המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

הודעהדורך חוקר ודורש » דינסטאג מערץ 19, 2019 9:36 pm

דא זענען דריי מאמרים פונעם שרייבער אלי ביטאן, וואס שרייבט וועגן חרדים אין דעם צייטונג אין וועבזייט ״מקור ראשון״ עס געט א מקיפ׳דיגע בליק וואס טוט זיך היינט אינעם ״עולם החרדי״ און בעיקר ווי אזוי די פירערשאפט איז צפיצילט געווארן אין קלענערע חלקים ווי פון איין פירערשאפט

די חלק וועגן חסידים
https://www.makorrishon.co.il/judaism/123777/

די חלק וועגן די ליטאים
https://www.makorrishon.co.il/judaism/120741/

די חלק וועגן די ספרדים
https://www.makorrishon.co.il/judaism/119845/


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 19, 2019 11:10 pm

גאנץ שיין באשריבן.

די ספרד'ישן עולם התורה קען איך נישט, ס'איז זייער שיין באשריבן,
אבער ווען ער וואלט געשריבן אז ר' יודל ראבי (דובר לשון הקודש בהברה אשכנזית) איז איינס פון זייערע גדולים וואלט איך אויך ניט געקענט פארלייקענען.

די ליטווישע חלק איז מצד אחד זייער אינטערסאנט און נאסטאלגיש,
אבער מצד שני שרייבט ער ווי א אויערבאך'ניק, און איך וועל ברענגען 3 נקודות וואס ער האט נישט מדייק געוועהן, (האפנטליך מטעות וחוסר ידיעה און נישט במזיד מיט א פאליטישע אינטערעס),
1. די אויערבאך'ניקעס לעומת די אנדערע ליטווישע זענען בערך אזוי-ווי מכנובקא-בעלזא לעומת בעלזא, און ער מאכט דאס כאילו ס'איז אייניג.
2. רב שטיינמן האט מעולם נישט זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת אין ישיבת פוניבז', פארשטייטזיך אז די א.ג. 'מחבלים' זענען נישט פון זיינע מענטשן, אבער ער האט דירעקט זיך מונע געוועהן פון זיך אריין-מישן אין די סומאטאכע.
(אנדערש ווי הרב אלישיב וואס האט זיך יא אריינגעמישט לטובת צד ר' שמואל מרקוביץ' המכונים: 'מחבלים').
3. והוא העיקר, ער מאכט די גאנצע תחילת הנהגה פון רב שטיינמן מכלומר'שט איז ער געוועהן עפעס אן אנאנים ראש ישיבה לצעירים פון בני ברק
וואס האט געמאכט א יד אחת מיט די תלמידי החזון איש און די 'א.ג. 'שונאים' מיט עפעס א גביר, אפגעקויפט די צייטונג, ויהי לגדול...
קודם כל, 'גאון יעקב' און 'ארחות תורה' זענען נישט ישיבות לצעירים, און ווער ס'געדענקט די מסעות פון רב שטיינמאן מיט'ן גערער רעבי'ן ארום די וועלט,
ס'האט זיך אנגעפאנגען לאנגע יאהרן פאר 'יתד' איז געווארן זייערס און רב אלישיב האט געקלערט נסתלק צו ווערן.

איך האב נאך היבש מאריך צו זיין אבער נישט יעצט,

די חסידישע חלק ליינט-זיך געשמאק, על אף די מאדנע הנחה אז רב וואזנער'ס פטירה האט עפעס א עפעקט אויף די שייכות פון כלל חסידיים צו אגודת ישראל, אבער שוין,
ער האט זיך אביסל גענומען צו די ביינער פון דער גערער רעבין (בארירט אביסל דעם צאנזער אויך, אבער נישט אזוי רכילות'דיג) - איך האף אז ער (אלי ביתאן) וועט מוציא שנתו זיין...

ככלל, פאר א מזרחי'ניק וואס ליינט די באשרייבונגען, איז א פענסטער אריין אין א וועלט וואס זיי פארשטיין זייער ווייניג
אבער אסאך פאקטן זענען נישט מדוייק, וכמו שפירטתי למעלה בדבר הפילוג הליטאי.

דער אלי ביתאן האט א רעדיא שאו אויף 'כאן מורשת' 4 טעג א וואך צוזאמען מיט מעענדי גרוזמאן.
(אחר העיון בוויקיפעדיע, איז מיר אביסל פארענטפערט געווארן מיין תמיהה ביי זיין ליטווישע באשרייבונג, ער איז געוועהן א תלמיד אין פוניבז' ביי רב מרקוביץ'ס ישיבה, נו שוין.

געווענליך שרייב איך נישט קיין פרעסע רעוויא אבער איך האב פראבירט.

א פריילעכן פורים

הק' נקודת'ל דפה.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 513 מאל

Re: המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

הודעהדורך חוקר ודורש » דינסטאג מערץ 19, 2019 11:48 pm

יישר כוח הרב ״נקודת האמת״ניכרים דברי אמת.. אויך שרייבט ער אז דער קארלינע רבי איז אין די מועצת פון די אגודה, ווער עס ווייסט ווער דער סטאלינע רבי איז ווייסט ווי ווייט ער שטייט פון זיין פארמישט אין פאליטיק.. עכ״פ ער איז שיין סוקר בסקירה אחת דעם מצב בעולם החרדי, בכלל איז מקור ראשון א זייע גוטע פלאץ צו ליינען וועגן אלע ענינים.

עס איז דאך פורים וועל איך זאגן עפעס וואס וועט ארויפ ברענגן א שמייכעל אויפן פנים, עטס ווייסט׳ס ווי איך האב די ערשטע מאל געהערט פון מקור ראשון? פון די בלאט... יא זיי האבן מפרסום געווען א שמועס וואס דער שרייבער צביקה קליין (וואס ער איז די שרייבער פון אלעס וואס גייט פאר אדער האט שייכות מיט חוץ לארץ) האט געהאט מיט משה דוד כ״ץ פון נטרונא.. גראדע נאך אזא מעשה איז געווען מיט די גליון א איבערבליק (וואס די זאלונים געבן ארויס איבער אלעס וואס גייט פאר וועגן די גזירות אין א״י) איז איינמאל האבן זיי אראפגעריסן די גליון קדושת ציון (א הערליכע גליון וואס קומט ארויס א יעדע חודש אין רעדט בעניני ישוב ארץ ישראל וכו׳) אז זיי ווילן אריינברענגען ״ציונות״ ביי היימישע אידן, איז איך ווייס נישט צו די בלאט און די איבערבליק האבן אויפגעטוהן וואס זיי האבן געוואלט דהיינו צו דערווייטערן אידן פון ציונות, אבער איין זאך איז זעכער אז מקור ראשון אין קדושת ציון האבן יעצט איין מער חסיד..


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 19, 2019 11:50 pm

חוקר ודורש האט געשריבן:אויך שרייבט ער אז דער קארלינע רבי איז אין די מועצת פון די אגודה...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

Re: המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג מערץ 25, 2019 2:24 pm

https://www.makorrishon.co.il/judaism/124471/
דא קומט די פיפטע חלק פון די מצב בארצינו הקדושה, וועגן די קנאים און די עדה חרדית, דער שרייבער האט עס היינט ארויסגעלייגט, ער זאגט אז עס וועט נאך קומען נאך חלקים


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 27, 2019 9:48 am

ער שרייבט אסאך בעסער ווי רוב שרייבערס אויף חרדים, אבער די עמהארצות איז בולט.

א. די מחלוקת ביי די ליטאים איז א לשיטתיה פון ר׳ אלחנן און דער חזו"א!?

ב. הרב שך האט פארטרעט ר׳ אלחנן׳ס מיינונג, און ער האט זיך אויף איהם פארלאזט און זאגאר אויפגעבויט אלס דער שיטה הדומיננטית?! הרב שך האט נאכאנאנד דערמאנט דער חזון איש, דער בריסקער רב, דער חפץ חיים און ר׳ איסר זלמן, ותו לא.

ג. ער ברענגט נאר די טענה פון די עץ צייטונגען, אז הרב אלישיב איז זייער׳ס, און דאס איז שיטת הרב שך. ער דערמאנט ניטאמאל אז דאס גופא איז שרוי במחלוקת.

ד. ער טענה׳ט אז הרב שך האט ממציא געווען א שיטה פון השקפה וואס איז אינדערויסן פון פסק הלכה. דאס איז בכלל נישט די יסוד פון זיין שיטה. אז מ׳וויל מסכם זיין די דרך פון הרב שך אין א ווארט, איז עס אז ער האט אויפגעבויט דער ענין פון דבר אחד לדור ולא שתי דברים לדור. מ׳קען פרעגן האנדלען און פארשען וואס מ׳וויל, אבער נאכ׳ן החלטה איז עס מוחלט און דער מערער איז א פורש מדרכי הציבור. ווען ער האט געזיגט קעגן הרב גריינמן האט ער אזוי געזאגט, און ווען הרב שטיינמן האט געזיגט קעגן איהם, האט ער פארמאכט זיין מויל אויף אייביג. נאר די אונגארישער תלמידים שלא שמשו כל צרכם (אדער אין גאנצען נישט) האבען ממציא געווען א השקפה פאר זייער וואוילזיין.

ה. ער לאזט אויס צוויי גאר וויכטיגע יסודות התלוים זה בזה. הרב שך בשעתו האט שטארק מורא געהאט פון זיין פאזיציע. מער ווי צען יאר האט ער געווארט ביז צום אויספיהרען פון הקמת מפלגת דגה"ת. ער האט זיך געפרעגט ביי א ריזיגע צאל מענטשן, זאגאר ראשי ישיבות אין ארה"ב, ווייל ער האט פארשטאנען די אחריות שבדבר. עס איז דא אסאך עדות אויף דעם, ווי ער האט זיך נאכאמאל און נאכאמאל מתלבט געווען, וואס צו טון און זאגען און וויאזוי. עס איז נישט געגאנגען כלאחר יד.
ווען הרב אלישיב און הרב שטיינמן (צוזאמען) האבען איבערגענומען, האבען זיי אלס פראבירט צו לייגען די אחריות אויף די אנדערע. זיי האבען געציטערט און געפארכט פון די אחריות פון די החלטות. ער מאכט די שפיל כאילו מ׳האט זיך געשלאגען אויף די הנהגה ווען דער אמת איז געווען פארקערט. אויף הרב אויערבאך האט הרב שטיינמן אלס געהאלטען אז ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא און די ציבור וועט צופיל דערלייגען פון איהם. אבער בחיי הרב אלישיב האט יעדערפראבירט זיך צו פארלאזען אויף די אנדערע. איך געדענק בשעת חקיקת חוק טל, ווי עס איז געגאנגען אהין און צוריק.
לעומת זה, די חסידישע רביס איז היינט אכשר דרא. אמאל האט יעדער זיך געהאלטען פאר א מ"ד. היינט שווייגען זיי און ווארטען פאר א החלטה פון אנדערע. די גאנצע מערכה פון גיוס איז נישט אויף זייער טיש, זיי האבען עס געלאזט פאר הרב שטיינמן מחליט צו זיין. יא, הרב ברזובסקי איז געווען מעורב, אבער אלס א חבר מועצת קטני התורה, פונקט ווי הרב ברוך סולובייציק, הרב ברוך ווייסבקר ועוד.
בקיצור ער פאבריצירט א מאכט געיעג ווען עס איז באמת פארקערט. זיי זאגען דעות אין אומוויכטיגע זאכען ווי טכנולוגיה און שבת קודש, און לאזען גיוס פאר די ביג באויז.

ו. הרב שטיינמן איז גארנישט קיין חזו"א׳ניק געווען. ער האט געהאט דארט שייכות און זיין פסקים ענדלען זייער חדר, אבער איהם צוצושטעלען צו הרב גריינמן אדער הרב ברטלר איז זינלאז.

ז. דאס אז הרב אויערבאך פארטרעט תלמידי הרב שך איז פאקטיש נישט אמת. יש ויש, אזויווי אלע זאכען. עס איז גארנישט בולט די שייכות צווישען הרב שך און הרב אויערבאך, עכ"פ אויף די מענטשן וואס זיי האבען געצויגען.

ח. און די ׳מחלוקת׳ צווישען הרב איידלשטיין און הרב קנייבסקי איז געבויט אויף די זעלבע טעות. ביידער ציטערן צו פסקנ׳ן אזא הארבע זאך ווי גיוס אליינס, און זיי ווארטען אויף יענעמ׳ס ווארט, ווי אויך פון אנדערע גדולים דארט.

ט. אז הרב קנייבסקי׳ס קעגענער טענה׳ן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך, נו נו. אבער צו טענה׳ן אז זיין חסידים גיין איהם נאך דוקא צוליעב דעם, און זיי זענען מודה אז אייניקעל פיהרט דארט דער רעדל, והיא תהלתו ותפארתו, איז אוממעגליך און זינלאז. יא, ער פארלאזט זיך אויף אנדערע, אזויווי יעדער מנהיג. אביר זיין חסידים און בעיקר די בעלי שכל, גלויבען נישט אז עס איז רוח הקודש אדער דער אייניקעל.

י. זיין מסקנא אז מ׳זוכט שלום איז אויך נישט אמת. די נוסח ביי ג׳ היינט איז אז עץ איז אויסגעשפילט, עס טוט זיך דארט אן אינערליכע מחלוקת צווישען הרב שמואל דויטש און הרב י.י. קאלמאנאוויטץ, און זיי זענען שוין נישט קיין געפאר צו די צענטראלע סיסטעם. איז עס אמת אדער האפענונגן? ווער ווייסט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום פרייטאג מערץ 29, 2019 9:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8012 מאל

הודעהדורך פליישיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:07 pm

די גרעסטע בושה פאר דער גדולים און ערליכע אידן איז אז מען דערמאנט זיי אין איין שורה מיט דעם ''רב'' שך.
מען וואלט לכה''פ געמעגט צולייגן א ''להבדיל''.
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » זונטאג מערץ 31, 2019 2:43 pm

פליישיג האט געשריבן:די גרעסטע בושה פאר דער גדולים און ערליכע אידן איז אז מען דערמאנט זיי אין איין שורה מיט דעם ''רב'' שך.
מען וואלט לכה''פ געמעגט צולייגן א ''להבדיל''.

ס'ווערט געברענגט פון ספה"ק נישט צו זאגן 'להבדיל' צווישן 2 אידן וואס מ'דערמאנט
אפילו אויב איינער איז א צדיק גמור און דער אנדערער פארקערט.

(יא, אפילו צווישן שטיינערמאן און דער רבי-זכותו-יגנ-עלינו.)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 513 מאל

Re: המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:33 pm

https://www.makorrishon.co.il/judaism/127235/
דא איז די פיפטע און לעצטע חלק, ״מאורות הדור״ וועגן די רעבעצין׳ס וואס פירן א שטיקל ווערטשאפט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: המצב כהיום בא״י אצל החסידים, ליטאים, וספרדים,

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג יולי 21, 2019 1:44 am

https://www.makorrishon.co.il/magazine/154643/
ליינט דא וועגן רבי אהרן בוימל וואס האט זיך זעלסט דערקלערט אלץ ״הרבי מברדיטשוב״, אויב יעדע בנש״ק קען ווערן א רבי קען ער דאך אויך, און נישט נאר דאס נאר ער פירט אן א וואטסאפ גרופ און ער שיקט ארויס קליפס פאר זיין חסידים אזוי שטייט ער בקשר מיט זיי, און ער איז ״מתיר״ זיין חסידים צו האבן א סמארטפאן, איך גיי נישט אריין פערזענליך ווער אהרן בוימל איז אבער זיין מעסעדזש איז זעכער גוט.
אויך שרייבט דער ארטיקל וועגן רבי דוד רוזנבוים הרבי ממעזשביש וואס האט זיך דערקלערט רבי בחייו פון זיין טאטע די ראחוב׳ע רבי שליט״א, ווי שטייט דען אין שלחן ערוך אז מען טארנישט? ווי האט רבי יצחק לעבאוויטש געזאגט אז היינט זאגט מען אז עס איז דא ״הלכות רביסטיווע״ אבער מען דארף נאר צולייגען א שטיקל ״רמ״א״ צו דעם ״ואנו בני אשכנזים לא נוהגים כן״.
אויך רעדט די ארטיקל פון רבי אשר ישראל ליסואר וואס איז אויך א רבי אן יחוס און נישט נאר דאס נאר ער איז קוים א יונגערמאן.
און עס ענדיגט צו מיט נאך צוויי יונגע רבי׳ס איינס א לעלוב׳ע אייניקל, און די צווייטע איז די גרעסטע חידוש א בחור אן קיין יחוס א אייניקל פון די ח״כ מנחם אליעזר מוזס.
עס איז אונטערסאנט אז די אלע ״רבי׳ס״ וואונען אין ארץ ישראל, און אמעריקא זעהט מען דאס נישט.



Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט

cron