"אמרו לפני מלכיות": אמונה, רבותי!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

"אמרו לפני מלכיות": אמונה, רבותי!

הודעהדורך שיטה מקובצת » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 6:20 pm

מורי ורבותי, אחי ורעי! מיר האלטן יעצט אין סאמע מיטן פון הייליגן חודש אלול. מיר הערן יעדן אינדערפרי דעם קול השופר וואס שרייט, "עורו ישנים משנתכם!" די לעכטיגע הייליגע טעג פון די ימי הדין קומען שוין נענטער, דאס נייע יאר תשע"ג ריקט זיך שוין אט אט אריין. און מיר? פארנומענע מיט אונזערע קינדער, ביזנעסעס, שיעורים, שוואוילטאג, וכו', פארגעסן אז אונזער גרויסער טאטע אין הימעל שטייט און ווארט אז מיר זאלן זיך ווענדען צו אים, זיך גרייטן צו די פארכטיגע טעג.

ווי די סעקונדעס לויפן, די מינוטן גייען פארביי – די שעות זוימען נישט און די טעג רוקן זיך צום פארגאנגענהייט, קומען מיר אט אט נענטער צו ראש השנה, און אט גייען מיר אראפנעמען דעם אנגעשטויבטן סליחות'ל, און זיך אויסוויינען צום בורא כל העולמים. אויפשטייענדיג פרי פארטאגס, ווען די פינסטערניש נעמט נאך ארום די גאנצע וועלט, ווען די פויגל זענען נאך פארשלאפן אין זייערע נעסטן, גייענדיג צום שוהל ערענסט און פארטראכט, לויפן די מחשבות דורך דעם יאר וואס איז שוין כמעט פארגאנגען, און מ'קוקט מיט האפענונג צום נייעם יאר. יעדער טראכט וואס מ'קען פארבעסערן, א מידה וואס מ'דארף מתקן זיין. לערנען מער, דאווענען מיט מער כוונה, לייגן מער דגוש אויף משא ומתן באמונה, מקרב זיין אידן, זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן, אוועקגעבן מער צייט פאר די קינדער, ארויסווייזן מער ליבשאפט און געפיל פאר די ווייב – יעדער ווייסט מיט וואס ער איז געשלאגן, און מ'טראכט צו זיך וואס מ'קען פאררעכטען אין לויף פון דעם קומענדיגן יאר.

פון ווען דער חזן טוט אן דעם טלית שאולה און שרייט "אשרי יושבי ביתך" מיט א ציטערדיגע שטימע, ביז דעם געשריי פון "ה' הוא האלוקים" ביי דעם תקיעת שופר מוצאי יום כיפור, איז איין שטיק רוחניות ווען אידישע קינדער ווילן זיך מתדבק זיין אין בורא כל העולמים, אז מ'זאל זוכה זיין צו ערפילן דעם חובת האדם בעולמו, און זוכן זכותים אז מ'זאל זוכה זיין צו כתיבה וחתימה טובה. עס איז א צייט ווען מען לעבט אין העכערקייט, ווען יעדער איד, נישט קיין חילוק זיין מצב, וויל נענטער ווערן צום אויבערשטן, און דא דארט שלייכט זיך ארויס א טרער באגלייט מיט א תפילה אויף א ליכטיגן נייעם יאר ברוחניות און בגשמיות.

אין דעם ברען צו מקיים זיין מצוות ה', אין דעם געיעג צו טרעפן דעם מהודר'דיגסטן שופר, ד' מינים, און סוכה, פארגעסט מען צומאל אז מ'דארף טראכטן פון דעם אייגענעם וואוקס אין עבודת ה'. אפילו ווען א מענטש נעמט די פאר מינוט מפשפש צו זיין במעשיו, ווען ער פרובירט יורד צו זיין צו זיינע חדרי בטן, צו טרעפן וואס זיך צו פארבעסערן צום נייעם יאר, וואס זיך מקבל צו זיין אין די ימים נוראים, פארגעסט מען צומאל פון דעם גרויסן אלמעכטיגן ג-ט צו וועם מיר דינען. לערנען מער תורה – זייער וויכטיג. מער כוונה ביים דאווענען – א הערליכע זאך. אוועקגעבן מער צייט פאר די קינדער – ערהארבן. די אלע זאכן זענען באמת געוואלדיגע זאכן צו וואס יעדער דארף שטרעבן. מיר טארן אבער נישט פארגעסן אז מיר זענען דא אויף די וועלט פאר איין תכלית: לתקן עולם במלכות ש-די.

אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם!

מיר דארפן מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים, אנערקענען אז מיר דינען נישט קיין שום בשר ודם, בלויז דעם הייליגן באשעפער אליינס. מיר דארפן געדענקען אז יעדער מענטש איז א בלויזער שטיקל אויף דעם גרויסן שאך ברעטל, יא – איינער איז בלויז א פאנדל און א צווייטער איז א וויכטיגערע שטיקל, אבער מיר זענען אלע בלויז פרטים פון השי"ת'ס מייסטער-פלאן.

די לעכטיגע תפילות פון די ימים נוראים, די מלכיות זכרונות שופרות – דרייט זיך אלעס ארום אונזער טאט'ן אברהם אבינו ע"ה. ביי זכרונות געדענקען מיר די עקידה, ותראה לפניך עקידה שעקד אברהם וכבש את רחמיו לעשות רצונך. ביי שופרות דערמאנען מיר דעם שופר של איל, דער איל וואס אברהם אבינו האט מקריב געווען אנשטאט זיין זון יצחק. און מלכיות איז ווידער די טעמע פון אברהם אבינו, וואס איז געווען דער ערשטער וואס האט אנערקענט דעם מלכות פון הקב"ה, בן שלוש שנים הכיר אברהם את בוראו אז יש מנהיג לבירה.

וואס איז די גרויסקייט פון אברהם אבינו וואס די תפילות פון דעם נייעם יאר דרייען זיך ארום אים? וואס מאכט אים ארויסשטיין אלץ דעם אב המון גוים און דער אבי האומה פון כלל ישראל? רבינו הגה"ק רבי אביגדור מיללער זצוק"ל שרייבט אין ספה"ק אז נדברו: "אברהם איז געווען דער אויסערגעווענליכסטע מענטש וואס איז נאר אמאל געווען אויף די וועלט (חוץ משה). אן קיין שום רבי, און אין קעגנזאץ צו זיין דור, איז ער נאכגעגאנגען די דיקטאטן פון זיין שכל און באוואוסטזיין, וואס האט אים געברענגט צו אנערקענען די אנוועזענהייט פון השי"ת, און דורך זיין אייגענע ארבייט האט ער אנדעקט די מטרה פון השי"ת אין די וועלט, און ווי אזוי ער וויל אז מיר זאלן זיך אויפפירן."

רבותי – אחים יקרים! מיר זענען דא אויף די וועלט צו דינען אונזער הייליגן באשעפער, נישט פאר עפעס אנדערש. אנצוקומען צו דעם תכלית איז נישט גרינג! די אמונה וואס דער רבי האט אויסגעלערענט אין קינדערגארטן איז שוין נישט פאסיג פאר ערוואקסענע מענטשן – פונקט ווי די לולב-שאקלען אויף דעם אופן ווי אין קינדערגארטן איז שוין נישט פאסיג פאר ערוואקסענע. אברהם אבינו איז אונזער מאדעל פון אמונה. דערשרעק זיך נישט פון קיינעם. דערטאפ דיין שכל, הער וואס דיין מח זאגט דיר!

מענטשן מיינען אז אמונה איז עפעס וואס "קומט מיט" - איינמאל מ'האט מחליט געווען אז מ'גלייבט, איז מען שוין א "מאמין" פאר'ן גאנצן לעבן. ניין, ניין! טייערע אידן. אמונה איז א זאך אויף וואס מיר דארפן ארבעטן יעדן איינציגן טאג. מיר דארפן וואקסן דערין כסדר, אריינגיין דערין טיפער, און בעסער משיג זיין. רבי אביגדור מיללער שרייבט אין ספה"ק עורה כבודי: "דאס וואס ציט צו 'אמונה פשוטה' איז געווענטליך אן אויסרייד גארנישט צו טוהן. אן אריינלייגן כוחות איז נישטא קיין אמונה, באוואוסטזיניגקייט אדער פארשטאנד"!

איז יעצט, אז עס קומען אזעלכע הייליגע טעג, ווען מען טראכט פון קרבת אלוקים לי טוב, ווען מען וויל אז תשע"ג זאל זיין א שענערער יאר ווי תשע"ב, א יאר ווען מען האט בעסער ערפילט דעם תכלית און פליכט אויף די וועלט, דארף מען נאך פאר די אלע הייליגע קבלות טובות געדענקען איין זאך: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם. צו נעמען אויף זיך דעם מלכות שמים – צו נעמען אמונה בה', און עס טוישן פון א פּאַסיווע זאך וואס איז א ירושה פונקט ווי שווארצע האר וואס מ'טוט גארנישט דערצו, צו אן אקטיווע ציל צו וואקסן אין אנערקענען דעם מלכות פון דעם רבוש"ע, עפענענדיג פאר זיך די שערי בחינה, צו זעהן גדלות הבורא איבעראל. און דער עיקר: וויסן און געדענקען אז מיר האבן זיך נישט אונטערגעווארפן אונטער קיין שום בשר ודם, בלויז אונטער דעם עול מלכות שמים.

אלזא גארטעלט אייך אן טייערע ליבע אידן. די שכינה הקדושה איז נאנט צו אונז אין די הייליגע טעג. לאמיר עס אויסנוצן נתקרב צו ווערן צום אויבערשטן, משיג זיין גדלות הבורא לפי מך ערכינו, און בעיקר וואקסן אין אונזער הייליגע אמונה.

א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר. דער אויבערשטער זאל העלפן אז אונזערע תפילות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון, און מיר זאלן זוכה זיין צו שטייגן אין עבודת ה' עד ביאת גוא"צ בב"א.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

מאמר וואס איך האב אמאל געשריבען

הודעהדורך אנעים זמירות » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 6:34 pm

ייש"כ ר' שיטה,

כ' האף איר וועט נישט מקפיד זיין טאמער וויל איך ברענגען א מאמר מענין לענין באותו ענין, וואס איך האב אמאל געשריבען:

דער קרוין-פרינץ און מארק זענען געוועהן בעסטע חברים. איבעראל האט מען זיי געזעהן שפילען צוזאמען און זיי האבען שטארק ליב געהאט איינער דעם אנדערע.
“מארק,” האט זיך דער פרינץ אמאל אנגערופען, “אונז וועלן שטענדיג זיין גוטע פריינד. ווען איך וועל זיין קעניג וועסטו זיין מיין גרעסטע שר.”
די יארען זענען פארביי. אינצווישען איז דער אלטע קעניג געשטארבען און דער פרינץ האט איבערגענומען די מאכט. ער האט נישט פארגעסן פון זיין יוגענט-פריינד, און ער האט איהם טאקע כסדר באלוינט און באגנאדיגט מיט כל מיני חשוב‘ע פאזיציעס און הערשאפטען.
פון זיין זייט איז מארק געוועהן גאר געטריי פארן מאָנאַרך, און נאר געזוכט מיט וואס ער קען איהם דינען. זייער אהבה איז געוואקסען פון טאג צו טאג.
איין טאג איז פארן קעניג בייגעפאלען א המצאה וויאזוי ער קען נאך מער גוטס טוהן פאר מארק. ער האט געשיקט רופען נאך איהם און געזאגט, “איך האב באשלאסען דיר אוועקצוגעבן א קליין חלק פון מיין קעניגרייך, וואס אויף דעם וועסטו זיין בעה“ב. דו וועסט נישט זיין בלויז א שר אונטער מיר, נאר אויף דעם שטח וועסטו זיין א פולקאמע קעניג.”
מארק האט שטארק באדאנקט דעם קעניג אויף דעם גרויסען מתנה וואס ער האט איהם צוגעזאגט, און האט ארויסגעברענגט וואס אן עהרע עס איז פאר איהם זיך צו קענען פאררופען אלץ פריינד פון קעניג.
באלד האבען זיך אנגעהויבען די פיבערהאפטיגע פארברייטונגען צום גרויסען צערעמאניע ווען דער קעניג וועט קרוינען מארק. מען האט באשטעלט די טייערסטע כלים, די בעסטע עסנס, די מערסטע טאלענטפולע מוזיקאנטען א.א.וו.
ויהי היום, דעם ערווארטעטע טאג קומט אהן. מארק האט ערשיינט באקליידעט אין שפאגל-נייע הערליכע מלבושים. די מוזיקאנטען שפילען, די זינגער גארגלען זיך אויס, און יעדע ווארט מיט גרויס עקסטאז אויף דעם זעלטענעם מאמענט ווען דער קעניג וועט ארויפלייגען דעם קרוין אויפען קאפ פון זיין חבר.
לא‘מיר איבערהיפען די נעקסטע פאר שעה מיט זייערע געשמאקע פארברענגען, מיט די לאנגע און לאנגווייליגע דרשות, מיטען גרויסארטיגען פאראד, און לא‘מיר באלד גיין צום מאמענט ווען דער קעניג האט פארבעטען מארק צו זיין קארעטע, און געפירט צו זיין ‘לאנד’.
מארק האט ביז אצינד נישט געוואוסט וואו עס געפונט זיך אט דעם שטח וואו ער ווערט קעניג. ער האט ניטאמאל געוואוסט ווי גרויס עס איז, אדער ווער עס וואוינט דארט. פארשטייט זיך אז זיין שפאנונג און נייגער איז געוואקסען פון מינוט צו מינוט.
זיי זענען דארכגעפארען פארשידענע שיינע געגענטער, און ביי יעדעס איינס האט מארק געקוקט צום קעניג מיט האפענדע אויגען, ווי צו פרעגן “דא איז עס?”
אבער יעדס מאל איז דער ענטפער געוועהן גלייך, “באלד, באלד, אביסעל געדולד.”
סוף, סוף זענען זיי אנגעקומען ביי א גרויסען שטח, באצוימט מיט א שטיינערנעם וואנט מיט אן אייזערנעם טויער. דער קעניג נעמט ארויס א שליסעל, עפענט דעם טיהר און רופט אויס, “דאס איז דיין קעניגרייך.”
מארק געבט א קוק און עס ווערט איהם שווארץ פאר די אויגען. דער פלאץ איז געוועהן א טיער-גארטען (zoo בלע“ז), און ער איז יעצט געווארען קעניג פון די בערן און מאלפעס...
איך האב געהערט דעם משל פון ר‘ אפרים וואקסמאן שליט“א בשם זיין ידיד ר‘ שמעון טשארנעס ע“ה. דער נמשל, האט ער אויסגעפירט, איז א טיפזיניגע מוסר פאר חודש אלול.
אִמְרוּ לְפָנַי מַלְכִיוֹת - אום ראש השנה זענען מיר כביכול ממליך דער רבש“ע. אבער אויף וועמען? זענען מיר איהם ממליך אויף מענטשען אדער ליידער אויף חיות?! צי פריידט זיך כביכול מיט זיין קעניגרייך אדער איז עס חלילה א בזיון?
אונזער עבודה אין חודש אלול איז מיר זאלען צוקומען צום ר“ה מיט א מענטשליכע געשטאלט און א צלם אלוקים. מיר זאלען זיין ראוי צו זיין בירגער פונעם גרויסען קעניג. דאס קענען מיר עררייכען דארך אן אמת‘ע תשובה, מיט תורה ומצוות, און בעיקר מיט א ריכטיגע עבודת המדות בכל פרט ופרט.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען טאקע קענען אויסנוצען ריכטיג דעם חודש הרחמים והסליחות און מאכען דעם געהעריגען הכנה צום ר“ה, אז כביכול זאל שטאלצירען צו זיין א קעניג איבער אונז.
אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.

א ייש"כ פאר אלע וואס ליעבען מיינע תגובות.
אנעים זמירות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:01 pm

הערליך שיין, שיטה מקובצת! איין שטיק ר' אביגדור.
די געדאנקען וועלכע דו דערמאנסט זענען הערליכע, אבער לאמיר זיך נישט נארן, איז דען דער המון-עם ביכולת צו פארשטיין וואס אמונה איז? ס'איז פיל גרינגער זיך אריינצולאזן אין פארשטיין פירוש המילות ביים דאווענען, ווי זיך קאנצענטרירן אויף דעם "אמרו לפני מלכיות".
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3810 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:00 pm

רבותי אויב האט איר א מודה טובה, א קבלה טובה ,וואס. איר ווילט מקבל זיין ,פליז נישט אויף די הייליגע טעג.
פאר אייער טובה קיינער איז נישט געווארן א בעסערע מענטש מיט די ימים נוראים החלת.
לייג עס אוועק אויף כסליו טיבת שבט. די קבלות יעצט קומט פין פחד און אנגעצויגענקייט, דער רגע די פחד פון יום הדין איז אריבער איז אויס מיט אלעם.
איך ווייס נישט אויב כסליו טבת קבלת גייט יא האבן א קיום, מדערף אבער טרייען.
אלול תשרי איז בדוק ומנוסה אז סווערט א פאטעטע די קבלות, חוץ איוב די האלטסט אז דער אל מלא רחמים וויל אזאלכע געפאפטע מעשיות.
אפשר בין איך עקסרעם איך וויס נישט דעטס האי איי פיל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:35 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:רבותי אויב האט איר א מודה טובה, א קבלה טובה ,וואס. איר ווילט מקבל זיין ,פליז נישט אויף די הייליגע טעג.

איך ווייס נישט וואס די ווילסט, אבער אין ספה"ק שטייט אז דווקא די הייליגע טעג איז מסוגל אז קבלות טובות זאל מען איינהאלטען!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:29 pm

איך זאג דיר א פאקט.
ביסט מחולק מיט די פאקט, אדער דו זאגסט אז אין ספרים שטייט אנדערש?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך יאנואר 02, 2013 5:36 pm

דער ענין פון אמונה דארף מען חזר'ן יעדן איינציגסטן טאג פון יאר בלי שום יוצא מן הכלל. א איד וואס פארגעסט פון אמונה, א איד וואס איז מסיח דעת פון דעם בורא כל העולמים איז א מאמענטאלער גוי, ר"ל. ס'איז באקאנט וואס דער גרויסער רבינו יהודה הלוי שרייבט אין ספר הכוזרי אז דער רבוש"ע האט ווי באקאנט באשאפן אין זיין וועלט פיר דרגות פון באשאפונגען, דומם, צומח, חי און מדבר. אבער א איד איז א פינפטע מדריגה - א איד איז נישט קיין פשוט'ע "מדבר" - ער איז א איד! א טייל פון דעם ממלכת כוהנים וגוי קדוש.

דאס זיין א איד איז נישט עפעס וואס האט צוטוהן מיט דעם גשמיות'דיגן מהות פון א מענטש. ס'איז נישט קיין חילוק וואספארא ראסע מ'איז, ווער די עלטערען זענען, אין וועלכע לאנד מ'איז געבוירן געווארן. יעדער קען ווערן א איד, יעדער קען מקבל זיין אויף זיך דעם עול מלכות שמים. קומט אויס אז מיט אמונה, מיט דעם עול מלכות שמים, הייבן מיר זיך אויף פון די פשוט'ע מדריגה פון "מדבר" און מיר גייען ארויף צו די מדריגה פון "ישראל". דאס איז נישט קיין פשוט'ע שפרינג, נאר עס איז פונקט אזא שפרינג ווי פון א דומם צו א צומח, און פון א צומח ביז א חי, און פון א חי ביז א מדבר!

אז מען טראכט אריין דערין קען מען נבהל ונשתומם ווערן איבער דעם גרויסן שפרינג וואס דער עצם קבלת עול מלכות שמים ברענגט און הייבט דעם מענטש אסאך אסאך העכער אין זיין עצמיות. פונקט ווי מיר זעהען און פארשטייען דעם גרויסן ריזיגן חילוק צווישן א בהמה און א מענטש, אזוי ריזיג איז דער חילוק פון א אנשטענדיגער גוי און א איד וואס האט מקבל געוועהן דעם עול מלכות שמים.

דאס דארף אונז אויך ברענגען צו מתבונן זיין אז מיר זענען אויף א העכערע מדריגה ווען מיר האבן דעם עול מלכות שמים, אבער ברגע וואס מיר פארגעסן פון אונזער פליכט, ווען מיר פארגעסן פון עוסק זיין אין אמונה בה', טראסקענען מיר צוריק אראפ צו דעם פשוט'ן שטאפל פון א מדבר.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 02, 2013 6:32 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:א איד וואס איז מסיח דעת פון דעם בורא כל העולמים איז א מאמענטאלער גוי, ר"ל.


שרעקעדיג!
ומצוה למצוא קולא ע"ז, כי כשל כח הסבל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:21 am

וואס האט זיך שיטה מקובצת אויפגעוועקט יעצט אינמיטן טבת מיט זיין ימים נוראימדיגע שטיקעל?
עס קען זיין וועגן די פאלגענדע תגובה,

שיטה מקובצת האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:רבותי אויב האט איר א מודה טובה, א קבלה טובה ,וואס. איר ווילט מקבל זיין ,פליז נישט אויף די הייליגע טעג.

איך ווייס נישט וואס די ווילסט, אבער אין ספה"ק שטייט אז דווקא די הייליגע טעג איז מסוגל אז קבלות טובות זאל מען איינהאלטען!
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 674 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:44 pm

עס איז שוין דורך א יאהר, און מיר שטייען שוין מיט פלאטערדיגע הערצער נאנט צו תשע"ד. עס איז דער צייט ווען יעדער איד דארף מאכן א חשבון הנפש וואס ער האט אויפגעטוהן אין דעם יאהר וואס איז נארוואס פארלאפן. בין איך נענטער געווארן צום רבוש"ע? האב איך געניצט די כשרונות וואס דער אויבערשטער האט מיר געשאנקען אויף צו מקדש זיין דעם שם שמים? בין איך געוואקסען אין מכיר זיין גדלות הבורא, און אנערקענען די טובות וואס השי"ת טוט מיט אונז בכל עת ובכל זמן?

ווען מען האלט שוין אזוי ביים שוועל פונעם יאהר, און נעשה בשרי חידודין חידודין. פון איין זייט איז דאך קלאר אז בע"ה האט מען אויפגעטוהן, מ'האט עוסק געווען אין תורה ומצוות, מ'האט פרובירט מקרב צו זיין אידן, מ'האט פרובירט צו זיין גוט אין שטוב, מ'האט פרובירט צו וואקסן אין אמונה, מ'האט פרובירט צו זיין עהרליך מיט עניני ממונות, מ'האט פרובירט צו זאגן דעם אמת אפילו ווען עס איז נישט געווען פאפולער. אבער מיט דעם אלעם, רייסט ביים הארץ ווען מען דערמאנט זיך די צייטן וואס מ'האט פארברענגט און גארנישט אויפגעטוהן, די צייטן ווען מ'וואלט געקענט וואקסן און מ'האט עס דורכגעלאזט, די נסיונות וואס מ'וואלט געקענט אויסניצן פאר עבודת ה' אבער מ'האט זיך באקלאגט, די פעלער ווען מ'איז דורכגעפאלן אין שטוב, אין גאס, אין געשעפט, אין ביהמ"ד.

אין הארץ שפירט זיך א לאך ווען מ'געדענקט די מצוות וואס מ'האט געטוהן, אבער ליידער זענען זיי געוועהן מצוות אנשים מלומדה, די טעג וואס מ'האט פארברענגט אין פוילקייט, די וואכן וואס מ'האט נישט גענוג צייט געווידמעט פאר עבודת ה'.

עס זענען פארהאן אזוי פיל פעלער וואס מ'קען אויסניצן פאר עבודת ה' - אבער מ'האט דאס פארזעהן, אויסגעלאזט, זיך נישט וויסנדיג געמאכט, און ליידער איז א שאד. רבינו הגדול רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געזאגט אז א מענטש גייט אין גאס און עס דא א גרויסע טרעפיק, די קארן פייפן און צעטרייסלען דעם קאפ - קוים וואס מ'קען הערן די אייגענע קול. א קלוגער איד וואס האט אייביג דעם רבוש"ע פאר זיך ניצט אויס די געלעגענהייט, מ'הערט דאך סיי ווי נישט קיינעם, שרייט ער אויס צום אויבערשטער, "רבוש"ע, איך האב דיך ליב!" אט האט ער געניצט דעם טומל פון די טרעפיק פאר די גרויסע מצוה פון אהבת ה'!

אזעלכע קליינע געלעגענהייטן וואס מ'האט פארפאסט, איז דאך א גרויסע שאד, ס'איז א ווייטאג אויף די צייט, און א ווייטאג אז מ'האט עס נישט געניצט צו שטייגן אין עבודת ה'.

איז יעצט די צייט זיך פארצונעמען פאר'ן נייעם יאהר אויסצופירן דעם תכלית האדם בעולמו, ווי דער מסילת ישרים שרייבט אז דער תכלית פון דעם מענטש איז "לעבוד ולעמול ולעמוד בנסיון" - דינען דעם רבוש"ע, זיך מוטשענען שווער אין עבודת ה', און יעדן נסיון בייצושטיין און צו ניצן אויף זיך צו הייבן אין עבודת ה'.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:34 am

זאגט גוט, שיטה. ס'א מחיה ווען די רעדסט רואיג.....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:03 am

די יארן לויפן פארביי, און מ'האלט שוין ביים שוועל פון תשע"ה. אמרו לפני מלכיות - לאמיר געדענקען אויסצונוצן די הייליגע טעג צו קעניגן דעם רבוש"ע ווי אונזער קעניג. קיינער וועט אונז נישט קאנטראלירן נאר דער מלך מלכי המלכים אליין!
תשע"ה זאל זיין א יאר וואס נאר די רצון ה' וועט זיין אונזער וועגווייזער, און מיר וועלן זיך אויסלאכן פון אלע זייטיגע נגיעות און פרעשורס וואס זענען קאנפליקטן מיט דעם רצון ה'.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:01 am

.
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1112 מאל

הודעהדורך ליפא » זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:02 am

/
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1850 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:09 pm


אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט