אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

גדליה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:א רבי איז נישט דער סי אי או פון א חסידות. דער רבי האט פשוט א דזשאב צו טיילן קוגל און זאגן תורה והדרכה רוחנית. גיווענטליך איז דא א מנהל אין יעדער חסידות וואס ווייסט אליס וואס גייט פאר און איז למעשה דער סי אי או.

יא יא. אזוי מוז זיין.
ברויך מען ארויסגעבען א ליסטע פון די אמתע מנהיגי ישראל.

ס'איז עפעס א סוד? יעדער ווייסט דאס.
עס זענען דא רביס וואס זענען נישט נאר רעביס נאר אויך עסקנים, אבער נישט יעדער האט די כשרונות צו זיין ביידע.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

גדליה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז עס איז נאר אזויווי פידעליטי, נאר אז דער בער 'אינטערנעט' מיינט מען נישט דאס. רוף דאס סושאל מידיע עס איז נישט די 'סאשאל מידיע' וואס מען האקט אויף. עס איז בערך אזויווי דער אלטער געדאנק פון געבן יעדער יונגל א פושקע מיט פרייזעס און גאולס וכו'. דער 'אינטערנעט' וואס מען האקט אויף מיינט נישט דאס.

אקעי ווייסען מיר שוין וואס די אינטערנעט בער איז נישט.
וואס איז עס יא? עמעזאן? יוטיוב? ווי ליגט דער בער?
א קאמענטאר אויף טשערידי איז ווייניגער שעדליך ווי א קאמענטאר אויף יוטיוב?
אוודאי קען מען אויפקומען מיט ארטיפישעל חילוקים, אבער סאיז זייער פאני ווי אויף די געברויכן פון די רביס קען מען טרעפען אלע מיני היתרים, נאר אויף די געברויך פון א חסידיש ווייבל צו טרעפן ביליגע קליידער אנליין, אויף דעם קען קיינער נישט טרעפן א היתר.

די חילוק איז נישט ארטיפישל. עס איז דא שווארץ און ווייס און גרוי. כולי עלמא מודי אז פו' איז שווארץ. כולי עלמא מודי אז טעשיריד איז ווייס. אינדערמיט איז דא אמאזון מיט יוטוב מיט ק"ש וואס איז גרוי, דא פילטערן וואס לאזן עס אדורך און דא וואס נישט. קענסט נישט טענה'ן עס איז א היתר דחוק טשערידי ווייל כולי עלמא מודי אז לו יצוייר איז דער גאנצער אינטערנעט נאר טשארידי מיט טורע עניטיים אז עס איז נישטא אין דעם קיין נדנוד איסור. די שאלה אויף טשערידי קען נאר זיין מען זאל מאכן אויף דעם א סייג סחור סחור אטו אמאזון אטו יוטוב אטו פו' אטו די זאליס. נו אין דעם איז אפשר דא נגיעות אבער לגופו של ענין איז נישטא קיין אמתע טענה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳שרייבט שוין איבער היסטאריא אין פראנט פון אונזער אויגן!

די רבנים האבן:
א. געשריגן אז אינטרנט איז אן איסור יחוד, ווייל מ׳קען לייכט צוקומן צו מדבר פארן, און פילטרס זענען נישט גענצליך פארלעסליך.
ב. געטענה׳ט אז אינטרנט ברענגט אנדערע שעדליכע פראבלעמן, ווי אדיקטשען און אפענע אויסגעלאסענע דעות מיט לשוה"ר און רכילות.
ג. באשטעטיגט אז פאטשקען צייט אויף שטותים איז פאר זיך א פראבלעם, און אן אורזאך צו א און ב.
ד. פארציילט פאר יעדעם אז א היימישע איד מיינט אפגעזונדערט פון דער אינטרנט ווי ווייט מעגליך, עד ולא עד בכלל הפרנסה הבסיסית
ה. אויסגערופן קריג קעגן דאס אריינקומען די נארמאלע אינטרנט באציאונג פון צאלען בילס, זיך האלטן נאנט מיט מענטשן, קויפן ביליג, פארשן נייעס, אין די א.ג. היימישע ציבור.
ו. געשטעלט קלארע גדרים אז אינטרנט מעג נאר זיין בדיעבד און נאר אונטער זייער שמירה און נאר ווען קיין אנדערע וועג איז נישט דא.

קיינער פון די נקודות זענען נישט קיין חידושים. און די זענען די סאמע יסודות פון די חרדישע קריג לעומת דאס וואס סתם עלטערן מיט מחנכים רעדן זיך אפ. קיינער האלט נישט פון שמוץ, יעדער זעט איין אז אדיקטשען איז א פראבלעם, נאר חרדים האבען גודר גדר געווען אויף יעדער נוץ אינדרויסן פון הכרח גמור וואס קיין אנדערע וועג איז נישט דא. קענסט אלס ליינן אויף אייוועלט, אז דו ווילסט

יעצט זאגסטו אז בעצם נאר סאציאל מידיא האבען זיי געמיינט, אבער סתם זאכען וואס מאכען די לעבן גרינג האבען זיי נישט געמיינט צו געזאגט. יא, דאס זאגט מען, ברגע זייער לעבן איז גרינגער געווארען, פארשטיין זיי שוין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

שליחה דורך גדליה »

ליטוואק איר האט מיך אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.
די קאנצעפט פון גרעי עריע אויף די אינטערנעט, שוין אפגערעדט פון א ווייסע עריע וואס איז מותר לכתחילה, האט בכלל נישט עקזיסטירט ביז גאנץ לעצטענס.
כמיין בעצם עקזיסטירט עס נאכאלץ נישט.
אויב זאל איך זאגען פאר מיין דיין אז מיין ווייב ברויך אינטערנעט כדי צו געבען צדקה פאר די קאמפעינס פון פרענדס, אדער צו מאכען אליינס א סאושעל מידיע צדקה קאמפיין, גלייב איך נישט מען גייט איר לאזן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברגע עס פאסט א פערזענליכע באשלוס וועגן די אינטרנט, לויט פערזענליכע אומשטענדן, צופאלט שוין די גאנצע מערכה אנטקעגן. ווי פאסט אן אפיס וואס איז מחליט וואס דער דארף און ווי יענער שטייט? עס וועט זיין אזוי ווי אלע עבירות אין דער וועלט, קיינער צווינגט דיר נישט צו לערנן הלכות שבת? קיינער קומט נישט קוקן דיין שלאף צימער צו זען וויאזוי הלכות נדה ווערט פראקטיצירו ביי דיר. יעדער פארשטייט אז יעדער מענטש האט אייגענע אומשטענדן, וממילא מוז ער זיך פארבעסערן לויט זיין מצב. אז דו מיינסט דיין חבר\תלמיד דארף חיזוק אין עפעס, טו צו דער זאך לויט וואס עס פעלט אויס. אבער אפיסעס פון יונגעלייט וואס זענען מחליט וואס עס קומט זיך דיר האט נישט קיין פלאץ

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

שליחה דורך גדליה »

אגב איך ווייס נישט ווי עס גייט אין לעיקוואד, אבער ביינונז אין פאפא האט מען נארמאל ארויסגעשריבען: פוי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
רעאגיר