רבנישע ענטערטעינמענט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7044 מאל

רבנישע ענטערטעינמענט

שליחה דורך כוכב »

שוין יארן (אקעי נישט ממש) וואס איך בעט מיך ביי מיין כוכב'טע יעדע חאלאמויד, קום זיסקייט, לאמיר ארויסגיין אביסל פארברענגען, סדא אזויפיל שיינע אטראקציע פלעצער לעטס גאו אוט עי ליטל ביט, כעל קויפן א מעטרא קארד, מעט איינפאקן אביסל מצה מיט וועקאדא, און ויסעו מוויליאמסוברג ויחנו בדותן.

בת קול: הכלל כוכי, וואו ווילסטו גיין זאג מיר פונקטליך. קום לאמיר גיין צו די ניין עלעווען מעמאריעל מוזעאם.

איך פערזענליך האב א שטארקע געפיל צו די ניין עלעווען מעמאריעל מוזעאום. אויסער מיין פייערדיגן פאטריאטיזם פאר'ן לאנד און אירע געפאלענע, דריי איך מיך ארום מיט א גילט, אזא סודותפולע געוויסנביסן, ווארום כוואוין מיך אזוי באקוועם צען מינוט אוועק פון די טווין טאוערס און נישט אמאל איין מאל איז מיר איינגעפאלן דאס צו גיין באזוכן. פון די גאנצע וועלט קומט מען קוקן אויף דעם וואונדער און מיך אימטערעסירט עס אפילו נישט, און יעצט וויין איך, פריער האב איך געזאלט וויינען. איז אלזא יעצט ווען סאיז נצחו ארעאלים וויל איך כאטשיג גיין באזוכן איר אנדענק.

ווי יעדער שטעלט זיך אליין פאר בין איך אבער יעדע חול המועד ווייטער אנגעקומען אין סע חי, מינעס ישראל, הופער, ראדני, וואו כהאב ערליך זיך גענומען צום אמנות אבותיו פון צעברעקלען א האט קאפ און ממלא זיין דעם גלעזל מחוליתה, אלעס צום פארדאנקען דעם צויבער ווארט: ספאסט נישט.

און זי איז נאך גערעכט אויך. וואס האט א חשובע כולל יונגערמאן זיך צו דרייען אין מאנהעטנער גאסן חאלאמויד.

אבער, לא אלמן ישראל, לעצטנס יאוועט זיך א נייע אינדוסטרי פון רבני'שע אינטערטענמענט. די נקודה איז אין איין ווארט, מעגסט קומען מעגסט גיין, טו עס נאר מיט שכל, מיט די ריכטיגע פעקעזשינג, אזוי סזאל נישט שאטן פאר די ביזנעס.

ווילסט גיין צו א מיזואעם, נאו פראבלעם, זע נאר אז יאנקי מאייער זאל צו גרייטן קאלעי וואסער און בילדער מאכער, און פארגעס נישט פארצוזינגען א קל מלא רחמים. ווילסט מאכן א גרילל נאו פראבלעם, ברענג א שוחט וואס זאל שחט'ן א שעפסל פאר די חבורת יורה דעה אין כולל, זאל זיין גרויסע בילדער וואו די זוכסט א סירחא אויפן לינג, און נאכהער, יאכלו ענווים וישבעו! גענאר אכט זיך נישט צו צעשניידן פון די חלף ביים בודק זיין.
כהנה כהנה, מ'קען גיין צו די תורה מיזואעם, אבער אויך נאר מיט די חברי הכולל צו זען פונקטליכ וואס איז סנפיר און וואס איז קשקשת.
דארט וועט אייך ווארעם אפווארטן דער לאזאניע רבי מיט זיין חלום חלמתי היימישע געבעקסן פון יאנקעב אבינוס לייטער און אלעקסייס פערד.
נאך איידיעס: אנשטאט א קארניוול קען מען מאכן א מעמד פטר חמור, מ'קען פארן מיט א טשערי פיקער בודק זיין די עירוב, קיין אריזאנע שניידן ווייץ, אלץ בעסער ווי ליידיג גיין...

טייערער רבנים, מיר טון פארשטעלן עפארדעבל רבנישע ענטערטעינמענט, סמוז שוין נישט זיין ראדאשיץ און ווילעדניק, איר קענט עס האבן פאר פיל ביליגער,
ביז היינט האט א שיינע איד וואס האט געדארפט אן אוטינג זיך געמוזט באגנונגן מיט ניחום אבלימ'ס, היינט קען א רב אויך ארויסגיין פארברענגען, און עס זאל אים בכלל נישט שאטן פאר די ביזנעס.

ווער סהאט נאך איידיעס זאל זיך ביטע אנרופן, עסקנים העלין ארומגיין מיט רעסיט בוקס, אלע דאנעישאנס זענען טעקס דידאקטעבל.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר