קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

שליחה דורך גדליה »

צוליב די האקעלע ענין, וועל איך צוטרעטן צום פונקט אן קיין הקדמות, און איך וועל עס מאכען בקיצור.
דער צדיק הדור האדמו"ר הק' מסקולען שליט"א איז ליידער על ערש דוי. כלל ישראל רייסט איין לטובתו, אין אלע שוהלן הענגען צעטלען צו מתפלל זיין אויף דעם רבי'ן שליט"א.
איז קודם ווילען מיר בעטען דא אין קאווע שטיבעל אויכעט מ'זאל זאגען א קאפיטל תהלים, רבותי רייסט איין פאר רבינו ישראל אברהם בן שיינא רחל בתוך שאר חולי ישראל ואוה"ע
והשנית, ברויכען מיר קלערן פון א פלען בי אויף אידישקייט.
ואפשר שיחתי: ביז היינט האט מען געוואוסט אז מיר פארמאגען א מעכטיגע כח, וואס דאס איז סקלענע רבי. ער האט טאקע נישט געהאט מוסדות, אבער יעדער האט געוואוסט אז ער איז א צדיק וקדוש!
ביז היינט אז איינער האט געזאגט, אלע רבי'ס זענען א באנדע שקצים, האט מען געגעבען א צי ארויס די נוק אפשען, סקלענער רבי.
ביז היינט אז א טאטע האט געוואלט ווייזן זיין קינד, זעסט דא איז א עהרליכע איד, האט מען געוויזען אויף סקולענער רבי.
ביז היינט אז מ'האט געוואלט מאכען א מערכה פאר גאנץ כלל ישראל (דהיינו פון סאטמאר ביז פאפא) האט מען אנגאזשירט סקלענער רבי.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז סקולענע רבי מיט זיין געואלדיגע כח השפעה, און מיט דעם וואס ער איז אזוי רעספעקטעד, האלט ער אונטער א גרויס חלק אידישקייט בדורינו אלה.
הייליגער באשעפער, מיר מוזען האבען דעם סקולענער! א סקולענ'לאזע אידישקייט איז נישט קיין אידישקייט!
אבער דאך, דער סקולעניער איז דאך א בשר ודם, און ער גייט נישט אייביג לעבען. דער אייבערשטער זאל אים שענקען לאנגע געזונטע יארען ביז די הונדערט און פינעף און צוואנציג. אבער סוף כל האדם למות.
רבותי, מיר מוזען האבן א פלען בי. מיר ברויכן מטכס עצה זיין ווער גייט ערפיהלן די "גוטע איד" ראלע פון דעם סקולעניער
פארשלאגן זענען וועלקאם.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר