במקום שאין זית, איז כזית אויך א שיעור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

במקום שאין זית, איז כזית אויך א שיעור

שליחה דורך בר-כוכבא »

צווישן די ראשונים איז פאראן א מחלוקה איבער דעם שיעור "כזית", וואס ווערט אזויפיל מאל דערמאנט אין דער גמרא. א סך זאכן אין הלכה וואס קומען מיט א שיעור, גייט מיט דעם כמעט-כלל שיעור פון "כזית", און די ראשונים קריגן זיך אויף דעם וויפיל דער דאזיגער כזית-שיעור באטרעפט.

די מיינונגס פארשידנהייטן זענען זייער מאדנע. ווען חז"ל וואלטן געזאגט אז דער שיעור יוצא צו זיין די מצוה פון אכילת מצה איז ווי א געוויסע מאס וואס איז געווען אין באניץ אין זייער תקופה, איז שייך צו שפעקולירן ווי גרויס יענץ איז געווען. די גמרא זאגט דאך אבער קלאר אז דער שיעור איז כזית, די גרויס פון אן איילבירט. וואס איז שייך זיך צו טענה'ן: נעם א זית'ל, מעסט עס אפ, און שטעל צו א שטיקל מצה וואס איז פון זעלבן גרויס, און פארטיג! פון וואו קומען אזעלכע אויסטערלישע שיעורים ווי א העלפט ווי אן איי (לויט וועמענס שיטה דער שיעור איז א דריטל מצה)? איר האט אין אייער לעבן שוין געזען אן איילבירט וואס איז אפילו נאענט צו אזא גרויס? דער סייז פון אן איילבירט באטרעפט לכל שיטות ודעות, און דער שכל און מציאות זענען מיט דעם מסכים אויף הונדערט פראצענט, פונקט אזויפיל ווי אן -- איילבירט. וואס איז דער פשט פון דעם פלפול?

נאך מער, די גמרא באהאנדלט אויף עטליכע פלעצער, לגבי פארשידענע הלכות, דעם ענין פון ברעקלעך, "פירורים", און איז מסביר אז די נעמליכע ברעקלעך דארפן זיין בגודל כזית. יעצט, לאמיר נעמען דעם שיעור המחמיר, אז א כזית איז אזוי גרויס ווי א חצי ביצה, און דאס צושטעלן צום ווארט "ברעקל", וועלן מיר באקומען א שטיק ליצנות אנשטאט א ברעקל ברויט. ווי קען מען באצייכענען אזא "שטיק" עסן אלס א "ברעקל"?

מען וואלט געקענט ענטפערן אז די גרויס פון א זית האט זיך געביטן אין לויף פון די צייטן. איך ווייס וואס? אמאל איז אן איילבירט געווען קלענער, צי גרעסער; אדער די זיתים פון ארץ ישראל זענען אנדערש ווי די זיתים פון אנדערשוואו, און פון דעם האט זיך אנטוויקלט א מחלוקה איבער'ן מציאות הדברים, ווי גרויס די זיתים צו וועלכע חז"ל האבן זיך באצויגן איז געווען.

למעשה האבן ארכאלאגן געפונען אין "מצדה", די פעסטונג וואס הורדוס האט געבויט אויף א הויכן בארג אינעם מדבר יהודה, איילבירט-קערנדלעך וואס קומען פון סוף תקופת בית שני, מיט ארום צוויי-טויזנט יאר צוריק. די זיתים, וואס זענען ווארשיינליך אהינגעברענגט געווארן דורך די אידישע כוחות וואס האבן זיך דארט באזעצט ביים אנטלויפן פון דעם רוימישן פיינט, זענען אויסגעטרוקנט געווארן און זענען אזוי פארבליבן ליגן אין יענעם הייסן, טרוקענעם פלאץ רואיג במנוחה ביז זיי האבן זיך אפגעזוכט אין אונזערע צייטן.

יענע מצדה-זיתים זענען פונקט אזוי גרויס ווי די וואס מיר האבן היינט. נאך מער: תוספות אויפ'ן פלאץ וואו די גמרא באהאנדלט דעם שיעור כזית זאגט, אז עס זענען פאראן אין ארץ ישראל דרייערליי זיתים, פון דריי פארשידענע גרויסן, קליינע, מיטלמעסיגע און גרויסע. דער זית קעגן וועלכן חז"ל מעסטן דעם שיעור כזית, איז דער מיטלסטער, וועלכער איז אויך דאס מערסטע פעט -- וואס גיט פון זיך ארויס דעם גרעסטן קוואנטום אויל צווישן די דריי. אין ארץ ישראל וואקסן היינט ווירקליך אלע פון די דריי סארטן איילבירטן, און דער מיטלסטער איז ווירקליך דער פעטסטער. אין מצדה האבן זיך אפגעזוכט קערלעך פון אלע דריי מאסן, און אלע זענען זיי פון דער זעלבער גרויס ווי די היינטיגע.

רבי מרדכי אליהו זצ"ל האט שפעקולירט אז אפשר זענען די קערלעך פון די זמן-הבית זיתים טאקע פונקט ווי די היינטיגע, אבער ביים וואקסן זענען די זיתים ארויסגעקומען מיט מער "פלייש", און זייער ענדגילטיגע גרויס איז דערפאר טאקע יא געווען גרעסער ווי די היינטיגע. נו, האט ער געבעטן א וויסנשאפטלער דאס אויסצופרואווען, און די רעזולטאט האט אפגעפרעגט זיין טעאריע: די איילבירטן וואס די מצדה-קערלעך האבן ארויסגעגעבן זענען געווען אויף דער האר די זעלבע ווי די היינטיגע.

די מעגליכקייט פון אזא השערה, אז די זיתים זענען במשך די יארן געוואקסן אדער געשרינקען, איז ובכן אויסגעשלאסן. אויב עמיצער וויל קומען פאשלאגן אזא אויסטערלישע טעאריע, ווי אז איילבירטן האבן א טבע פון זיך דאפלען אדער שרינקען אין העלפט במשך הזמן, דארף ער דערצו ברענגען שטארקע ראיות. דאס איז א מציאות וואס מאכט זיך נישט, און מען קען עס נישט סתם ארויסשאקלען פון ארבל בלויז דערפאר, ווייל אזוי שטימט די שיעור-כזית מחלוקה אביסל בעסער.

דער תירוץ איז אז די אלע ראשונים וואס האבן ארויסגעזאגט א מיינונג איבער דעם שיעור כזית האבן געוואוינט אין אזעלכע וועלט-טיילן וואו קיין איילבירטן זענען נישט געווען בנמצא. דער רשב"א, דער איינציגער פון די ראשונים וואס רעדט אריין אין דער נושא וועלכער האט יא געהאט זיתים און דערפאר געוואוסט זייער אמת'ע גרויס, זאגט טאקע אז א שיעור כזית באטרעפט א פינפטל פון אן איי -- וואס איז ווירקליך בערך אזוי גרויס ווי די איילבירטן וואס וואקסן אין דעם ראיאן וואו ער האט געוואוינט. די אנדערע האבן טאקע נישט געוואוסט ווי גרויס דאס איז, און יעדער פון די ראשונים האט זיך געהאט זיינע חשבונות אויף וועלכע ער האט באזירט זיין מסקנא איבער ווי גרויס א זית באטרעפט.

למעשה בלייבט די הלכה אויפ'ן פלאץ. מ'וואלט געקענט זאגן אז היות דער יסוד אויף וועלכן די ראשונים האבן אוועקגעשטעלט זייערע מסקנות שטימט נישט מיט'ן מציאות, וואלט דער אויספיר אויך געזאלט אוועקפאלן; האבן מיר אבער א מהלך אין הלכה וואס לאזט נישט א שפעטערדיגן מחולק זיין מיט א ראשון.

די השגחה, ווי עס שיינט, האט געוואלט אז די הלכה זאל זיך אזוי אנטוויקלען. פארוואס? מ'קען שפעקולירן אז דער "כזית" האט א משמעות, א סיבה, וואס איז אין די שפעטערדיגע צייטן אוועקגעפאלן. קען זיין אז אזא שיעור פלעגט אמאל מאכן זאט און במילא איז דער שיעור כזית גענוצט געווארן לגבי הלכות וואס האבן מיר עסן. שפעטער, ווען ס'איז געווען א גרעסערע שפע און מענטשן האבן אנגעהויבן עסן מער, האט דער שיעור כזית שוין נישט געזעטיגט און ס'האט זיך אויסגעפעלט אים צו פארגרעסערן כדי דער שיעור זאל שטימען מיט דער סיבה אונטער אים.

אבער, ווידעראמאל: די הלכה בלייבט ווי זי איז, און די חקירות זענען אינטערעסאנט סתם אזוי ווייל -- פארוואס נישט.

___

באזירט אויף א שיעור פון הרב אורי שרקי.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר