישע שטארקייט צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זיין פערזעליכע אויפירונג. ער זעלבסט איז קיינמאל גארנישט שולדיג און ער איז נישט פאראנטווארליכט פאר זיינע טעטיקייטן. ער דערקלערט זיך אלס קרבן און אזוי ווערט ער לויז פון די אינערליכע געוויסנביסן וועלכע וועלכע פאדערן פון אים, יא צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זיינע טעטיקייטן, און ענדערן זיין אויפרירונג און לעבנס-שטייגער. דוד המלך זאגט פאר זיין זון שלמה: שטארק דיך און זיי א מאן! נעם פאראנטווארליכקייט אויף דיינע טעטיקייטן, פארשלייער דיך נישט אין קיין קרבן-מאנטל! בלויז אזוי וועט דיין קעניגרייך זיין שטאנדהאפטיג.

דאס איז אבער גארנישט אזוי איינפאך. נעמליך, צומאל איז א מענטש טאקע יא ווירקליך א קרבן, וו.צ.ב.ש. עמיצער קומט פאר א שווערע שטוב, וואו די עלטערן האבן זיך נישט פארטראגן צווישן זיך, אדער עמיצער וואס ס'האט געליטן גייסטישע און פיזישע דערנידערונגען און פיינונגען פון זיינע מלמדים אדער לערערינס, אדער עמיצער וואס איז אריינגעפאלן מיט א נידערטרעכטיגער באטריגער וועלכער האט אים איבערגעלאזט נאקעט ווי דער טאג פון זיין געבורט. און ווער רעדט נאר פון עמיצער וואס איז נעבאך אלס קינד פארגעוואלדיגט געווארן דורך א וויסטער סאדיסט. אזא איינער איז דאך יא ווירקליך א קרבן. איז דען פארהאן א מעגליכקייט צו זאגן פאר אזא איינעם, שטארק דיך און זיי א מאן? נעם פאראנטווארליכקייט? פאראנטווארליכקייט אויף וואס? אויף די נידערטרעכטיגער אקט וואס יענער געמיינער סאדיסט איז באגאנגן קעגן מיר?

א אלגעמיינע טארעפיסט וועט זיך טאקע באנוצן מיט דעם דאזיגען מעטאד צו היילן דעם קרבן. ער וועט זאגן פארן באטרעפנדן אז ער איז נישט פארפליכטעט זיך ארום צו טראגן מיט אינעליכע געוויסנביסן צוליב יענעמס בייזוויליגע אקטן, ער וועט אויסבויען דעם קרבן-געפיל ביים באטרעפנדן אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ווען מ'קוקט אויבערפלעכליך איז דאס טאקע דער פאסיגסטע היילונגס-מיטל פארן באטרעפנדן. ווייל מענטשן זענען אין אלגעמיין צו שוואך צו נעמען פאראנטווארליכקייט און קענען ליבערשט באשטיין צו זיין א קרבן, וואס דאס בארעכטיגט זייער אויפירונג און לעבנסשטייגער וועלכע זיי פירן זיך, אין רעזלוטאט פון די שוועריקייטן וואס זיי האבן געליטן אין זייער יוגענט.

אבער ווען מ'טראכט אריין מער ראציאנאל איז דאס נישט אין גאנצן אזוי. פארוואס דארפן די שוועריקייטן וואס מ'האט געליטן אינעם יוגענט אפעקטירן דאס גאנצע לעבן פון מענטש? פארוואס זאל א מענטש ענדערן זיין לעבנס-שטייגער צוליב א געשענעניש וואס ער איז אריבער אין זיין פארגאנגנהייט? זיי נישט קיין שוואכלונג און דעקלער דיך אלס א קרבן! נאר קאפויער נעם פאראנטווארליכקייט אויף דיין אויפירונג. און זיי א מאן! זיי שטארק ביי דיך. בוי אויף דיין דיין זעלבסט-זיכערקייט. אפגעזן פון די געמיינע אקטען פון וועלכע די האסט געליטן אין דיין יוגענט.

פיין און וואויל אבער ווי אזוי באווייזט מען דאס? דער גייסט איז דאך אזוי צו קלאפט, און דאס זעל איז דאך אזוי אנידערגעשלאגן, דער פיין איז דאך אזוי אויסטערליש גרויס, דער וואונד איז אפען און עס טריפט נאך בלוט... די געפילן פונעם הארץ געוועלטיקן אויפן שכל פונעם מוח...

דער פאסיגסטע לעזונג אין אזא סיטאציע וואלט ווען פילייכט געווען צו באהאנדלן דעם וואונד זעלבסט. דאס באדייט צו קאנפראנטירן די דאזיגע וועלכע האבן בייזוויליג באשאפן דעם וואונד. דער געליטענער דארף טאן אלעס אויף דער וועלט צו ברענגן די דאזיגע וואס האבן אים פארוואונדערט צו גערעכטיקייט. אין אלגעמיין היילט דאס עטוואס דעם אפענעם וואונד און מ'קען דערנאך צוריק ארויפגיין אויף די גלייכע רעלסן. און דאן קען מען שוין רעדן פון נעמען זעלבסט- פאראנטווארליכקייט און זיין א גבר שבגברים.

דער ווייטאג איז בלויז אז מיר לעבן א געזעלשאפטליכער לעבן. מיר זענען געבינדן מיט אייזענע צוואנגן צום געזעלשאפט. מיר זענען צום באדויערן נישט קיין אינדיווידיאלע באשעפענישן. מיר זענען געצווינגן צו האלטן אונזערע קינדער אין די חרדישע אינסטיטוציעס, מיר דארפן טאן שדוכים מיט אונזער קינדער, מיר דארפן זיין שיינע אידן פאר די גאס. אין רעזולטאט האלטן זיך מאנכע קרבנות אפ צו קאנפראנטירן די דאזיגע וואס האבן זיי אומגליקליך געמאכט. דאס פאראורזאכט אז זיי זוכן צו דערשטיקן זייערע געוויסנביסן וואס מאנט זיי אינערליך צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זייער אויפירונג, און אנשטאט דעם דעקלערן זיי זיך אלס קרבן...

דאס טאקע האט דוד געזאגט פאר שלמה: לעב נישט פארן געזעלשאפט! טיה וואס ס'איז ריכטיג! קאנפראנטיר די דאזיגע וואס באגייען בייזוויליגע אקטן קעגן דיר! שטארק דיך און זיי א מאן! דוד איז אפילו געווען א לעבעדיגער מוסטער. ער האט דאן גלייכצייטיג באפוילן שלמה צו הרג'ען זיין פעלד מארשאל יואב בן צרויה, און דער מאן וואס האט אים געלעסטערט שמעי בן גרא. לאז דיך נישט שפייען אין די קאשע האט דוד געזאגט פאר שלמה, ווייל אויב די וועסט דיר לאזן טרעטן פון אנדערע מענטשען וועסטו א גאנץ לעבן זיין א קרבן. שטארק דיך און זיי א מאן!

איך מיין אז דאס איז דער פשוטער פשט...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר