דער מאמענט האט ליגנט געזאגט אירע לייענער.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

דער מאמענט האט ליגנט געזאגט אירע לייענער.

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]דער מאמענט איז אן אויסגאבע וואס האט זיך איינגעקויפט מיט די צייט א שם אלץ אן אנדערע סארט קאליבער אויסגאבע. זיי האבן געקאלערט א געוויסע שניט ווי זיי פארמאגן א געוויסע סארט היינטיגע מאדערנקייט ווי זיי שטייען פארן אמת. זאל עס קאסטן וואסארא פרייז עס זאל נאר זיין.

מאמענט טוט זיך כסדר אננעמען פארן באקריוודעטען. מאמענט פארכט זיך נישט צו לאזן לופטערן צווישן אירע שפאלטענעס פארשידנארטיגע טעמעס וואס ווערן באטראכט ווי טאבו. זאל עס זיין בוליאינג אין ישיבות, עלטערן מיט דיסארדער אדער אזא קומסט צו מיר עסן שבת שערוריה.

זיי שטעלן כסדר ארויס א טאן ווי זיי שטעלן זיך פאר ישרות און גערעכטיקייט אפילו עס קומט מיטן פרייז פון מישן אין קאנטראווערסיאלע טעמעס.

---------
עס איז הימל און ערד און רעפארם ביל. ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען רעדן פונעם ביל. ריפאבליקענס ארויף דעמאקראטן אראפ, סאמעט גייט יא ארויס, נישט ארויס, דער האט געגעבן אזוי פיל און דער אזוי. ארוינעם זענען יא געווען די ערשטע, נישט געווען די ערשטע.

Moment Shmos 5779.jpg

דער מאמענט האט זיך אויך ארויפגעכאפט אויפן וואגן און זיי האבן דעליווערט א קנאקעדיגער אינטערוויו מיט דער הויפט מחותן פונעם ביל הרב משה מארגארעטן.

שאקירט (און אפשר נישט?) בין איך געווען ווען איך האב מברר געווען יענעם שבת אז דער אינטערוויו איז קיינמאל פארגעקומען אין די ווירקלעכקייט! דער מאמענט האט פארפירט אירע לייענער מיט פאלשע אינפארמאציע כאילו עס איז אן אינטערוויו מיט הרב מארגארעטן.

דער אינטערוויו איז גאר אפגעהאלטן געווארן מיט הרב דרעזדנער פון קול מבשר. הרב מארגארעטן האט געזאגט פארן מאמענט שטאב אז ער האט נישט די צייט דערפאר און זיי קענען פרעגן דרעזדנער וואס איז א גאנצער צייט געווען אינפארמירט מיט הרב ראטשילד.

אן אויסצוג ווי דער מאמענט ציטירט הרב מארגארעטן'ס ווערטער כאילו ער רעדט צו זיי
2019-01-13 01.10.07.png

אין דער דזשורנאליסטישער וועלט ווי פלאגיאירען ארטיקלען אדער מיסליעדן דזשורנאליזם בכוונה טראגט קאנסעקווענצן זאל דער מאמענט טראגן אויף אירע פלייצעס די פולע פאראנטווארטלעכקייט וואס זיי האבן געטון.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר