ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך יאנואר 09, 2019 4:16 am

זעענדיג די הערליכע בילדער פון די געהויבענע באזוכן פון די זיסע אייניקלעך פונעם חסידא ופרישא מ'בעלזא אין אמעריקע, קאנאדע, און לאנדאן, די באזוכן ביי רבנים ואדמורים, אין די מוסדות, און די דרשות התעוררות בכל זמן ועת.

בלייבט מיר בלויז איבער צו זאגן דעם אויסדרוק וואס מיין עלטער באבע די אשה חכמת וטובת לב ע"ה פלעגט זיך שטענדיג אויסדרוקן "דעי אר סאו סאו סאו קיאאאט"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שושן פורים אום מיטוואך יאנואר 09, 2019 4:22 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך יאנואר 09, 2019 4:21 am

גלייכצייטיג פאלט מיר ביי א פשט אין די משנה אין פרקי אבות פרק ה' משנה ה'

'עומדים צפופים ומשתחוים רווחים'

שטייט עפעס א קליינטשיגער צוקוועטשטער ראצער, און דער ברייטער ציבור בוקט זיך צו זיי ווי צום בעל פעור.

'ולא אמר אדם לחבירו צר לי המקום'

די משנה וואונדערט זיך אז פאר קיינעם דארט איז נישט איינגעפאלן זיך אפצורעדן צום צווייטן אז "וואס די גיהנם איז ראנג מיט אונז?"
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך איש חזון » מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:31 pm

עס דארף באגריסט ווערן אייער קוראדזש ארויסצוקומען אין די ענפטליכקייט מיט אייער ווייטאג, כה לחי.
אונזער הארץ און געבעהט זענען מיט אייך
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:46 pm

אויף וואס איז דא צו ווייטאגן? אויף די טעראר מיטלן מיט וואס בעלזא האט זיך באנוצט `מודיע צו זיין` די רבנים אז מען דארף זיי זעצן זייט ביי זייט?
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך איש חזון » מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:02 pm

די שונאים פון בעלז וואלטן זיך געוואונטשן אז דו זאלסט זיך איינהאלטן פון שרייבן דעם פקחות...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:57 pm

איך ווייס פון עטליכע פאון קאללס וואס איז אנגעקומען פון ספעממערס צו די קינדער פון גאב''ד לאנדאן, ער זאל מכבד זיין דעם אייניקל פונקט ווי יעדע גרויסע רבי. יא, פון ספעממערס, און מסתמא אויך פון אלע משבקי''ם לבית בעלזא.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:36 am

מסתמא וואס?
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך קלוגסטער פון אייראפע » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:01 am

אויך געזען א בילד ס'זעט אויס סתם צודרייט! סארי ס'איז עפעס וואס מ'זעט נישט אין קיין אנדערע חסידות.
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:10 am

וואס האסטו געזעהן, ספעממערס?
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך קלוגסטער פון אייראפע » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:20 am

געזען עלטערע דיינים זיצן פאר דעם שנה ראשונה אינגער מאן כעבדא קמיה מארי מיט אלע פיטשעקווקעס... טו מיר א טובה
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:56 am

איש חזון האט געשריבן:וואס האסטו געזעהן, ספעממערס?

בעלזא שנאקעס וואס האבן געהאלטן אין איין רופן זיכער מאכן אז די ראצערס בנשקי''ם זאלן ווערן אויפגענומען בכבוד הראוי פשוט אלס 'כבוד בית הכסא'. וכך הוה.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

Re: ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 4:02 am

ער האט געזאגט גאר א פיינע דרשה אין לאנדאן, א סך בעסער ווי זיין טאטע, נאר נאך אלץ פארענטפערט עס נישט די מיאוס'קייט פון דער בילד. בילד
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:11 am

נישט אז איך האלט אז איך קען לינדערן די טיפע ווייטאג (און זארג פאר'ן כבוד פון א בעלזער דיין, וואס ווארשיינליך זיין אהבה צום רב און זיינע קינדער לאזן אים נישט טראכטן פון זיין כבוד) וואס דא טוט זיך אפ, דאך וויל איך באמערקן: איך ארץ ישראל קוקט קיינער נישט צו דעם ריכטונג פונעם רב'ס אייניקלעך (אפשר שושן פורים'ס באבע וואלט יא), ניטאמאל אויפ'ן רב'ס זוהן קוקט איינער (לעצטנס שוין יא אביסל), נאר וואס, זיי קומען בשליחות פונעם רב. אזוי אויך איז געווען אין בעלז אינדערהיים אז מען האט געגעבן כבוד מלכים פאר שלוחים פונעם רב.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

Re: ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

הודעהדורך חסיד פון ליטא » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:12 pm

אין אן אנדערע ריכטונג קלער איך אז דאס קומט מחכמתו של אותו זקן (איך בין נישט סארקאסטיש).
ער ווייסט אז די זוהן זיינעם איז נישט דער גרעסטער חכם מילד גערעדט, און דאס קען לאחר מאה ועשרים אויסקלאפן אויפן חסידות (ווי מען זעהט ביי זיין שוואגער נעבעך), האט ער שוין אנגעהויבן איינצוזייען די קערענדלעך ביי די אייניקלעך וואס זענען שוין יא גאנץ לייטיש.

לאמיר נישט פארגעסן, געבן מאכט און כבוד אויף אזא פארנעם פאר די אייניקלעך בחייו איז א זאך וואס וויינוג רבי'ס טוען היינט.
און בעלזער רב איז דער לעצטער וואס זוכט אוועקצוטיילן פון זיין מאכט.

איך זעה דא א רבי וואס זארגט פארן עתיד פון זיין קהילה.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:43 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:אין אן אנדערע ריכטונג קלער איך אז דאס קומט מחכמתו של אותו זקן (איך בין נישט סארקאסטיש).
ער ווייסט אז די זוהן זיינעם איז נישט דער גרעסטער חכם מילד גערעדט, און דאס קען לאחר מאה ועשרים אויסקלאפן אויפן חסידות (ווי מען זעהט ביי זיין שוואגער נעבעך), האט ער שוין אנגעהויבן איינצוזייען די קערענדלעך ביי די אייניקלעך וואס זענען שוין יא גאנץ לייטיש.

לאמיר נישט פארגעסן, געבן מאכט און כבוד אויף אזא פארנעם פאר די אייניקלעך בחייו איז א זאך וואס וויינוג רבי'ס טוען היינט.
און בעלזער רב איז דער לעצטער וואס זוכט אוועקצוטיילן פון זיין מאכט.

איך זעה דא א רבי וואס זארגט פארן עתיד פון זיין קהילה.

אבי זאגט מען אז דא דרייען זיך רציונאליסטען... די מיתוסים - מילד גערעדט - חזר'ן זיך דא איבער יעדע שני וחמישי מיט א פרישקייט און קיינער באמיהט זיך ניטאמאל מברר צו זיין אם יש להם על מה שיסמוכו... שיהיה
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

Re: ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

הודעהדורך חסיד פון ליטא » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:22 pm

וואס טוט דעם צדיק וויי?

טאקע זייער אביעקטיוו און ראציענאל ווען ס'קומט צו בעלזא.
ממש א פחד צו זעהן אז נאר די בעלזא דא גלייכן זיינע שיינע אביעקטיווע דעות.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 5:03 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:ממש א פחד צו זעהן אז נאר די בעלזא דא גלייכן שיינע אביעקטיווע דעות.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:15 pm

חזון, מילא די אנגעגעסענע פארווייטאגטע אידן, אבער וואס טוסטו דא? אויף וועם ביסטו פארווייטאגט?
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך איש חזון » פרייטאג יאנואר 11, 2019 2:05 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:חזון, מילא די אנגעגעסענע פארווייטאגטע אידן, אבער וואס טוסטו דא? אויף וועם ביסטו פארווייטאגט?

שאלה טובה שאלת...
איך האב זייער שטארק ליב בעלז (כאטש איך בין ווייט ווייט פון א 'הייסע חסיד'), דעריבער שטערט מיר ווען מען שיסט סטעיטמענטס וואס שטאמען אך ורק פון קנאה און שנאה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך קלוגסטער פון אייראפע » פרייטאג יאנואר 11, 2019 2:14 pm

איש חזון האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:חזון, מילא די אנגעגעסענע פארווייטאגטע אידן, אבער וואס טוסטו דא? אויף וועם ביסטו פארווייטאגט?

דעריבער שטערט מיר ווען מען שיסט סטעיטמענטס וואס שטאמען אך ורק פון קנאה און שנאה.

דאס מיינט א שוואנץ חסיד וואס קען נישט זען דרויסענדיגע קריטיק זאל קומען אן קנאה שנאה
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 2:36 pm

שנאה? אקעי. קנאה - אויף וואס? אויף די הייליגע אייניקלעך די קדושים מרחם? ביידע סאטמארער רבי'ס האבן אויך אזעלכע הייליגע קינדער. אויף די געלט וואס פליסט ביים מעטשינג? סאטמאר האט מער געלט. אויף די חסידישע אינגעלייט? איך קען די בארא פארק'ע קהילה, נישטא וואס מקנא צו זיין. אויף דעם רבי'נס אהרן מרדכי? אה, גערעכט. איך שטארב פאר קנאה!
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך איש חזון » פרייטאג יאנואר 11, 2019 4:13 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:אויף די געלט וואס פליסט
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך איש חזון » פרייטאג יאנואר 11, 2019 4:14 pm

קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:דאס מיינט א שוואנץ חסיד וואס קען נישט זען דרויסענדיגע קריטיק זאל קומען אן קנאה שנאה

כ'האב נאך נישט געהערט דא קיין קריטיק...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 8:15 pm

איש חזון האט געשריבן:נישט אז איך האלט אז איך קען לינדערן די טיפע ווייטאג (און זארג פאר'ן כבוד פון א בעלזער דיין, וואס ווארשיינליך זיין אהבה צום רב און זיינע קינדער לאזן אים נישט טראכטן פון זיין כבוד) וואס דא טוט זיך אפ, דאך וויל איך באמערקן: איך ארץ ישראל קוקט קיינער נישט צו דעם ריכטונג פונעם רב'ס אייניקלעך (אפשר שושן פורים'ס באבע וואלט יא), ניטאמאל אויפ'ן רב'ס זוהן קוקט איינער (לעצטנס שוין יא אביסל), נאר וואס, זיי קומען בשליחות פונעם רב. אזוי אויך איז געווען אין בעלז אינדערהיים אז מען האט געגעבן כבוד מלכים פאר שלוחים פונעם רב.



איך ווייס נישט אין וועלכע באבל איר לעבט אבער אין כאן לא שנאה ולא קנאה, ווייטאג אפשר יא, אבער ניין נישט די ווייטאג וואס דו מיינסט, פונקט ווי עס טוט מיר וויי ווען מיין נאנטע חבר כאפט א נערוון בראך און לויפט ארום מיט א גאטשע אויפן קאפ לענגאויס דרייצנטע עוועניו דאן וואלט עס מיר געבאדערט עד דכדוכה של נפש, די זעלבע דא, איך האב גאר נאנטע חבירים בעלזא חסידים און עס טוט מיר וויי ווען מיינע פריינט דערקייקלען זיך צו א מצב וואס זיי כאפן בכלל נישט וואס איז ראנג דערמיט.

בנוגע מיין באבע ע"ה, זאל זי רוען אין ליכטיגן גן עדן און זיין א גוטע בעטער, שכח פארן דערמאנען איר אנדענק. זי פלעגט שטענדיג באוואונדערן ווען קליינע קינדער, לאוו דוקא פון איר פאמיליע, האבן געשפילט הויז, זי פלעגט צוקוקען פון די זייט און זיך דערקוויקען ווי קיוט עס קוקט אויס, א שאד אז זי האט דאס נישט דערלעבט, זיכער קוקט זי אראפ פון אויבן אינאיינעם מיט אלע זיידעס פון אט די צדיקים'לעך און שעפט נחת.

בנוגע די שליחות חלק, האסט א פוינט, איינמאל די זענען שלוחים פונעם אדמור נעמט מען זיי אויף בכבוד נישט קיין נפק"מ ווער די שליח איז, אבער דאך איז א גרויסע חילוק צווישן א בכבודיגע אויפנאמע און א רביסטעווע געפיראכץ. ר' שמעון וואלף קליין איז שוין געקומען בשליחות גענוג מאל און קיינמאל נישט געטיילט שיריים.

אבער על כולם דאס אליינס אז די רב האט נישט קיין שום פראבלעם צו שיקן 20 יעריגע ראצערס איהם צו רעפרעזענטירן בשליחותו, באווייזט אז ער האט קיין פראבלעם חוזק צו מאכן פון זיין ציבור אויף א יאמערליכן פארנעם וואוסנדיג אז יעדע זיק פון קאמען סענס עקזיסטירט נישט ווען עס קומט צו 'כבוד בית בעלזא' המדומה. ועל אלה אני בוכיה.

גראדע איז מיר אויסגעקומען דעם שבת צו זיצן מיט אפאר פון מיינע בעלזא ידידים, און עטליכע פון זיי האבן זיך ביטער אפגערעדט אויף די ערשיינונג, דאס ווייזט אז עס איז נאך יא פארהאן עפעס האפענונג אויף נארמאלקייט. מי יתן והיה.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 8:30 pm

איש חזון האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויף די געלט וואס פליסט

אקעי, אבי ביסט מודה אז עפעס אנדערש איז נישטא.

און לגבי געלט וואלט איך געדארפט מער מקנא זיין באבוב, גור, סאטמאר, סאטמאר, קראסנא, פאפא, מונקאטש, קארלין סטאלין, מרכז ויזניץ, פשעווארסק, צאנז, וכו'. אפי' תולדות אהרן האט מער גבירים איבער די וועלט פון בעלזא.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט