דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסטנער)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסטנער)

הודעהדורך ארי נוהם » מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:10 pm

מיר אלע ווייסן אז ביים צווייטן וועלטס קריג איז געווען א פתח הצלה פאר די אונגארישע אידן, דורך פארשידענע חרדישע עסקנים אין שפיץ פון הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל ראש ישיבת נייטרא, וואס האט פרובירט צו שאפן די אומגעהויערע סכומים אויסלייז געלט וואס וויסעלציני און אייכמאן ימ"ש האבן געפאדערט כדי אפצושטעלן די באנען קיין אוישוויץ.

דאן האבן זיך די ציונים אריינגערוקט און געמאכט שבת פאר זיך, אויסשפילנדיג די חרדישע עסקנים און פרובירנדיג זיך מסדר צו זיין נאר פאר זייערע הויכגעשפיצטע קנאקערס, איבערלאזנדיג דאס יהדות החרדית ערשטוינט איבער זייער חוצפה. נאכמער, זיי האבן פרובירט צו פארזיכערן אז די היימישע ערליכע אידן בלייבן אונטערן דייטשן שלאנג, כדי צו קענען רייטן אויף זייערע בלוט ה"י, און האבן געוויס נישט געזוכט נאך אפאר חרדישע "טראבל-מעיקערס" אין זייער שנעל-אויפקומענדן מדינה.

די ציונים, אין שפיץ פון דר. ישראל קאסטנער, האבן געארבעט אויף אן אייגענעם פלאן וויאזוי ארויסצוראטעווען זייערע פאר טויזנט קנאקערס, און עס איז זיי געלונגען צאמצושטעלן די באקאנטע "קאסטנער טראנספארט" ווי זיי האבן באוויזן צו ראטעווען טויזנטער אידן - אבער אויפן חשבון פון היימישע ערליכע אידן, און פיל מערערע אידן.


עס איז אבער אויך באקאנט, אז סאטמארער רב ז"ל, טאקע דער גרויסער קנאי און לוחם קעגן ציונות, האט זיך ארויסגעראטעוועט פון די דייטשע נעגל טאקע דורך די קאסטנער באן וואס האט אים ענדגילטיג געפירט קיין שווייץ צו זיין באפרייאונג. דאס האט אנגעברענגט א שערוריה און סומאטוכע וואס איז אומצאליגע מאל באהאנדלט געווארן אין די פרעסע און מידיא, איבערן גארער וועלט (קאווע שטיבל אריינגערעכנט).

די מעשה וואס סאטמערע פארקויפן דרייט זיך ערגעץ צווישן א חלום וואס איינע פון די ציוניסטישע עסקנים, דר. פישער (איראניש, דער פעטער פון הגרי"י פישער ראב"ד העדה"ח), האט געהאט פון זיין מאמע/שוויגער, אז כדי די באן זאל אנקומען צום באפרייאונג זאלן זיי פארזיכערן מיטצונעמען סאטמארער רב, אדער די אנדערע געשיכטע אז ס'איז פאקטיש נאר ארויס מן הכח אל הפועל אדאנק די געלטער פון די סאטמארע און היימישע עסקנים פון פעסט.

אלנפאלס, עס זעט אויס ווי אויסער ביים סאטמארער רב האט זייער אגענדע גאנץ גוט געשטימט און געלונגען, אויסצושפילן דעם יהדות החרדית, לאזנדיג זיי און זייערע רבנים אויסבלוטיגן אין אוישוויץ, און די פאר ציונים האבן געמאכט א לעבן.


אבער אין פאקט, אז מ'גיבט א קוק אין די רשימות פון קאסטנער'ס באנען, זעט מען א שיינע ליסטע פון רבנים וואס האבן זיך דארט געפונען.
לאמיך פארצייכענען וואס כ'געדענק כרגע:

    סאטמארער רב - רבי יואל טייטלבוים.
    אודוואריער רב - רבי שלום קרויז.
    בודאפעסטער רב - רבי יונתן שטייף.
    קפריסין'ער רב, שפעטער ראב"ד תל-אביב, בעל שו"ת דבר יהושע - רבי יהושע מנחם אהרנבערג.
    קאשויער רב - רבי אליעזר חיים בלום.
    קאלסאלער רב, מגדולי רבני אגו"י - רבי אברהם דויטש.
    גאב"ד שכונת משכנות יעקב בב"ב וחבר בד"צ הרב קרליץ - רבי שלמה זלמן אולמאן.
    קלויזנבורגער רב - רבי עקיבא גלאזנער.
    דעברעצינער רב - רבי שלמה צבי שטראסער.
    סעגעדינער רב - רבי אברהם יונגרייז.
    צעהלימער רב שליט"א - רבי יוסף משה גרינוואלד.
    סטראפקאווער רבי - רבי מנחם מענדל הלברשטאם.
    פיר קינדער פון סוכער רב, בנו של רבי ישעי'לע מטשעחויב.
    העסקן רבי פנחס פרוידיגער חתן הדעת סופר מפרעשבורג.
און נאך אסאך רבנים וואס כ'געדענק נישט אויפן מינוט.


עס שטעלט זיך א שווערע פראגע: קאסטנער האט דאך פארקויפט זיין נשמה צום שטן, ווי אויסגע'פסק'נט דורכן הייליגן געריכט פון מדינת ישראל, איז וויאזוי האבן זיי ארויפגעשמירט אזויפיל עכט היימישע רבנים, ועוד עסקנים וחשובים פונעם ארטאדאקסישן אנטי-ציוניסטישן אונגארישן אידנטום? ווער איז דער צדיק וואס האט שטילערהייט אראנדזשירט אז די רבנים זאלן זיך טרעפן אויפן קאסטנער טראנספארט?!

לאחר יגיעה עצומה, בין איך דערגאנגען אז ס'איז געווען א גדול וואס האט געהאט גאר נאנטע קשרים מיט די ציוניסטישער אפאראט, און ער האט באוויזן זיי צו באאיינפלוסן אריינצולייגן די רבנים אינעם רשימה פונעם קאסטנער טראנספארט. דער גדול, בעל מהרי"ק (השני), פלעגט ארומגיין אין שטעט און שרייען - ווי רבי יוחנן בשעתו צו אספיינוס קיסר: "תן לי יבנה וחכמיה"!

ער פלעגט צאמשטעלן רשימות פון רבנים, און דערנאך מסדר געווען אז זיי זאלן זיך ארויפבאקומען אויפן טראנספארט. [איראניש-ביטערליך, האבן אסאך רבנים נישט געוואלט לייגן זייערע נעמען אויפן ליסטע, ציטערנדיג אז די דייטשן וועלן זיך גאר פארלייגן אויף זיי, אדער וועלן גאר אפשיקן דעם טראנספארט קיין אוישוויץ, א חשש וואס איז נישט געווען גרונטלאז, אבער האט פאקטיש צוגעברענגט אז זיי זאלן נישט געראטעוועט ווערן נאר טאקע אנקומען קיין אוישוויץ]


די דאזיגע ידיעה איז באשטעטיגט געווארן דורך אידישע איבערלעבער פונעם קאסטנער טראנספארט, ביניהם רבנים חשובים ווי אויבנדערמאנט. איינע פון זיי, א חרדישע פרוי וואס האט געארבעט אין א יתומים-היים אין פעסט, האט דערציילט אז ער איז אריינגעקומען צו זיי און געזאגט: "גיבט מיר נעמען וואס איר ווילט ארויפשטעלן אויף די ליסטע", זאגנדיג אז ער וויל ראטעווען "יבנה וחכמיה"! די דאזיגע פרוי איז געווען א טאכטער פונעם נאדאדווארער רב, בנו של המנחת אשר מטשענגער, און זי האט טאקע ארויפגעלייגט איר ברודער דעם סעגעדינער רב מיט זיינע קינדער וואס האבן זיך אזוי געראטעוועט.

דער סעגעדינער רב'ס זון, זעלבסט א רב פאר צענדליגע יארן, הרב אלטר יעקב משה יונגרייז שליט"א, וואס וואוינט היינטיגע צייטן אין פלעטבוש, באטראכט טאקע דעם מהרי"ק אלס "מציל נפשות מישראל", אזוי אויך הרבנית דבורה שפירא תחי' פון ב"פ, א טאכטער פון אב"ד סוכא הי"ד בנו של ר' ישעי' מטשעחויב, דערציילט דאס זעלביגע.

דער מהרי"ק - מער באקאנט אלס דר. ישראל קאסטנער - ווערט שטארק פארטיידיגט דורך זיי אלס "רעטער" און נישט "פאררעטער", און ווי הרבנית שפירא דערציילט האט מען שוין אין יענע צייטן נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ס'קומט אזא ביטערע סוף, ווייל יעדער וואס האט געוואלט וויסן האט געוואוסט און ווער נישט האט פשוט נישט געוואלט גלייבן, אזוי ווייט אז ווען איר מאן איז אנטלאפן פון אונגארן פאר די דעפארטאציעס און איז אנגעקומען אין א שטעטל און אויסגעקלאפט אין שול "אידן לויפט אוועק", האט מען אים פשוט איגנארירט. אזוי אויך האבן נישט אלע געוואלט מיטפארן מיטן קאסטנער באן, ווי זי האט זעלבסט דאן געטראפן א רב וואס האט געקויפט צוויי בילעטן אבער האט באשלאסן נישט צו גיין, זייענדיג חושש אז ס'איז א דייטשער שפיצל.


זעט אויס, אז מ'מוז מאכן צוויי דינים:
דין א': דר. ישראל קאסטנער מכר את נשמתו לשטן.
דין ב': מהרי"ק צעק ככרוכיא "תן לי יבנה וחכמיה".



----
אגב, קודאס פארן "צייטונג" פארן וואגן אריינצולייגן עטליכע ווערטער בשבחו פון דר. קאסטנער, אין זייער אינטערוויו מיטן אויבנדערמאנטן הרב יעקב יונגרייז ("אידישע צייט" פ' וישב העעל"ט).
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:43 pm

קודם כל איז ר' עקיבא גלאזנער נישט קיין עכט היימישע רב, פאר עפעס א סיבה האבן די חסידישע אידן דארט זיך געמאכט שבת פאר זיך און גענומען דעם סאטמארען רב'ס פלומעניק אלס זייער חסידישער רב דארט.

והשנית דאס אז קאסטנער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן איז נישט קיין טעאריע וואס מיר היימישע ''ווייסן'', נאר פונקט פארקערט, קאסטנער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די ציונים אין זייער געריכט (און שפעטער ערמארדעט געווארן) פאר די טענה אז ער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן, און די טענה אויף אים איז נישט אז ער האט געראטעוועט ציונים, נאר אז ער האט געראטעוועט די אונגארישע עליטע אידן, און צוגעזאגט די דייטשן אז ער וועט העלפן פארשווייגן די רציחות זייערע, כדי די דעפארטאציעס פון די עמך אידן זאלן קענען אנגיין געשמירט. צו עס איז אמת אדער אפשר האט ער געהאט א באגרינדעטע סיבה פאר זיינע מעשים ווייס איך נישט, אבער דיין הויפט נקודה איז עפעס זייער אומקלאר.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1050
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:45 pm

מ׳דארף מאכען א תקנה אין שטיבעל, אז מ׳טאר נישט רעאגירן איידער׳ן ליינען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:53 pm

:like
איר קענט אפשר ברענגען א אויסצוג פון די צייטונג? אויב מ׳קען עס נאך קויפען וועל איך זיך עס איינהאנדלען.

שמערל:
צו קאסטענר איז געווען א פאררעטער צו נישט קען מען זיך טענה׳ן און דינגען עד אין סוף, אבער דאס איז זיכער אז די אלע מענטשען וואס האבן געניסט פון קאסטנער׳ס באן זענען א חלק פון די מעשה און אויב איז קאסטנער געווען א פאררעטער זענען די פאסאזשירן אויך געווען א חלק אין די פארראט, בפרט די וואס וואלטן בעצם געשפיגן קאסטנער אין פנים אין אנדערע צייטן, און יעצט האבען זיי גענוצט זיינע (ציוניסטישע) קשרים זיך צו ראטעווען די אייגענע הויט, ודו״ק.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:54 pm

דאס איז אבער פשוט אז קאסטנער האט גערטאוועט די אודווארי רב כדי אריינצושטעכען סאטמאר א מעסער אין פנים מיט די טרויערדיג בארימטע ווילאמסבורגער עירוב. שוין איינמאל א פאררעטער
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:04 pm

אפילו לויט די סאטמארע ווערסיע פון די געשיכטע, האט קאסטנער געוואלט האבן עפעס רבנים אויפן באן.
די נאציס האבן גערופן דעם באן דער פאראדע באן. זיי האבן געוואלט צייגן פאר די וועלט אז ראטעווען אידישע אינטולעקטאלען א שטייגער ווי דאקטורים, שרייבער, רבנים, שישקעס, אד''ג.

דאס נעמט אבער נישט אוועק דער פאקט אז דער רשע קאסטנער האט ארויסגעשטויסן די ערליכע ארטאדאקסישע עסקנים ווי דער פעסטער ראש הקהל הרב פנחס פרוידיגער און רבי חיים ראטה. וועלכע האבן געוואלט ראטעווען וואס מער ערליכע אידן. אבער דער כיטרער רשע האט באוויזן זיי ארויסצושטויסן און צו ארויסראטעווען מערסטייל פרייע אידן און ציוניסטישע שישקעס וועלכע זענען געווען א אויסגעשפיגענע מינראט אין אונגארן.

זאל דער רשע געדענקט ווערן צו שאנדע אויף שטענדיג.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1705
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1870 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:04 pm

גדליה האט געשריבן:שמערל:
צו קאסטענר איז געווען א פאררעטער צו נישט קען מען זיך טענה׳ן און דינגען עד אין סוף, אבער דאס איז זיכער אז די אלע מענטשען וואס האבן געניסט פון קאסטנער׳ס באן זענען א חלק פון די מעשה און אויב איז קאסטנער געווען א פאררעטער זענען די פאסאזשירן אויך געווען א חלק אין די פארראט, בפרט די וואס וואלטן בעצם געשפיגן קאסטנער אין פנים אין אנדערע צייטן, און יעצט האבען זיי גענוצט זיינע (ציוניסטישע) קשרים זיך צו ראטעווען די אייגענע הויט, ודו״ק.


לאו דוקא, די פאסאזשירן האבן נישט געמוזט וויסן פון קאסטנער'ס מיטארבייט מיט די נאציס.
און אויף די עיקר טענה אויף שפייען קאסטנער'ן אין פנים, איז דאך שוין דאס אויסגעשמיסט געווארן אין שטיבל היבשע מאל, און די סאטמערע תירוץ דערויף איז אז רוב פון די געלט פאר די באן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע כוחות, און קאסנער און די ציומים ברויכן ווען זיי צו פארדאנקען, צו יא צו נישט, ווי איז א לעגענדע אז קאסטנער האט געשריגן יבנה וחכמיה עפעס מוסיף צו די אויסגעדראשענע דעבאטע?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1050
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:10 pm

די פאסאזשירן האבען נישט געוואוסט פון זיין מיטארבייט? וואס האבען זיי געמיינט? מ׳איז סתם ארויף אויף א באן?
די שאלה דא איז צו קאסטנער האט געוואלט נעמען עהרליכע רבנים צו נישט.
די סאטמערע גירסא איז אז קאסטנער האט בעצם נאר געוואלט ציונים און ער וואלט קיינמאל נישט גענומען די סאטמארער רב ווען נישט די גע׳דמיונ׳טע חלום.
די אמת׳ע גירסא איז אז קאסטנער האט געוואלט נעמען מסלתה ומשמנה פון אונגארישער אידענטום, סיי פון די פרייע און סיי פון די פרומע
יא פאר דעם פרייען קאסטנער איז אנגעגאנגען אז אפאר פרומע רבנים זאלען בלייבען לעבען.
דאס טוישט די גאנצע בילד.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:15 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:אפילו לויט די סאטמארע ווערסיע פון די געשיכטע, האט קאסטנער געוואלט האבן עפעס רבנים אויפן באן.
די נאציס האבן גערופן דעם באן דער פאראדע באן. זיי האבן געוואלט צייגן פאר די וועלט אז ראטעווען אידישע אינטולעקטאלען א שטייגער ווי דאקטורים, שרייבער, רבנים, שישקעס, אד''ג.

דאס נעמט אבער נישט אוועק דער פאקט אז דער רשע קאסטנער האט ארויסגעשטויסן די ערליכע ארטאדאקסישע עסקנים ווי דער פעסטער ראש הקהל הרב פנחס פרוידיגער און רבי חיים ראטה. וועלכע האבן געוואלט ראטעווען וואס מער ערליכע אידן. אבער דער כיטרער רשע האט באוויזן זיי ארויסצושטויסן און צו ארויסראטעווען מערסטייל פרייע אידן און ציוניסטישע שישקעס וועלכע זענען געווען א אויסגעשפיגענע מינראט אין אונגארן.

זאל דער רשע געדענקט ווערן צו שאנדע אויף שטענדיג.

ווען די מעשה זאל זיין פארקערט, סאטמער רב זאל ווען ערלעדיגן א באן ארויס פון יוראפ, וואלט ער דען מיטגענומען אפילו איין ציוני? וואס דרייסטו א קאפ.
דער כיטרער רשע האט געראטעווען דיין רבי׳נס לעבען. ווען נישט קאסטנער וואלט סאטמער רב נישט איבערגעלעבט. די באן האבען נישט די פעסטער ראשי קהילה ארלעדיגט נאר די ציוניסטישע ביורא.
איך פארשטיי אז רעב מיכאל בער האט אויך זייער שווער געארבעט, אבער ליידער ער איז געווען א קול קורא במדבר, און ער האט גארנישט געקענט ראטעווען, אבער די ציונים׳לעך מיט זייערע קשרים האבען באוויזען כאטש עפעס צו ראטעווען. טאקע א שפיי אין ים, אבער קעגען גארנישט איז עס אסאך. די טפשות און גאווה פון די מענטשען וואס ווילען דאס נשט אנערקענען איז לא יאומן כי יסופר.
וויפיל מענטשען האט סאטמער רב געראטעווען? (נישט ציונים, נאר ערליכע אידען)? וויפיל מענטשען האט ער פראבירט צו ראטעווען?
רבי מיכאל בער האט כאטש פראבירט, אין זיין נאאיוויטעט האט ער געמיינט אז ער וועט עס באווייזען.
אבער סאטמער רב האט ניטאמאל דאס געטון.
ניין סאטמאר רב האט נישט פארראטן זיין פאלק, ער האט זיי פלעין געלאזט גיין צו די שחיטה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:23 pm

נאך איין זאך: אויב איז קאסטנער א פאררעטער פאר מיטארבייטן מיט די נאציס, איז רעב מיכאל בער פונקט אזא פאררעטער. ודי בזה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:26 pm

גדליה האט געשריבן:די פאסאזשירן האבען נישט געוואוסט פון זיין מיטארבייט? וואס האבען זיי געמיינט? מ׳איז סתם ארויף אויף א באן?
די באשולדיגונגן קעגן קאסטענר איז נישט געווען אז ער האט ארלעדיגט פון די דייטשן א באן, נאר אז ער האט געהאלפן מיט די דעפארטאציעס, בשעת המלחמה האט מען נישט געוואוסט דערפין און כ'כאפ נישט וואס ארויפגיין אויפן באן האט מיט דעם.
די שאלה דא איז צו קאסטנער האט געוואלט נעמען עהרליכע רבנים צו נישט.
די סאטמערע גירסא איז אז קאסטנער האט בעצם נאר געוואלט ציונים און ער וואלט קיינמאל נישט גענומען די סאטמארער רב ווען נישט די גע׳דמיונ׳טע חלום.
די אמת׳ע גירסא איז אז קאסטנער האט געוואלט נעמען מסלתה ומשמנה פון אונגארישער אידענטום, סיי פון די פרייע און סיי פון די פרומע
יא פאר דעם פרייען קאסטנער איז אנגעגאנגען אז אפאר פרומע רבנים זאלען בלייבען לעבען.
יתכן אז ס'איז אים אנגעגאנגן, מסתבר אז נישט נאר עס מער געווען פאר געלט און די ארטאדאקסישע מיטארבייט, א מעשה פון א כלומרש'טע מימרא טוישט נישט די דעבאטע.
דאס טוישט די גאנצע בילד.
דרך אגב די מעשה פון די חלום איז פונקט אזוי קראנט ווי די מעשה.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1050
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:40 pm

גדליה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אפילו לויט די סאטמארע ווערסיע פון די געשיכטע, האט קאסטנער געוואלט האבן עפעס רבנים אויפן באן.
די נאציס האבן גערופן דעם באן דער פאראדע באן. זיי האבן געוואלט צייגן פאר די וועלט אז ראטעווען אידישע אינטולעקטאלען א שטייגער ווי דאקטורים, שרייבער, רבנים, שישקעס, אד''ג.

דאס נעמט אבער נישט אוועק דער פאקט אז דער רשע קאסטנער האט ארויסגעשטויסן די ערליכע ארטאדאקסישע עסקנים ווי דער פעסטער ראש הקהל הרב פנחס פרוידיגער און רבי חיים ראטה. וועלכע האבן געוואלט ראטעווען וואס מער ערליכע אידן. אבער דער כיטרער רשע האט באוויזן זיי ארויסצושטויסן און צו ארויסראטעווען מערסטייל פרייע אידן און ציוניסטישע שישקעס וועלכע זענען געווען א אויסגעשפיגענע מינראט אין אונגארן.

זאל דער רשע געדענקט ווערן צו שאנדע אויף שטענדיג.

ווען די מעשה זאל זיין פארקערט, סאטמער רב זאל ווען ערלעדיגן א באן ארויס פון יוראפ, וואלט ער דען מיטגענומען אפילו איין ציוני? וואס דרייסטו א קאפ.
דער כיטרער רשע האט געראטעווען דיין רבי׳נס לעבען. ווען נישט קאסטנער וואלט סאטמער רב נישט איבערגעלעבט. די באן האבען נישט די פעסטער ראשי קהילה ארלעדיגט נאר די ציוניסטישע ביורא.
איך פארשטיי אז רעב מיכאל בער האט אויך זייער שווער געארבעט, אבער ליידער ער איז געווען א קול קורא במדבר, און ער האט גארנישט געקענט ראטעווען, אבער די ציונים׳לעך מיט זייערע קשרים האבען באוויזען כאטש עפעס צו ראטעווען. טאקע א שפיי אין ים, אבער קעגען גארנישט איז עס אסאך. די טפשות און גאווה פון די מענטשען וואס ווילען דאס נשט אנערקענען איז לא יאומן כי יסופר.
וויפיל מענטשען האט סאטמער רב געראטעווען? (נישט ציונים, נאר ערליכע אידען)? וויפיל מענטשען האט ער פראבירט צו ראטעווען?
רבי מיכאל בער האט כאטש פראבירט, אין זיין נאאיוויטעט האט ער געמיינט אז ער וועט עס באווייזען.
אבער סאטמער רב האט ניטאמאל דאס געטון.
ניין סאטמאר רב האט נישט פארראטן זיין פאלק, ער האט זיי פלעין געלאזט גיין צו די שחיטה.


זאג! די ביזט ג-ט? די ווייסט פאר א פאקט אז ווען נישט קאסטער וואל דער רבי קיינמאל נישט געראטעוועט געווארן?

ווען נישט רבינו הקוה''ט וואלט ווען דער באן אנגעקומען קיין אוישוויץ. ווען דער באן איז געבליבן שטיין האט דער רבי געשיקט זיין תלמוד רבי שלמה גפן זאל אויפשטורמען די וועלט אז דער באן פארט ווירקליך קיין אוישוויץ. די נאציס האבן נישט געוואלט פארלירן זייער קרעדיט. אזוי ארום איז דער באן אנגעקומען קיין בערגן בעלזן, און פון דארט קיין שווייץ.

דער ציוניסטישער געריכט האט דעקלערט דעם רשע קאסטטער פאר א קאלט-בלוטיגער נאצי קאָלאַבאָראַטאָר. ער האט גוט געוויסט אז מ'פירט די אידן צו די גאז קאמערן און ער האט געמאכט א שווייג צוליב אן א געהיימע אפמאך וואס ער האט געהאט מיט אייכמאן. ווען ער זאגט ווען, ווער ווייסט דען וויפול מיליאנען אידן וואלטן ווען געראטעוועט געווארן. עדות ביים געריכט האבן פארציילט. אז דער רשע האט שפאצירט האנד ביי האנד מיט אייכמאן אין אוישוויץ, אנגעטאן אין א נאצישער מונדיר....

אויסער דעם דעם איז ער געווען א פאלנער נואף. ער האט ארום גע'חזיר'ט מיט די ווייב פון יואל בראנד. וועמען די צינוים האבן מיאס פארראטן... ווייל ער האט געוואלט ראטעווען אידן...

כ'גיי נישט דא איבערגיין מיט דיר די היסטאריע. נאכדערצי ווען מ'קען נישט וויסן ווען די ביזט ערענסט, אדער ווען די ביזט סארקאסטיש, אדער ווען די ווילסט בלויז אנמאכן א מאכרייקע....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1705
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1870 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:47 pm

אין די גליון שטייט קאפויע!

און די גאנצע פרשה שטייט שוין קלאר מיט א דעת תורה דא און דא
נסים נגלים ונסתרים, המדינה ורכבת קסטנר
נסים נסתרים יסוד כל התורה ● גדר נסתר, היינו שזה בדרך הטבע ● נס הסתר בתוך הסתר, שנעשה ע"י רשעים וע"י חטאים ● הקמת המדינה ורכבת קסטנר ● הקמת המדינה ● רכבת קסטנר ● משפט קסטנר - גרינוואלד ● הצלת האדמו"ר מסטמר ברכבת, וסעודת כ"א כסלו ● הראיה מניסי פורים ● הודאה לקב"ה על הקמת המדינה ● מסקנא ● נספח


די גאנצע סאמעטוכע איז נאר פאר די פאר אויסגעדראשענע אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינת הטייטלבוימי, אבער רוב כלל ישראל איז נישט מכיר אין די מדינה

חוצמזה
עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל
עתידין שיקבעו בארץ ישראל ● דעת המגן אברהם ● דעת החזון איש ● ביאת הגואל לאו דוקא הגואל, אלא חורבן קהילות חו"ל וקביעתן בארץ ישראל ● שיקבעו בארץ ישראל מחייב השתדלות מצידנו ● המעון של התורה הוא רק בארץ ישראל ולא במדבר ולא בחו"ל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך Buddy אום מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:49 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:47 pm

Buddy האט געשריבן:אין די גליון שטייט קאפויע!
די גאנצע סאמעטוכע איז נאר פאר די פאר אויסגעדראשענע אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינת הטייטלבוימי, אבער רוב כלל ישראל איז נישט מכיר אין די מדינה


אה! ברוך הבא...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1705
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1870 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:51 pm

גדליה האט געשריבן:וויפיל מענטשען האט סאטמער רב געראטעווען? (נישט ציונים, נאר ערליכע אידען)? וויפיל מענטשען האט ער פראבירט צו ראטעווען?


פראבירט האט ער זיכער, עס איז דא צענדליגע דאקומענטן אויף דעם, צו ער האט טאקע געראטעוועט ווייס איך נישט.

בדרך אגב , ר'מיכאל בער האט אפגעשטעלט די דעפארטאציעס אין סלאוואקיי פאר דריי יאר , איך מיין אז עס איז געווען דרייסיג טויזנט אידן, נאך דריי יאר צום לעבן איז שוין א גרויסע זאך , און חוץ מזה איז מסתבר אז אסאך פון די אידן האבן איבערגעלעבט די גאנצע מלחמה לכבוד דעם.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 674
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:26 pm

איך האב נישט קיין פראבלעם איבערצוחזר׳ן מיין מיינונג.

הכרת הטוב קומט נישט אריין דא. קאסטנר האט געוואלט ראטעווען געוויסע מענטשן, פאר זיין אינטערעסן, און סאטמארער רב האט געוואלט ווערן געראטעוועט. קיינער איז דא נישט קיין אלטרואיסט, און די סארט הכרת הטוב ענדעלט מער אין די סארט וואס מוסדות און עסקנים פאדערן ווען זיי ווילען דיין נשמה.
באצאלט און געגאנגן, מ׳דארף גארנישט מער.

די געשיכטע\לעגענדע פון דער רבינ׳ס ראטעווען די באן איז זייער פיין פאר מוצ"ש, ווען אלעקסיי׳ס טנדר האט א פאנצ׳ר.

ווען קסטנר וויל נאר ראטעווען ציונים טויג עס נישט, און ווען וועד הצלה וויל נאר ראטעווען ׳בני תורה׳ טויג עס יא? גראדע, זענען ביידער נישט אמת, אבער די לעגענדעס גיין נאך אן.

און די שטיקל תורה גייט בערך אזוי. איין מענטש, וואס אחוץ אז ער איז געווען אן אפיקורס וכדו׳, איז אויך געווען א ציוני. ווען ביי אים האט זיך געהאנדעלט ראטעווען אידען פון די נאציס, האט ער, לפי די לעגענדע (עי׳ לעיל), זיך אויסגעדרוקט ׳רק בדם וכו׳׳. ממילא, קאסטנר, און אלע ציונים, זענען פאלנער שותפים מיט זיין מימרא (עס איז נאך נישט באשטעטיגט צו זיי האבען דעמאלס געהאט געהערט די לעגענדע. אפשר זענען זיי נאך געווען פארנומען מיט אנדערע נסיעות פון אלעקסיי), און ממילא איז זייער ראטעווען איז נישט קיין ראטעווען, שביקין שביתין בטלין ומבוטלין.

בויט׳ס אויף א שיטה"ק, זאג אז עס ראטעוועט אידישקייט (וואטעווער דעט מיענס), זאגאר צייגט׳ס אויף אן אגדתא סוף כתובות. אבער ביטע, לאזט׳ס אפ די זינלאזע מעשיות.

וכן להיפך, ווילסט זיין א ציוני? פיין און וואויל. בוי עס אויף תנ"ך, אויף מדרשים, אויף טיפזיניגע מאמרים פון דער געוועזענער יפו רב (דמתקרי ירושלימ׳ער רב אצל חכמי ירושלים). טענות פון הכרת הטוב באלאנגען מיט אלס וואס איז ארויס געפאלען פון אלעקסיי׳ס טנדר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:31 pm

ליטוואק וויאזוי קומען די אלע זאכען דא אריין?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:41 pm

viewtopic.php?p=422526#p422526

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:48 pm

אונטער חכם האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:וויפיל מענטשען האט סאטמער רב געראטעווען? (נישט ציונים, נאר ערליכע אידען)? וויפיל מענטשען האט ער פראבירט צו ראטעווען?


