וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]א פולשטענדיגער סומאטאכע בושעוועט אינערהאלב די דעמעקראטישע פארטיי, שוידערליכע סקאנדלן אנטוויקלונגען זיך דארט ווי שוואמען נאך א רעגן, אזש מענטשען הייבן זיך די ברעמן מיט שטוינונג און פרעגן מיט זארג וואס פאסירט דא? איז דאס טאקע די זעלבע פארטיי פונעם אלעמען-געשעצטן לעגענדארן פרעזידענט דזשאן עף. קענעדי?

1. די ראסיסטישע בילדער פונעם גיבערנאטור פון ווירדזשיניע ראָלף נאָרטהאַם און פון זיין יוסטיץ מיניסטער מארק הערינג. און דאן די שטאנדהאפטיגע קלאנגן אז דער וויצע-גיבערנאטור פון ווירדזשיניע מר. דזשאסטין פעירפאַקס האט פארגעוואלדיגט צוויי מוידן מיט די געוואלד. און צום גרויס שאנדע דינען נאך די אלע דריי פאסקודניאקעס אויף זייער עהרנפולע פאזיציעס.
2. די העסליכע אנטיסמיטישע רעטאריק פונעם רעפרעזאנטרין אילהאַן אָמאַר. יא זי האט געזאגט סארי... ווער ס'האט נאר אויגן אין קאפ פארשטייט גלייך אז איר אנגעבליכער אנטשולדיגונג איז בלויז א אנגעשטעלטע פאליטישע שריט, צו פארשטילן אירע קריטיקירער אינערהאלב פון איר אייגענע פארטיי. זי איז א וויסטע אידן-האסערן וואס האט באקומען אירע אנטשואונגען אין די טעראר קלאסן אינעם אוניווערזיטעט וואו זי האט שטודירט. זי איז א געפארפולע אנטיסמיטקע און א אויסטערלישער שאנדע פארן רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן.
3. די באשטעטיגונג פון סענעטראשע קאַמאַלאַ הערריס אז זי האט אין איר יוגענט גערייכערט חשיש אין גרויסן. און זיך נאך אויסגעדרוקט מיט טיפשות אז ביי דזשאַמאַיקיא-אפשטאמיגע איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, אפגעזען אז ס'איז געזעצליך פארבאטן. א ציטאט וועלכע האט אפילו איר אייגענעם פאטער גענצליך ארויסגענומען פונעם גלייכגעוויכט. און ער האט דאס גאר שטארק פארדאמט, און זי האט נאך די פרעכהייט צו לויפן פאר אונזער פרעזידענט.
4. די העסליכע שריט פון אלעקסאנדריע קאָרטעז מיטן באראבעווען די ניו יארקער איינוואוינער פון 25 טויזענט ארבייט שטעלעס! אן קיין שום זאכליכע עקלערונג, בלויז צילוב איר פארקרימטע סאציאליסטישע און מארקסיסטישע אידאלאגיע. אפילו די דעמעקראטן שימפן אויף דעם געמיינעם קערל, זי שטעקט זיי ווי א ביין אין האלץ נישט אויסצושפייען און נישט אראפ צו שלינגען.

אנשטאט אז די דעמקראטן זאלן אריין וועלן אויף פאליטישע אמטן און רעגירונג שטעלעס פּראָמינענטע פערזענליכקייטן, שטאטסמענער מיט ערפארונג און גלייכע פארשטאנדן, וועלן זיי אין ערזאץ אריין יונגע רייפע קורצזיכטיגע שמויטעפונאס, וואס ווען נישט זייערע נשמות וואלט מען זיי ווען שוין פון לאנג ווען געדאמפט אין שמות. מאנכע פון זיי זענען נאך מער צוקניידעלט ווי זיי אויסערליכער אויסקוק. א אנגעזענע נאבעלע פארטיי מיט שיינע ווירדן איז צום באדויערן פארוואנדלט געווארן צו א פארטיי פון סאציאליסטן און מארקיסטן, פונסטערע אנטיסמיטן, געמיינע ראסיסטן, פרויען פארגעוואלדיגער און חשיש באנוצער, א ברויט פארכאפער. סארא שאנדע...די לעגענדארע דעמעקראטישע טאטעס א שטייגער ווי זשעקסאן, רוזעוועלט, און קענעדי ווארפן זיך אצינד אין קבר זעענדיג ווי נידעריג זייער פארטיי איז געפאלן און פאלט נאך ווייטער. אוי גייט דער טראמפ אפהאלטן א געווינס אין יארע 2020 ' למספ'...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר