ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני (וועקער 15)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני (וועקער 15)

שליחה דורך רימון »

דער ערשטער ארטיקל וואס כ'האב דורכגעליינט פון נייעם וועקער איז הרב מאשקאוויטש'ס פענאמענאלע ארבעט איבער טעותים און מיסברויכן פון אקעדאמיקער ווען עס קומט צו תורה נושאים. ענליכע ארטיקלען איז שוין ערשינען אין וועקער אין דער פארגאנגענהייט א שטייגער ווי די אטאקעס קעגן פראפעסאר היילמאן וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים און דער סוף פסוק פון דעם ארטיקל איז א זאך וואס איז שוין לאנג ביי מיר מוסכם ווי שווער ס'איז צו שטודירן א פרעמדע קולטור און ווי גרינג ס'איז צו האבן א טעות אין נויאנס. (טראץ וואס דער ארטיקל איז הערליך האט נישט אויסגעפעלט אזוי מדגיש זיין דער אנהויב מיט'ן סוף אז "אונזערע" ביכער זענען ערגער. קודם כל פון וועלכע בוך גענוי רעדטסטו און ווי קומט דא אריין דער אונז ווערסוס ענק און וואס מיינט "אונזערע" און מאן יאמר אז ווען אן ערנסטער יונגערמאן שרייבט א הלכה ספר צי א מחקר אויף א מנהג צי כדו' אז ס'איז "ערגער" וכו'.)
מיין עיקר הערה איז, אז מאשקאוויטש האט צוזאמגעשטעלט פארשידענע סארט טעותים, והלא הרי זה כהרי זה.
ס'איז זייער מאדנע אז א גרויסע שרייבערין זאל נישט וויסן פון מודה אני אבער כ'גלייב אז אלבערט איינשטיין האט אויך נישט געוואוסט. נישט וויסן פון מודה אני אדער ריכטיג פשט אין א גמרא איז אן עם הארצות און אן אומוויסנשאפט, אבער אז מ'ווייסט נישט ווייסט מען נישט. מ'קען אפשר קלערן אז שגגת תלמיד עולה זדון אבער ס'איז אן אנדערער סארט טעות.
די צווייטע מדריגה איז נישט ריכטיג אנצייגן צו א ספר א ביישפיל, ווי דער פראפעסאר וואס קען נישט אפירקראצן אן אורים ותומים אדער פארטוישט דעם שאגת ארי', דאס גרעניצט זיך שוין מיט פארשערישע נאכלעסיגקייט. ס'איז נישט אזוי שווער אפירצוקומען מיט די ריכטיגע מראה מקומות און ס'איז די פשוטע אחריות פון א פארשער צו מאכן די עפארט צו אפירקראצן די ריכטיגע. אז ער טוט עס נישט איז עס א שטארקע נעגלעזשענס פאר א שרייבער און א תביעה פארוואס ער נעמט נישט די מי דאס צו טון.
די ערגסטע גראד פון פארברעך איז דער פאלשער פורים תורה פון בעני בראון וועגן נוסח התפלה. דאס געהערט אין גאר אן אנדערן קאלום. ס'איז זייער שווער צו זאגן אז ער האט נישט געזען דער אנהויב און סוף פון דעם בריוו פון חזון איש און אזוי ארויסנעמען א זאך פון קאנטעקסט און בויען דערויף א מגדל הפורח באויר שמעקט זייער פון א מזידות און גרעניצט זיך שוין מיט השחתה און פארפירערשאפט. איך וואלט געזאגט אז ס'נעמט אים צו סיי וועלכע נאמנות אדער קרידענטשלס און מאכט זיינע מסקנות חספא בעלמא.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר