שכחות דרך החת''ס והבעש''ט ועוד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שכחות דרך החת''ס והבעש''ט ועוד

שליחה דורך חוקר ודורש »

דעם באשרייבונג האב איך געשיקט צום וועקער אבער עס איז נישט אריין (מן הסתם ווייל עס איז נישט אזוי אינטערסאנט) האב איך עס דא געלייגט צו וועם עס וויל עס זעהן וזה החלי:
ווען דער היילגער פני יהושע האט אמאל געטראפן דעם בעש''ט הק', האט ער אים געזאגט, איר ווילט אריינברענגן צווישען יודן א נייע וועג כדי מחזק צו זיין כלל ישראל, פיין, אבער מאך זיכער אז פון דעם זאל נישט ארויסקומען א פרישען קלקל, דער בעש''ט האט געוויינט הערינדעג די ווערטער, אבער ער האט געוויסט אז זיין וועג איז א צורך הדור, אבל צפה וראה אלע קלקולים וואס וועלן ארויסקומען פון דעם, און אויף דעם האט ער געוויינט, (די מעשה האב איך געהערט איש מפי איש ביז דעם פני יהושע אליין), איז לאמיר נישט רעדן פון די אלע מחלוקת'ן און פירוד לבבות וואס חסידות האט אנגעברעגט סיי צווישען חסידים און סיי מיט די וואס זענען נישט חסידים, ביז חרמות אויף ביידע צדדים, און מען דארף נאר געבן א קוק אויף די לעצטע שטאטישע וואלן און ארץ ישראל ווי די ''מתנגדים'' האבן זיך געריסען מיט די חסידים, און אויך ווען עס קומט צו ירושה פון רבי'סטווע איז געפערליך, ווי איז געהערט געווארן אז צוויי ברידער רעדן נישט איינע מיט דע אנדערע? די שארפע אידיעלאגשע מחלוקת איז שוין טאקע נישט דא, בעיקר וועגן צוויי פיינט מאכן שלום קעגן זייער ביידע'ס שונא וואס דאס זענען געווען די משכילים, און היינט איז נישט קיין שום פראבלעם נאך צו זאגען א שפת אמת אדער א רבי צדוק וכו', און א ליטווישע ישיבה, יא די ליטוואקס האבען זיך זייער וועג געבויט אויף זייער ספרים ולדוגמת ספרי הגר''א, ונפש החיים, ועוד, און ווער עס וויל זעהן מער איבער דעם קען קוקן אינעם ספר ''הגאון'' (תולדות הגר''א, ג' חלקים, מאת רבי דוב אליאך) חלק ג' פרק כח- כט, און אויך אינעם ספר אבי הישיבות (פונעם זעלבן מחבר פון הגאון) פרק ''רבם של המתנגדים'', ובעוד ספרים.
אבער לאמיר אנכאפן א צווייטע ענין פונעם דרך הבעש''ט איז אזוי דארף מען קודם פארשטיין, וואס האט דער בעש''ט געוואלט, יעדער וואס ליינט וועגן דעם ענין פון חסידות זעהט צוויי זאכען, איינס אז דער בעש''ט האט געוואלט אויפהייבען דעם המון עם פונעם פארשלאפנעם גלות, און פון צוקלאפטקייט נאכן זיך צאמליידן פונעם ערגסטן משיח שקר בכל הדורות ''שבתי צבי'', און פון גזירות ת''ח ות''ט, ובכלל זעהט מען ווי דער באשעפער שיקט אראפ יעדע שטיק צייט א גרויסע נשמות צו אויפוועגן דעם דור פון איר נסיונות כידוע פונעם נועם אלימלך פרשת נח אז יעדע דור האט איר נסיונות, וואס דער דור דארף מתקן זיין, ולמשל דער רמב''ם בשעתו האט ארויסגעגעבן דעם מורה נבוכים פאר צומישטע מענשטן אין עניני אמונה ויהדות, צו רש''י אויפצולייכטן דעם גמרא, און דער בעש''ט האט אויפגעלאכטן בכלל דעם יודישקייט, עס זאל זיין מיט מער חיות און חשק, און אז יעדעמס עבודה איז חשוב ביים באשעפער, אפי' פון א פשוטע מענטש וכידוע וואס דער טריסקער מגיד שרייבט בספרו מגן אברהם פרשת בלק, אז אפי' א יוד וואס איז פארנומען מיט זיין געשעפטן און ווען עס קומט מנחה צייט געבט ער א טראכט פונעם באשעפער און ער קרעכצט אויף דעם וואס א גאנצען טאג טראכט ער נאר פון ביזניס, איז די קרעכץ בוקע רקיעים, די אלע ענינים און אפי' נאך טיפירע יסודות וואס חסידות פארקויפט, איז חיי וקיים לעד, אבער דער בעש''ט האט דאך געהאט ששים גבורים סביב לו, און מיט זיי האט ער געלערנט דברים נעלמים מהשגותינו, וואס כדי ריכטיג דאס צו פארשטיין דארף עס גיין מרב לתלמיד, און די תלמידים זענען געווען מקושר מיט זייער רבי'ן וואס האבן מתקן געווען זייער נשמה און זיי ארויפגעפירט אויף גאר הויכע מדריגות.
יעדער ווייסט גאר שטארק מחשוב צו זיין ''תלמידי הבעש''ט הק''', די שאלה איז נאר ביז ווען איז אריבערגעגאנגן דעם ירושה מרב לתלמיד, ווער גייט אריין בגדר ''תלמידי בעש''ט'', מיר ווייסען אז דער שינאווא רב האט זיך נאך ארויפגעכאפט אויפן וואגן, און דער לעצטער בעלזער רב מהר''א איז נאך געווען א בחינה פון תלמידי בעש''ט, לאמיר זיך נישט נארן מיר זעהן אלע אז מיט די צייט איז די חסידות אלץ מער געווארן א זאך פאר אלע צוגלייך, יא איינער מער דערהויבען איינער ווייניגער, אבער די דערהויבענע שפראך פון די אבות החסידים איז אלץ מער אראפ פון טיש, אויפגערעדט און גאליציע, אונגארין, נאר אפי' און אנדערע מקומות, און די רבי'ס אויך אפי' זיי באווייזען מופתים און קענען ליינען קוויטלעך (וואס די זאכען ווערן אויך וויינגער און וויינגער), דאך זענען די זאכן נישט געווען פון די עיקר ענינים פון די תלמידי בעש''ט ווי האט דער בעל התניא געזאגט, אז ביי דער גרויסע מגיד האבן זיך געוואלגירט מופתים אונטערן טיש, אבער ווער פון די דערהויבנע חסידים האט דען געטראכט פון דעם, און די סיבה צו דעם ירידה הויבען אסאך צדיקים געזאגט, איז ווייל דער דערהויבענע חסידות און פארבארגענע משגים איז נאר געווען אויף א געוויסע צייט אפשניט, און נאכדעם איז אלעס נאר בגדר ספיחים, און איך וועל צוצייכענן אפאר וואס האבן דאס געזאגט פון פארשידענע מקומות אז מען זאל זעהן אז דער צאנזער רב אדער דער סאטמאר רב האבן דאס נישט מחדש געווען.
דער קאפוסטער רבי, פון דער בעל התניא'ס אייניקליך, שרייבט אזוי קלאר, בריש ספרו מגן אבות בזה''ל: והנה מימות התגלות רבינו הבעש"ט ז"ל בעולם שהי' בערך שנת תע"ח עד כעת תרכ"ז, זהו משך ק"ן שנים שנמשך ההוא נהר דנגיד ונפיק מעדן ועייל לגנתא כו' כנ"ל, וכעת נפסקה וצריכים אנו לחיות מבחי' ספיחים, אוי ואבוי שבימינו נפסקה וכו' איך נוכל לחיות בחושך כפול ומכופל הזה בעקבות דמשיחא כו' אך ד' עשה זאת ועלינו להצדיק את הדין כי צדיק ד' בכל דרכיו, ומה שלבי הומה בקרבי כי באמת זהו נפלא מאוד מה שנמשך זה ק"ו שנה יופסק כעת כו' עכ''ל, ועיין עוד בספר עבודת יששכר (לרבי יששכר בעריש טורנהיים מוואלברוז, תלמידו של רבי חיים מאיר יחיאל ממאגליניצע נכדו ותלמידו של המגיד מקאזניץ), בלקיטום אות מג, בזה''ל: אמנם זה מחדש אשר נצמח ובראשית במדינת רוסיא ר"ל, אם צדיק אחד הלך לעולמו ומניח בן מתקבצים תיכף יחד הנערים ודוחפים הזקנים לבל יתנו לב ודעת להבחין אם הבן ראוי לעלות במקום אביו וכו', ופשוטי עם מתרבים לאלפים וכו', ועשו זאת לעיקר והעיקר עושים לטפל עד שנשתכח החסידות עד גמירא וכו', ועברו ופרצו מאמר הגמרא המתלבש בטלית שאינו שלו וכו', ולזאת התחיל הגזירה מקודם במדינת רוסיא ר''ל עכ''ל, והשלישי, איז די ספר תולדות יעקב (לרבי יעקב רובין בן רבי אהרן בן רבי אשר ישעיה חתן בעל זרע קודש), וואס שרייבט און די לקוטים בשם זיין זיידע דעם זרע קודש, שהחסידות בימיו כבר אינו בטוח מתקלה ע''כ, און במילה דארף מען זיך פארלאזן אויף עצות חכמינו ז''ל, שאם פגע בך מנול זה משכהו להגמרא, און אזוי ווי דער זרע קודש שרייבט און פרשת תרומה, ''שעיקר החסידות הוא התורה'', און כידוע האט ער געוואלט מבטל זיין די חסידות בימיו, נאר דער אור לשמים האט אים צוריק געהאלטן, און ווען דער מנחת חינוך איז געקומען זיך מסתופף זיין ביים ראפשיצער רב, האט ער אים געזאגט גיי צוריק אהיים און זיי ווייטער עוסק און תורה און זיך נישט קיין נייע דרכים, דאס איז אלץ געווען סוף ימיו ווען ער האט געזעהן ווי אזוי די חסידות קוקט אויס, און ער האט געהייסען זיינע קינדער זיי זאלען מכהן זיין ברבנות און עוסק זיין בתורה והוראה, ועיין יותר בענין זה בספר הנפלא ''דור דעה'' על נושאי דגל החסידות (לרבי יקותיאל אריה קאמלהאר).
און דער דברי חיים וואס איז געווען א תלמיד פונעם זרע קודש, איז געגאנגען און זיינע וועגן, אזוי ווי עס שרייבט זיין תלמיד רבי שמואל אהרן מיללער הרב מלאבאווא, במכתב שנדפס בשנת תרפ''ח בקובץ אהל מועד, בזה''ל: וכבר האיר לנו עינינו הגאון האדיר מרן הקדוש בעל דברי חיים ז"ל, מרא דאתרן רשכבה''ג, שלא לבטוח על דרכי החסידות של מרן קוה"ק הבעש''ט כי הי' כהוראת שעה על משך מספר השנים הקצוב, ולא לדורות עולם, כי הוא טמיר ונעלם, וטובת הנפש לא יתכן רק בתורה ועבודה בהתמדה, ואמר כי כמה תקופות הי' בישראל, תקופת התנאים תקופת האמוראים תקופת הגאונים וכו', וכן הי תקופה של פילוסופיה ודרך החקירה, וכן דרך החסידות ירד רק לתקופה של מאה וחמישים שנה עכ''ל, און דער בעל שומר אמונים (רבי אהרן ראטה), ברענגט דעם ענין און זיין ספר שומר אמונים במאמר פתחו שערים בזה''ל: וזה נמשך לערך מאה וחמישים שנה, כאשר מקובל מפי צדיקים קדושים אשר דרך הבעש"ט באה למאה וחמישים שנה להעולם, עיין בהקדמת ספר מגן אבות וכן אמר הבוצינא קדישא הה"ק מסאנז, אשר ראה הבורא יתברך שמו ויתעלה זכרו, אשר זה הזמן התגלות מגודל מסירת נפשם, יספיק להשריש בלבות ישראל האמונה הקדושה והטהורה עד ביאת משיח צדקנו גואלנו הנאמן עכ''ל, און אין דעם מבוא השער פונעם ספר שרייבט ער, אז עס איז אונז געבליבען פון די חסידות נאר ספיחי דספיחין, און דער צאנזער רב'ס איידעם רבי מאטל מהורנוסטייפל, האט געזאגט אויף זיים שווער ''ער איז א חסיד ווי די בעל התניא און א מתנגד ווי דער ווילנער גאון, דהיינו ער האט געהאט דעם שילוב פון תורה וחסידות, און אזוי ווי ער שרייבט און א תשובה (ביורה דעה ח''ב סי' מז), בזה''ל: הלא זה חיינו לעסוק כל היום בגופי תורה והלכות ופלפול ולהשיב לשואלי דבר, עכ''ל.
און ווען דער דברי יואל מסאטמאר האט געשריבן דעם ספר ויואל משה האט ער דערמאנט דעם ענין בסוף מאמר שלש שבועות בזה''ל: וכבר הבאתי שדורינו הדור של עיקבא דמשיחא, הוא הדור של שכחת התורה שאמרו חכז''ל, ודרך הבעש"ט הק' נשתכח לגמרי מהדור, וכל מי שרוצה ליטול את השם להנאתו ולטובתו אומר זה דרך הבעש"ט כחפצו ורצונו (אסאך חסידות'ן שטעלן אוועק אז דאס און דאס זענען די עיקר עבודות השם), עכ''ל, און לויט די אלע ספרים וואס זענען פריער דערמאנט געווארן, זענען זיינע ווערטער נישט קיין חידוש, נאר דאס איז א המשך צו די ווערטער פונעם צאנזער רב, כידוע איז זיין פאטער דער קדושת יו''ט געווען שטארק דבוק אין דעם צאנזער רב, עיין בספרו קדושת יו''ט, סוף פרשת חקת על הפסוק ''דרך המלך נלך'', אז דער עיקר איז די תורה, און צי דעם קען מען צולייגן חסידות עיי''ש, און דער דברי יואל שרייבט אז יעצט איז שוין דער דור עיקבתא דמשיחא און נישט די תקופת החסידות, און בדרך אגב האט דער סאטמאר רב אמאל געזאגט אז די איינצוגסטע מנהג וואס איז אונז געבליבען פון דער בעש''ט אליין, איז נאר דאס זאגען הודו עש''ק פאר מנחה, פירן טיש קען נישט זיין ווייל אסאך האבן נישט געפירט למשל דער בעל התניא, און דאס נישט עסן שמיני עצרת און סוכה קען אויך נישט זיין ווייל אסאך האבן יא געגעסן און די סוכה למשל דער מעזריטש'ער מגיד, אבער דעם מנהג פון זאגען הודו דערמאנט שוין דער מאור עינים און פרשת בשלח בשם הבעש''ט, און דער אמת איז אז רבי נחמן מברסלב בשעתו איז דער ערשטער צו זאגען דעם ענין, אזוי ווי עס שטייט און ספר שבחי מוהר''ן אות לה, בזה''ל: הבעש"ט ז"ל וכמה צדיקים עשו ותיקנו בעולם מה שתקנו ואח"כ כשנפטרו ונסתלקו נפסק הדבר היינו ההארה שהאירו בתלמידיהם והחזירום להשי"ת לא נמשך מדור לדור, עכ''ל.
און דער ענין ווערט דערמאנט און נאך מקומות אבער איך מיין אז איך האב שוין געברענגט גענוג, איז מען זעהט פונעם לקוטי מוהר''ן, מגן אבות, עבודת יששכר, זרע קודש, דברי חיים, שומר אמונים, ויואל משה, ועוד אשר לא מנו כאן, אז דער ארגענעלע חסידות איז שוין לאנג נישט דא, נאר מיר קענען זיך אנכאפן אויף דעם בבחינות ספיחין דהיינו און די מער פשוטע ענינים, איז פארוואס דארמאן איך דאס אלעס, ווייל דאס איז אלעס פיין אויב אידן ווילן זיך דרייען ביי א ערליכן איד און ווייטער לערנען חסידישע ספרים אנציווארמען דאס הארץ, און זיך פירן מיט געוויסע חסידישע מנהגים, אבער צוביסליך און בעיקר נאכן גרויסן חורבן, האבן די חסידישע רבי'ס אנגעהויבן איבערצונעמען דעם גאנצן בעלת אויפן יהדות אנגעהויבן פון ווען איינער איז א קליין קינד ביזן שטארבן דרייט מען זיך נאר און די מקום, כאילו דאס איז די גאנצע אידישקייט לאפוקי פון די אלע צדיקים אשר מנו לעיל אז חסידות איז פארטיג און עס איס צייט זיך צו רוקן ווייטער, און די ישיבות האט מען צוגענומען פון די גרויסע מרביצי תורה.
לאמיר נישט פארגעסען פון ווי רוב ליינערס קומען, פון מדינת הונגריה והסביבה, ווי אזוי האט א ישיבה אויסגעקוקט ביי אונז, אונזער זיידעס האבן געלאזט הייסע טרערן ווען זיי האבן זיך דערמאנט פון זייערע חשובע רבי'ס, נישט א רבי וואס מען פארט צו ראש השנה און שבועות, און מען קוויטעלט זיך ביי אים ותו לא, נאר א רבי וואס איז געזעצן איינגעבויגן צן די גמרא, א רבי וואס מען קען גיין שפאצירן מיט אים, א רבי וואס האט דיר גיט ארויס, אין איז דיר מדריך אויף דיין גאנצן לעבן, לאמיר נישט פארגעסן פון דעם הייליגן חתם סופר ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, דער חתם סופר האט איבער געלאזט א צוואה לדורות פאר אלע זיינע תלמידים הרבנים, ותלמידי תלמידיו, בזה''ל: התחזקו ואמצו בשקידה ועיון רב בתורת השם, ועשו קיבוץ וריבוץ ופעלים לתורה ''ברבים'', ואם מעט לפניכם, מאותו המעט אשר חננכם השם למדו ברבים בכל מאמצי כח עכ''ל, דער חת''ס זאגט אונז אז א ישיבה מוז נישט באשטיין פון 200 בחורים, 50 איז גענוג, א זאך וואס אונז לאכן היינט פון דעם, און אויך און למודים זענען די ישיבות אמאל געווען רייכער, מען האט גלערענט חומש רש''י און נ''ך משניות וכו', לאמיר נישט פארגעסען אז די חת''ס האט יא פארגעלערנט פאר זיין תלמידים שער היחיד, און ער האט שטארק געהאלטן פון לערנען רמב''ן על התורה, ווייל ער האט געזעהן און דעם יסודות און אמונה ווי ער שרייבט און זיין צוואה ''כי הוא ראש אמונת אומן'', (ביי חסידים בדרך כלל לערנט מען מער אור החיים ווייל עס רעדט מער א חסידישע שפראך), און איז געווען אויסגעקאכט און אסאך חכמות, און ער האט אויך געוואלט מאכן פאר זיין תלמידים א ספר וואס רעדט פון אלע חכמת הבריאה והטבע, נאר ווען עס איז ארויסגעקומען דעם ''ספר הברית'' (לרבי פינחם אליהו הורוויץ מווילנא), האט ער געזאגט אז ער האט שוין געטוהן די ארבעט פאר אונז, אויך די חכמת הנגינה האט די חת''ס שטארק געגליכענט, און איז געווען גערייט אויפצוגעבן א דריטל פון זיין תורה אויף צו ריכטיג משיג זיין די חכמה, פון די אלע דערמאנטע זאכען פארגעסן די היינטיגע ר''י.
און ווייל די חת''ס ותלמידיו האבן געהאט דרץ ארץ צו די תלמידי בעש''ט (דער חת''ס האט טאקע געהאט גרויס דרך ארץ פאר די צדיקים, אבער ער האט נישט געהאלטן פון אוועק שטעלן א דרך העבודה לרבים, עיין בשו''ת חת''ס או''ח סי' קצ''ז, בתשובתו להישמח משה), האט מען זייער וועג אינגאצען איינגעשלינגען, און היינט ביסטו אדער א חסידישע אדער א ליטווישע, מען האט אונז אלע אנגעטוהן הויכע שטריימלך אויפן קאפ מיט לאנגע קראזעלדיגער פאות (אמאל איז נישט געווען אזא עסק אז די פאות זאלן אזוי אראפקומען שיין געדרייט, ווי מען קען זעהן פון די בילדער פון גדולי ישראל, דאס איז בעיקר געווארן שטארק ביי חסידישע יודן), און מיר זענען אריין געפאלן און די סאטמארע ''פארטיי'', צו דער בית ישראל האט אריינגעשלעפט און גור צו און סקווירא וכו', צו און איינע פון די נייע חסידות, פאפא צו ''דושינסקי'' וכו' (נישט פארגעסן אז בשעתו ווען מען האט געטראכט פון אויפנעמען רבי יוסף צבי דושינסקי אלץ רב פונעם ''עדה החרדית'', זענען געווען אסאך התנגדות, און איינע פון די סיבות איז געווען ווייל ער איז א מתנגד), אדער איז מען געבליבן אונדערויסן, אן קיין חסידות נאר מיט א פארשטארבנע קהילה, עס טוט שטארק שטארק וויי דאס הארץ צו זעהן וואס עס ווערט מיט די אלע קהילת וואס האבן זיך נישט געבויגן צי ווערן א חסידות, און אלע אויבערלענדשע אידן וואס זענען נישט געווארן חסידים, זענען היינט ליוואקס, דאס איז אלעס געשעהן ווייל מיר זענען נישט געווען גענוג שטארק מיט זיך, די וועג פון ליב האבן חסידות אן גיין צו א רבי וכו', אבער לאו דוקא אנטוהן די שמונה בגדים מיט'ן גרויסן שטריימל און לאנגע פאות און זיין מער ''אויפן און ברייטער'', איז א וועג וואס אזוי פיל אידן וואלטן הנאה געהאט, חסידות איז געבויט אויף קבלה, אויפן זוהר און אויפן האר''י הק', און עס שטיפט אוועק אלע ראציאנאליסטישע געדאנקן, עס שטיפט אוועק האמונות ודעות, מורה נבוכים, שער היחוד פונעם חובת הלבבות, אור ה', ותלמידו בעל ספר העיקרים, ספרי האברבנאל, און א גרויס טייל חסידות אויך ספרי המהר''ל, ועוד ועוד ספרים.
דאס איז גוט פאר די וואס זענען נוטה צום חכמת הקבלה, חסידות איז פאר דערהויבענע יודן וואס ווילן זיין אפגעשיידט פון דער וועלט ווי אמאל איז דער שוחט געגאנגן א שטריימאל, מען מיינט אז אכשר דורא, אלע זענען היינט חסידים געוואלדיג, אבער און אמת'ן איז דאס בכלל נישט קיין טובה ווייל אזוי סאך אידן קוקן אפשר אויס מער חסידיש און גייען אויך אין מקוה און שערן זיך נישט די בארד, אבער די אידן זענען אויפגעוואקסן און א קהילה מיט א רב און דאס איז וואס זיי דארפן עס איז א חלק פון זייערע DNA אבער מען געבט זיי עס נישט, אויך מיר לעבן היינט און גאר א אפענע וועלט, די וועלט איז צווילעזירט און עס שמייכלט צו אונז, מיט די אינטערנעט קומט מען אן איבעראל, מיר ווילן וויסן ווי אזוי מען לעבט ''מיט'' די וועלט, מיר ווילן נישט הערן ביי שלש סעודות ווי אזוי דער רב אדער רבי פארענטפערט א שטיקל מדרש, מיט אן הקדמה פונעם קדושת לוי, אדער תפארת שלמה אבער עס רעדט נישט צופיל צו אונז, גענוג מיט די פארטייעשן חסידות, א חסידות וואס ביי שלש סעודות דארף מען נאכזאגען א תורה פון דער טאטע און זיידע און עלטער זיידע דער ''אבי השלשלת'', א חסידות וואס מען מוז לאחר מותו פונעם רבי'ן בלייבן און די חסידות אפי' דעם נייעם רבי'ן איז נישט לרוחך, ווייל אויב נישט וועלן דיינע קינדער פליען פונעם ''מוסדות'', און די וועסט מער נישט באקריגען אלע בענעפיטן פונעם חסידות, מען האט צאמגעמישט א קהילה מיט א חסידות.
א גדול בישראל טאר נישט זיין געוואנדן און ווי סאך חסידים ער האט געירשנט פון זיין טאטע, רבי גדליה נדל, רבי אליעזר דוד פאל, צו יבלח''א, רבי קאפל שווארץ, וואלטן געדארפט האבן א גרעסערע מקום ביי כלל ישראל, רבי גדליה איז געווען א חכם וואס איז שווער צו טרעפן זיין צוגעלייך, און ער האט מחדש געווען חדושים נפלאים, אבער זיינע קינדער האבן דאס נישט געוואלט ארויסגעבן, ביז זיין תלמיד רבי יצחק שילת (טאקע נישט א ''חרדי'' נאר א ''ציוני''), האט ארויסגעגעבן א ספר פון אים, צו רבי אליעזר דוד וואס האט מחדש געווען חדושים נפלאים און אוועק געשטעלט יסודות הדת, ווי מען קען זעהן און זיין ספרים, ולמשל און זיין ספר אויף די מ''ח קניינים, און ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן א שיינעם פי' אויפן מורה נבוכים, וואס ער האט געהאלטן אז מען דארף דאס לערנען, אבער ליידער איז ער נסתלק געווארן אינמיטן, און עס איז ארויסגעקומען נאר די ערשטע חלק, צי רבי יבלח''א רבי קאפל, וואס זיין ספר אויפן רמב''ן על התורה איז אן עבודה נפלאה, און ער קאכט זיך כסדר מיט די יסודי הדת, צו אנדערע גדולי ישראל אשר חיים אתנו כהיום, די רבנים וואס זענען נישט איינגעשטעלט אונעם חסידות, מוטשענען זיך מיט מנין ליידער וכבוד התורה יורדות על שאול תחתיה, די רבנים זענען אנגעוויזען און רבי'ס, און אזוי ווי דער בעש''ט, וואלט דער חת''ס און באמת אויך אלע פריערדיגע גדולי ישראל געקלאגט און עס נישט אויסגעהאלטן ווען זיי וואלטן געזעהן אונזער צורת היהדות.
מיר ווילן ענדערש הערן א ענין אויפן פרשה וואס וועט אריינברענגן און זיי א שיינקייט און יהדות און אין די מצות השם ותקנת חכמינו ז''ל, מיר ווילן פארשטיין יודישקייט כפשוטו, אז מיר גייען נישט און קאלידזש ווילן מיר וויסן קלאר פארוואס נישט, אז אונזער פרויען גייען נאכן חתונה צגעדעקט דעם קאפ ווילן מיר וויסן פארוואס (לאמיר שוין נישט רעדן פון זיך ''אפשערן'' די האר), אז מיר לעבן אזוי אפגעזינדערט פון דער וועלט ווילן מיר וויסן פארוואס, די צאל אפגעפארנע קינדער פונעם דרך זיי זענען נתחנך געווארן, מאנט פון אונז, עס נאמט מיר זאלן גוט איבערטראכטען אונזער וועג און עס מאכן גוט פאר דעם ''אמעריקאנער'' דור, נאך מען איז געקומען קיין אמעריקע אנשטאט זיך עפענען צו דעם נייעם לאנד און אויספארימען א מהלך פון תפארת לאדם ולאלוקים זענען מער נאך געווארן אסאך מער עקסטרעם פון אינדערהיים, ולדוגמה דער ערלוי'ער רב רבי משה סופר בעל שו''ת יד סופר פלעגט ארויסלייגן אן אונגערישען פאן און דעם טאג פון זייער ''יום עצמאות'', וויל איך פרעגן, וועט זיין אייניקל דער ערלוי'ער רב פון ב''פ טוהן די זעלבע? דער ערלוי'ער רב פון קטמון רבי יוחנן סופר (בן רבי משה הנ''ל) פלעגט גיין ''שווימען'' מיט זיינס א ''תלמיד'' (כן שמעתי מבנו של אותו תלמיד), וואלט זיין זוהן דער היינטיגער ר''י געטוהן?, אויך דער פאפע רב בעל ויחי יוסף פלעגט גיין שווימען געהעריג מיט זיין תלמידים (כך שמעתי מאיש נאמן ששמע כן מהרבה תלמידיו), צו וואלט זיין זוהן דער היינטיגע רב/רבי אזוי געטוהן?, היינט מוז א יעדע יונגערמאן זוצן דריי יאר און כולל אנשטאט זיך צוגערייטן צו א גוטע פרנסה, צו זאל עס זיין די ''מלחמה'' קעגן סמארט פאן'ס, וויל איך פרעגן האט די מלחמה געארבעט? ווי סאך אידן האבן יא די פאן'ס, פארוואס אסר'ט מען ארויס צונעמען אזא פאן אין שוהל אפי' עס האט א פילטער? אונזער אידישקייט מוז זיין גענוג זוס אן קיין איבריגע חומרות און פארמאכטקייט וואס זאל בעל כרחך אוועקשטופן אסאך קינדער, דער וועג פון טו אזוי ווייל דאס איז אונזער מסורה אדער ווייל אזוי ''ווילן די רבנים'' און פארטיג, ארבעט שוין נישט, דער עולם דארף דאס פארשטיין און ''מיטפילען'' מיט דעם.
אז מען רעדט שוין פון השתכחות, וואלט איך צוגעלייגט אז ביי דער ווילנער גאון איז אויך דא אן השתכחות און 3 ענינים, איינס, און זיין וועג פון לערנען, וואס די בריסק'ער וועג האט דאס שטארק אוועק געשטיפט, און הרב קוק האט דאס געוואלט צוריק ברענגן ביי זיין עולם (ער האט טאקע נוטע געווען צום נצי''ב), און אויך די חזון איש, צוויי, און די תורת הקבלה של הגר''א, וואס נאר יחידי סגולה זענען עוסק און דעם, און דריי, און זיין שיטה און עניני ישוב א''י, ותהליך הגאולה, וואס די ליטווישע וועלט רעדט נישט פון דעם מאיזה סיבה, אזוי ווי מען קען זעהן און די ספר הגאון (חלק ב, פרק טו) אז ער לאזט אויס דעם ענין, און ער רעדט נאר אויבער פלעכליך, און די אגודת ''קדושת ציון'', וואס געבן ארויס שוין די לעצטע פאר יאר א גליון וואס הייסט אויך ''קדושת ציון'', רעדן אסאך פון דעם, און ווילן צוריק ברענגן דעם שפארך ביים עולם.
סוף דבר מורי ורבותי מיר דארפען רעדן איבער די אלע ענינים הצריכים תיקון, ביז מיר וועלן בעזר השם זעהן א שינוי, מיר מוזן ארוס קומען און זאגן ''גענוג'' מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן און וועגן וואס מיר ווילן נישט ''אינהו בדידהו ואנן בדידן'' לאמיר זיך נישט נארן מיר גייען נישט משנה זיין די גאנצע חסידישע וועלט מען דארף נאר קוקן אויף די מענדעל'יסטן וואס ווי משוגע זייער רבי זאל נאר זיין לאזן זי יאים נישט אפ, אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן אונגאנצען נאכטאנצען, און אויך אליין אוועקשפאצירן איז זייער שווער בפרט אויב מען האט שוין א ווייב מיט קינדער, נאר די עצה איז צוזאמען זיך צביסלעך עפענען, זיך צוזאמען מאכן שבת פאר זיך, יא ''אין וויליאמסבורג ב''פ וכו''', מיר טארן נישט רוהן ביז מיר וועלן זעהן שיינע קהילות, שיינע חדרים און ישיבות וואס וועלן גוט מחנך זיין אונזער קינדער סיי און לימודי קודש סיי און לימודי חול, מיר וועלן האבן גוטע פרנסות און נישט מעלקן די גאווערמענט און מאכן א חלול השם, עס איז טאקע דא וואס זענען משנה און געוויסע ענינים, ווי למשל לגבי ישיבות איז דא ישיבת נהרדעה און ב''פ, וואס ווערט געפירט דורך הרב גיפס א ווארום איד מיט א אפענע קאפו ואז געבט אויך שיעורים און נפלאות הבורא וכו', און אויך ישיבות יד הלוי און מבקשי תורה און ב''פ ווי מען לערענט שוין אויך לימודי חול, און אויך און א''י, און אויך איז שוין דא קהילות וואס טוישן ווי מען זעהט און לעקוואוד מאכן זיך אויף קהילות, און וויליאמסבורג שיינט ארויס ''די שטיבל'' (איין זאך פעלט דארט א מדינת ישראל און א אמעריקאנע פאן..), אויך און פרנסה ווערט בעסער מען גייט שוין אין Touro College וכו', זאל די אייבערשטער העלפן אז ימלא כל משאלות לבנו.
שוב יום אחד לפני מיתתך

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר