זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]מאכט זיך אפט מענטשן פרעגן מאדנע און אונטערעסאנטע שאלות וואס ס'גלוסט זיך זיי צו לאזן הענגן מיט די לופטיגע שאלות. אזעלכע שאלות וואס איז געפרעגט אבי אין אין די וועלט אריין, ווען זיי אליינס ווייסן די תירוץ.

אמאל פרעגט מען טאקע מחמת איבערראשונג אבער אפט מאל איז עס מער ווייל סאיז זיי א שאד צו ניצן די מוח דזשעלי.

שבת פאר קריה"ת שטייט א ליין אין ביה"כ ווארטענדיג ס'זאל ליידיג ווערן די שטיבלעך. יאגט אריין א בן שישים אזא איינער וואס קטנ'ט שוין אין די זיצעדיגע מיט א אפענע טיר... ער שפאנט מיט א גלאטקייט אין פארנט פון א שורה אכט ניין מענטשן "אלעס איז פארנומען?" פרעגט ער מיט אזא חלף גלאטיג'ן פנים; אך וואס עפעס? ענטפער איך אים גלאטיג. ס'איז אלעס ליידיג.. אה, די צען מענטשן דא, אונז ווארט מיר דא אין א שורה אויפצופיקן ערב פסח מצות...

איך שטורעם אריין אין שול מיט מיין נאסע מעיל א פארטראפטע היט ווען מיין צופלאטערטע שירעם וויל א להכעיס'דיגער זיך נישט אונטערגעבן "ס'רעגענט אינדרויסן?" הער איך שוין פונעם דריטן מענטש. עה, וואס פאלט דיר ביי! ס'הייס זיניג אינדרויסן. איך האב זיך פשוט אנגעשפריצט מיט א שלויך, אה מיין בעג אויף די היט איז פשוט א מארקעטינג עד פאר די גראסערי דא.

דער בר מצוה בחור זיצט ביים טישל צווישן צוויי האלב דרימלענדע זקנים האלב איינגעזונקען מיט זיין בעקיטשע וואס שווימט אים, זיין רבינו תם סענד פעיפער קראצט אים אויף זיינע שלא נתבשלו כל צרכנ'דיגע ביצים, זיין הוט וואס באזעצט אים ווי בארג סיני באקומט א בלאז ליאדער מינוט און דער גוטער חבר פונעם טאטן - אזא טיפ וואס שטיקט זיך אויף זיין אייגענע וויצן ווען ער שטעקט זיינע ברוינע ציצית אין א צען יעריגס אויער - איז דא מיט זיין גערעפטער סידורו של שבת דפוס תשנ"ג.. אה אאה.. פשש.. דו ביסט דער בר מצוה בחור? חחח... עה, ער איז דער עלטער מומע פון אנטווערפען...

דער אידל וואס יאגט אריין צו א מנין, עס איז שא שטיל אין סמעדריש דער עולם שאקעלט זיך אריין אין א שמוינעסרעלע, אזש די רעקל קנעפלעך וואס רייבט זיך אריין אין די טישן הערט זיך ווי ווילדער גערויש און די גארטל שווענצען וואס ווישן זיך אויף די אפענע פעידזשעס טשיפטשעט אוועק. "זאג נאר, ווי האלט מען דא?" המממ.. מען שלאגט הושענות יעצט...

דער עולם זיצט ביים שבע ברכות איבער אויפגעריסענע בילקעס די קאלסלאו און פיקל 'שיף' טעלערס זענען שוין דרייפערטל פארציקט און קוקט אויס ווי א דעזערטירטע פלאטע נעיווי שיפן. איינער שפיעלט שוין קענדי קראש א צווייטער דרייווט א פלאסטישער גאפל צווישן די חלה ברעקלעך ווי א געניטער מאטאריסט. אקיצור דער עולם איז באורד. קומט אריין איינער מיט א מייק און א געצויגן ווייער אונטערן ארעם, אה, איר זענט דער גראמער? אך, וואס פאלט אייך ביי? איך ארבעט אין די קעיבעל קאמפאני...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר