דורך שיטה מקובצת » דינסטאג פעברואר 19, 2019 6:24 pm
מיר שטייען היינט אין די פרשיות פון ספר שמות, ווען כלל ישראל שמאכט אין מצרים, אבער איז זוכה צו די גרעסטע גילויים וואס א ילוד אשה האט נאר אמאל זוכה געווען. די געוואלדיגע ניסים אין מצרים, שפעטער קריעת ים סוף, און נאכדעם דער שפיץ - דער מעמד הגדול והנורא פון קבלת התורה. און נאכדעם פערציג יאר פון ניסים גלויים, מן, עננים, און השראת השכינה אין דעם משכן.
דער דור דעה דער דור המדבר האט זוכה געוועהן צו די מערסטע און גרעסטע גלויים פון הקב"ה והשגחתו על העולם ובפרט על עם ישראל. שפעטער אין די צייטן פון בית ראשון זענען אויך געווען אסאך גילויים, ווי די הייליגע משנה שמועסט אויס אין מס' אבות (פרק ה'). אבער נאכדעם איז געקומען בית שני, ווען די אפענע גילויים פונעם אייבערשטן האבן זיך שטארק פארמינערט, און דאס האט אונז אריינגעפירט אינעם ביטערן גלות אדום ווי ס'הערשט ליידער א ביטערע הסתרה.
אבער ס'מאכט זיך אמאל אז דער רבוש"ע שיינט אריין א שטיקל אור אינעם לעבן. און אין דעם חשכות פונעם גלות זעט מען א בליץ פון געטליכקייט וואס ווייזט אז ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו. דאס קען מען זעהן ווען ס'איז דא א התגלות פון צדיק וטוב לו, אדער פארקערט, ווען ס'איז רשע ורע לו.
אמאל האט עס נישט דווקא מיט א צדיק אדער א רשע, נאר א מענטש וואס האט געטוהן גאר גוטע מעשים וואס באקומט זיין פארדינטען שכר, אדער א מענטש וואס אפשר איז ער בעצם א פיינער מענטש, אבער ער האט שרעקליך דערצערנט דעם רבוש"ע מיט זיינע אומווערדיגע מעשים און ער באקומט זיין פארדינטען שטראף.
הרב שאול יצחק ראבינאוויטש'ס טויט איז א בליץ אין די פינסטערניש פון דעם גלות. נישט ח"ו אז ס'איז א ליכטיגקייט פאר זיין משפחה וואס האט נעבעך געליטן א טראגעדיע, נישט ח"ו אז איינער זאל זיך פרייען מיט זיין אומשולדיגן זוהן וואס האט פארלוירן זיין טאטן אין זיינע ימי שמחה ר"ל, אבער אין די היינטיגע טעג, ווען ס'איז דא אזא הסתרת פנים, זעהט מען אז הקב"ה בלייבט נישט שולדיג ווען איינער העצט אויף צענדליגע טויזענטער מענטשען קעגן זיינע ליבע קינדער, און צערייצט און צעפליקט אידישע משפחות.
איך האב נישט געקענט דעם ראבינאוויטש אין זיין פערזענליכע לעבן. מעגליך אז ער איז געוועהן א פיינע מענטש מיט א הארץ פון פיטער. מעגליך אז ער איז געוועהן א איבערגעגעבענע טאטע, א בעל חסד, א געטרייע רב פאר זיין קהילה. איך קען נישט דעם פערזענליכן שאול יצחק, איך קען דער אראגאנטער דורכגעפוילטער לץ שאול יצחק ראבינאוויטש, דער קאלטבלוטיגער הארץ-לאזער גאט'ס פאליציי מאן, וועלכער איז ארומגעגאנגען אין בתי מדרשים און פשוט געהעצט אויף עהרליכע אידן.
זיינע קארטלעך ווי ער העצט אויף קינדער קעגן זייערע אייגענע עלטערען זענען ליידער באקאנט. זיינע דרשות ווי ער העצט מענער קעגן זיינע ווייבער, ווייבער קעגן זייערע מענער, טאטע'ס און מאמעס קעגן זייערע קינדער, זענען צושפרייט געווארן בארבע כנפות הארץ. וויפיל משפחות ער האט ליידער צוריסן, וויפיל קינדער האט ער ליידער אוועקגעריסן פון א עהרליכע תורה'דיגע השפעה פון זיין טאטן, וויפיל ווייבער ער האט ר"ל אוועקגעריסן פון זייערע מענער. וויפיל אידישע טרערן ער האט פארגאסן, וויפיל אידיש בלוט ער האט געצאפט.
וויפיל שבת טישן ער האט חרוב געמאכט, וויפיל שמחות ער האט צושטערט, וויפיל חברים ער האט צוקריגט, וויפיל פרנסות ער האט אונטערגעברענגט, ועל כולם די אלע שוטים אויף וועם ער האט געהאט א השפעה ר"ל, און גייען ווייטער אהן מיט זיינע אומווערדיגע מעשים.
דאס ערגסטע וואס שאול יצחק ראבינאוויטש האט געטוהן איז אז ער האט פאר'מיאוס'ט אידישקייט פאר טויזענטער אידן. ער האט געוויזן וואס געשעהט ווען א מושחת נוצט די מצוות הבורא יתברך פאר זיינע אייגענע עקעלדיגע תאוות און בלוט דארשטיגע באפרידיגונגען. וויפיל אידן זענען געווארן פאר'מיאוס'ט און אפגעפרעמדט פון אידישקייט? וויפיל עקלען זיך פון די גאנצע תוה"ק ווייל איין דורכגעפוילטע פרי האט געברענגט א אידישקייט פון האס און העצעס.
ועל כולם איז דאס אריינגעבן די גרויליגע קארטלעך אין די הענט פון די תינוקות של בית רבן, און זיי אנהעצען קעגן די אייגענע עלטערן. קיינער קען דאס נישט מוחל זיין, און קיין ילוד אשה קען נישט אויף דעם תשובה טוהן. אויסרייסן די פונדאמענט פון א קשר פון טאטע צו זוהן, דער יסוד פון א אידישע שטוב, דער יסוד פון אידישקייט, די יסוד פון אונזער מסורה. ס'איז נישט מקנה צו זיין וואספארא שבעה מדורי גיהנום אזא איינער דארף מיטמאכן אויסצולייטערן זיין זינדיגע נשמה.
שאול יצחק ראבינאוויטש'ס אויפפירונג האבן דערצערענט דעם רבוש"ע, און ער האט מחליט געוועהן אים אפצושטעלן. און דער רבוש"ע האט זיך געפירט מידה כנגד מידה. דער זעלבער וואס האט אויסגעריסן די קשר פון עלטערן מיט קינדער האט נעבעך איבערגעלאזט אינגע יתומים אין שטוב. דער זעלבער וואס האט צושטערט אידישע שמחות און מסיבות, איז געשטארבן אין די ימי שמחה פון זיין אייגן קינד'ס חתונה. שבר על שבר, עין תחת עין.
מיט אידישע קינדער שפילט מען זיך נישט, און די שטראף איז דא לעין כל! די יד ה' איז קלאר און ס'איז נישט קיין ספק.
אבער שאול יצחק איז געוועהן איין וואנזיניגער וואס וואלט נישט געקענט אזויפיל שאדן מאכן ווען נישט סטאדעס פון יושבי חושך זאלן אים שטיצען בגוף ובממון. אז רבנים און שיינע אידן וואס שעמען זיך צו רעדן ברבים זייער פארקרימטע רשעות'דיגע מיינונגען זאלן מחזק זיין דעם וואנזיניגן און שטיצן זיינע ווילדע פעולות, אריינגערעכענט העצן קינדער קעגן די אייגענע עלטערן.
די מנהלים און מלמדים פון מוסדות הקודש וואס לאזן צו אז קינדער זאלן זיך שפילן מיט קארטלעך וואס שפעטן פון זייערע אייגענע עלטערן, און רייסן אויס די יסודות פון אידישקייט ממש אין די כותלי הישיבה ווי טאטעס צאלן מחנך צו זיין זייערע קינדער על דרך התורה, זענען די וואס האבן געטריבן דעם וואגן פון דעם צעדרייטן שאול יצחק ראבינאוויטש.
וואלט איינער געמיינט אז זיי זאלן זיך אפלערנען און זעהן ווי דער רבוש"ע האט געשטראפט זייער מנהיג מידה כנגד מידה, ווייל ער האט צוריסן און צופליקט אידישע משפחות איז זיין משפחה צוריסן געווארן אינמיטן זיין קינד'ס חתונה. אבער בכלל נישט. זיי גייען ווייטער אהן מיט זייערע מעשים. ורשעים הללו ראו, ולא לקחו מוסר.
זאלן זיי וויסן אז דער רבוש"ע וועט נישט שולדיג בלייבן!! זיי זאלן וויסן אז העצן קינדער קעגן זייערע עלטערן ווערט גאר שארף באשטראפט!! זיי זאלן וויסן אז מיט'ן צוברעכן אידישע משפחות לייגט מען די אייגענע משפחה אויפן וואגשאהל, מיט'ן צוברעכן די קשר פון עלטערן מיט זייערע קינדער, לייגט מען די אייגענע קשר אין א סכנה.
כאפטס אייך פאר עס איז צו שפעט! איר זענט געווארנט געווארן, און דער רבוש"ע האט אייך געשיקט אן אפענעם אות ומופת אז איר זאלט קלאר זעהן וואס דא גייט פאר. טוהט תשובה!
מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן "ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר". פארוואס שטייט "ראו" זיי האבן געזעהן, פארוואס נישט "שמעו" זיי האבן געהערט? נאר ווען מ'הערט אז עפעס איז געשעהן פריוואט פאר איינעם בחדרי חדרים קען זיך דאכטן פאר א מענטש אז ס'איז געשעהן פאר יענעם ווייל יענער דארף עפעס תשובה טוהן אויף א פריוואטן ענין. אבער ווען מ'זעהט עס לעין כל, ווען די גאנצע זאך ווערט אויפגעשפילט ברבים און יעדער האלט מיט, האבן זיי געדארפט כאפן אז דער לקח איז זייער קלאר, אז די מידה כנגד מידה איז זייער קלאר. און אז ס'איז "ראו", און דאך מאכט מען זיך נישט וויסנדיג, זאגט אויף זיין דער רבוש"ע "ורשעים הללו לא לקחו מוסר".
אין אונזער פאל האט ראבינאוויטש אליין צוזאמענגעפלאכן זיין מצב מיט זיין טמא'נע מערכה, יעדער האט מיטגעהאלטן וואס איז פארגעגאנגען. יעדער האט געזען וואס גייט פאר. יעדער האט מיטגעהאלטן ווי דער גרויסער העצער צווישן קינדער און עלטערן, דער גרויסער צושטערער פון משפחות און שמחות, איז געשטארבען אינמיטן די חתונה וואך פון זיין אייגן קינד. עין תחת עין. בן תחת בן. שמחה תחת שמחה.
לאמיר האפן אז די אלע וואס גייען ווייטער אהן מיט די גרויליגע מעשים וועלן תשובה טוהן, און וועלן יא זיין לוקחי מוסר פון די מידה כנגד מידה וואס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און וועלן נישט גיין בדרכיו של אותו רשע, וכדרך שמת פלוני.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.
--שיטה מקובצת