פראבירט האט ער זיכער, עס איז דא צענדליגע דאקומענטן אויף דעם, צו ער האט טאקע געראטעוועט ווייס איך נישט.

בדרך אגב , ר'מיכאל בער האט אפגעשטעלט די דעפארטאציעס אין סלאוואקיי פאר דריי יאר , איך מיין אז עס איז געווען דרייסיג טויזנט אידן, נאך דריי יאר צום לעבן איז שוין א גרויסע זאך , און חוץ מזה איז מסתבר אז אסאך פון די אידן האבן איבערגעלעבט די גאנצע מלחמה לכבוד דעם.

לאמיך אייך זאגען מיין בליק דערויף.
ס'איז געווען צוויי סארט גדולים בנוגע די אויפפירונג ביי די האלאקאוס.
1) א גדול וואס נעמט אויף זיך די גורל פון זיין געמיינדע, און גייט מיט זיי ווי אימער זיי גייען, אריינגערעכנט די גאז קאמערן, ווי א קאפיטאן וואס פארלאזט נישט זיין שיף ווי לאנג ס'איז דא איין פאסאנזשיר. (לדוגמא: הגה"ק מגאלאנטע הי"ד, הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד, ועוד).
2) א גדול וואס פארשטייט די שרעקליכע געפאר, און טוט כל טצדקי שבעולם צו ראטעווען זיך אליינס און אנדערע מענטשען (לדוגמא: רבי מיכאל בער זצוק"ל, רבי ברוך'ל מונקאטשער, רבי שלמה'לע באבובער, ועוד)

יעצט אויסער דעם איז דא א מין גדול וואס איך גיי נישט פורש בשמם זיין, וואס ער איז א בחינה פון פארשטינקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען: נישט ער האט אליין געטוהן נארמאלע פעולות זיך צו ראטעווען, נישט ער האט געהאלפען אנדערע זיך ראטעווען, און נישט ער האט זיך געלאזט גיין מיט זיין געמיינדע, און נאך אלעם האלט ער זיך בגדול, און איז איבערצייגט אז פשוט פון הימעל האט מען געוואלט ער זאל בלייבען לעבען, און ער איז קיינעם נישט שולדיג א דאנק, אדרבה זיי דארפען עם גאר דאנקען פאר די זכייה עם צו ראטעווען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:52 pm

לכבוד ט׳ שבט האסטו דאס דערמאנט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:16 pm

גדליה האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:וויפיל מענטשען האט סאטמער רב געראטעווען? (נישט ציונים, נאר ערליכע אידען)? וויפיל מענטשען האט ער פראבירט צו ראטעווען?


פראבירט האט ער זיכער, עס איז דא צענדליגע דאקומענטן אויף דעם, צו ער האט טאקע געראטעוועט ווייס איך נישט.

בדרך אגב , ר'מיכאל בער האט אפגעשטעלט די דעפארטאציעס אין סלאוואקיי פאר דריי יאר , איך מיין אז עס איז געווען דרייסיג טויזנט אידן, נאך דריי יאר צום לעבן איז שוין א גרויסע זאך , און חוץ מזה איז מסתבר אז אסאך פון די אידן האבן איבערגעלעבט די גאנצע מלחמה לכבוד דעם.

לאמיך אייך זאגען מיין בליק דערויף.
ס'איז געווען צוויי סארט גדולים בנוגע די אויפפירונג ביי די האלאקאוס.
1) א גדול וואס נעמט אויף זיך די גורל פון זיין געמיינדע, און גייט מיט זיי ווי אימער זיי גייען, אריינגערעכנט די גאז קאמערן, ווי א קאפיטאן וואס פארלאזט נישט זיין שיף ווי לאנג ס'איז דא איין פאסאנזשיר. (לדוגמא: הגה"ק מגאלאנטע הי"ד, הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד, ועוד).
2) א גדול וואס פארשטייט די שרעקליכע געפאר, און טוט כל טצדקי שבעולם צו ראטעווען זיך אליינס און אנדערע מענטשען (לדוגמא: רבי מיכאל בער זצוק"ל, רבי ברוך'ל מונקאטשער, רבי שלמה'לע באבובער, ועוד)

יעצט אויסער דעם איז דא א מין גדול וואס איך גיי נישט פורש בשמם זיין, וואס ער איז א בחינה פון פארשטינקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען: נישט ער האט אליין געטוהן נארמאלע פעולות זיך צו ראטעווען, נישט ער האט געהאלפען אנדערע זיך ראטעווען, און נישט ער האט זיך געלאזט גיין מיט זיין געמיינדע, און נאך אלעם האלט ער זיך בגדול, און איז איבערצייגט אז פשוט פון הימעל האט מען געוואלט ער זאל בלייבען לעבען, און ער איז קיינעם נישט שולדיג א דאנק, אדרבה זיי דארפען עם גאר דאנקען פאר די זכייה עם צו ראטעווען.


סאטמארע רב צוזאמען מיט מונקטאשער רב האבן אסאך געטון אין די יאר צוויי פאר'ן קריג צו ראטעווען פוילישע יודען. יעצט ווען די סורפרייז פון די דייטשע אין אדר תש"ד איז אנגעקומען איז קיין סאך נישט געווען וואס צו טוהן. ס'איז נער'יש צו זאגען אז סאטמארער רב וואס האט געטון און גע'שתדל'נט פאר יודען אז ער האט פארמאכט אן אויג אויב ער האט זיי געקענט העלפן. אדרבה, וועלעכע היתר האט ער געהאט זיך "נישט" צו ראטעווען? די מדריגה פון גאלאנטער רב איז גאר דערהויבן און ס'דא נאך אפאר קדושים וואס זענען מיט געגאנגען מיט צאן מרעיתם אין אויווען אריין, אבער ווער זאגט אז ס'איז אויסגעהאלטן? אז ס'דא א געלעגענהייט אפשר מוז מען זיך ראטאווען. It doesn't sound good אבער אפשר מוז מען דאס טוהן.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3004 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:28 pm

אין דעם איז דא אסאך הנחות, פאלשקייטן, און אומפארשטענדענישן.

א. ר׳ אלחנן ווסרמן האט געהערט אז א קריג קומט, און אנשטאטס בלייבן אין ענגלאנד, איז ער צוריק געגאנגן קיין פולין, יא? אין די דעמאלסדיגע בליק, האט מען נישט געמיינט מ׳גייט צו א זיכערע טויט, נאר צו צרות. עס איז מעגליך געווען א נסיון ביי אים צוריק צו פארן, אבער צום טויט איז ער נישט געגאנגן. נאך מער, שפעטער האט ער זיך יא פראבירט צו ראטעווען, נאר הארט פאר׳ן פארן איז זיין ווייב קראנק געווארן (אפשר צובראכן א פוס), און נאכדעם איז שוין צו שפעט געווען.

און בכלל, די אלע רבנים און ראשי ישיבות וואס זענען אנטלאפען קיין א"י אויף דער באקאנטען שיף, זענען אנטלאפען פון די קאמיוניסטן, וואס ווען הרב משה פיינשטיין האט געצווייפעלט צו ער מוז בלייבן מיט זיין סטאדע צו נישט, האט ער געשיקט פרעגן צום חפץ חיים, וואס האט גע׳ענטפערט ׳א לאנד ווי מ׳טאר נישט דערמאנן דער שם שמים, איז ווי א בית הכסא. א מענטש איז נישט מחויב צו וואוינען אין א ביה"כ׳. אזוי האט ער באלויכטען אמעריקא עד ביאת גואל.

ב. יעדער מענטש האט זיין פעאיגקייטן, און קיינער איז נישט געפאדערט צודק טון וואס ער קען נישט. דער סאטמארער רב, בעלזער רב וכו׳ האבען נישט געטויגט צו פאליטיק און די ארבעט פון ראטעווען מענטשן. זייער נאטור איז נישט אזוי געווען, ממילא פארוואס האט מען טענות? זייער נאכשלעפעאס וואס ווילן דיר (און זיך) איינרעדן אז זיי זענען עפעס ׳סופערמען׳ אויבער-מענטשן וואס קענען און פארשטייען אלס, זיי זענען אין א פלאנטער. אבער נישט אונז.

ג. זרח ווארהאפטיג שרייבט אין זיין בוך, אז צווישען די ציונים האט געהערשט א שטארקן מחלוקת, צו מ׳זאל העלפן מענטשן אנטלויפן קיין ערטער וואס זענען נישט ארץ ישראל. ער האט שטארק געשטופט מענטשן קיין יאפאן און דערנאך שאנחאיי, ער האט זיך געשלאגן מיט אנדערע. די ציונים זענן אויך דעמאלס נישט געווען קיין כלל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:39 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס ווען הרב משה פיינשטיין האט געצווייפעלט צו ער מוז בלייבן מיט זיין סטאדע צו נישט, האט ער געשיקט פרעגן צום חפץ חיים, וואס האט גע׳ענטפערט ׳א לאנד ווי מ׳טאר נישט דערמאנן דער שם שמים, איז ווי א בית הכסא. א מענטש איז נישט מחויב צו וואוינען אין א ביה"כ׳.


אולי לא באתי אלא בשביל זה דיינו. איי איז דאס גדלות פון א גדול בישראל, אויפצודרינגן אזא הארבע שאלה פון הלכות בית הכסא? פון ווי נעמט מען אזא גאונות?

מ'ברויך טאקע מאכן א תקנה אז פאר מ' גייט נישט אין בית הכסא טאר מען נישט דא מגיב זיין.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1050
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:52 pm

שמערל האט געשריבן:קודם כל איז ר' עקיבא גלאזנער נישט קיין עכט היימישע רב, פאר עפעס א סיבה האבן די חסידישע אידן דארט זיך געמאכט שבת פאר זיך און גענומען דעם סאטמארען רב'ס פלומעניק אלס זייער חסידישער רב דארט.

חחח...
אשפגתי מאוד..! דעי בהמות, אנשטאט זיך אונטעווארפן אונטערן רבי'ן, האבן זיי גענומען זיין צודרייטן פלומעניק... אוי זאגסטע גוט... :lol: (און אייוועלט איז אויך דא דעי סמייליס)
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

Re: דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:12 pm

איך בין נייגעריג צו דער עולם וואס איז געשפרינגן צום כבוד פון סקולענער רבי, וועט זיך אויך שפרינגן פאר׳ן חפץ חיים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט