די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

שליחה דורך העניך »

די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

פון: העניך


די וואקסינאציע דעבאטע פלאמט אין דער היימישער געמיינדע. מיר האבן שוין געמאכט נאציאנאלע נייעס מיט אונזער מיזעלס-מגיפה, און די מידיא האט זיך א לאז געטון קיין וויליאמסבורג צו הערן די פערל-רייד פון דעם עם חכם ונבון.

די היימישע אקטיוויסטן אויף דער זייט פון וואקסינען רייסן אראפ די אנטי-וואקסערס ווי שוטים און משוגעים, וועלכע גלייבן פוסטע נארישקייטן וואס זיי האבן געהערט פון דעם נארישן כמו-דאקטאר-ראבינער אויף א האטליין, און פארשטייען נישט די פשוט'ע יסודות פון סייענס און דרכי הרפואה. זיי שפעטן אפ פון די צניעות'דיגע חסידישע פרויען וועלכע האבן געלאזט לופטערן זייערע אנטי-וואקסינאציע מיינונגען אויף דער טעלעוויזיע, און מאכן חוזק פון דאס טפשות פון זייערע ווערטער.

אויב איינער זאל נעמען די מי צו רעדן פערזענליך צו אן אנטי-וואקסער, וועט ער זיך איבערצייגן אז דאס אראפגעמאלן בילד איז לאו דווקא אזוי אקוראט. טייל פון זיי זענען היבש קלוגע מענטשן, מיט אן אינטעליגענץ העכער פונעם דורכשניט. כאפט נאר א בליק אויף די פרויען וועלכע האבן זיך געלאזט אינטערוויוען דורך רעפארטערס. די איידעלע אשה כשרה מיט א היטל איבער איר קורצן שייטל, רעדט בעסער, קלארער און מער עלעקוואנט פון אנדערע דורכשניטליכע חסידישע פרויען. דאס אינגע ווייבל מיט א שפיצל איבער איר אומגעפארבטן פנים, האט מער קוראזש, איבערצייגונג, און דרייסטקייט ווי א דורכשניטליכער חסידישער פרוי.

איך האב גערעדט צו א שיינע צאל אנטי-וואקסערס, סיי אין פריוואטן לעבן, און סיי דא אויף "קאווע שטיבל". איך האב זיי געפונען מער אינטעליגענט און מער דורשטיג און נייגעריג פאר חכמה און אמת ווי דעם דורכשניטליכן חסידישן מענטש.

זיי זענען נישט קיינע משוגעים. זיי זענען נישט קיין שוטים. רעדנדיג צו זיי האב איך מיך איבערצייגט אז א גרויס חלק פון זיי זענען מענטשן וואס זענען ארויסגעקראכן פון דעם שמאלן געדאנקענגאנג אין וועלכן מען האט זיי אריינגעצווינגען, און האבן באוויזן זיך צו זען ווי זעלבסטשטענדיגע ערוואקסענע וואס זענען בארעכטיגט צו האבן מיינונגען. דאס זענען מענטשן וואס אין זייער לעקסיקאן איז אריין א חידוש פון א מושג: א מענטש קען און מעג עפעס אליין "דורכטון". "האסט עס דורכגעטון?" פרעגן זיי די שטיצער פון וואקסינען.

די אנטי-וואקסערס זענען דווקא אזעלכע וועלכע האבן געכאפט אז אמת ווערט נישט באשטימט אין "דער איד" אדער אין "אייוועלט". נאר יעדער מענטש מעג און קען נישטערן און פארשן, און דאס וואס דער מעינסטרים פרעדיגט איז לאו דווקא דער אמת.

אויף דער אנדערער זייט פון דער וואקסינאציע דעבאטע האב איך גערעדט צו די וואס פירן א פייערדיגן קאמף לטובת וואקסינאציע. וואלט איר דאך אוודאי געמיינט אז דא האנדלט זיך פון מענטשן וואס זענען אינטעליגענט און פארשטייען דעם פשוט'ן אמת אז מ'קען נישט אוועקמאכן דאס וואס 99 פראצענט פון דער וויסנשאפטליכער וועלט זאגט.

אבער א נעכטיגן טאג. דאס זענען די זעלבע וואס לאכן זיך אויס ווען די וויסנשאפטליכע וועלט זאגט אז מציצה בפה קען אפשר זיין שעדליך; דאס זענען די זעלבע וואס שרייען אז דער פאקט אז פלוני אלמוני איז א מיליאנער איז א ראיה אז בארויבן אונזערע קינדער פון עדיוקעישאן שאדט נישט פאר פרנסה; דאס זענען די זעלבע וואס ווען די וויסנשאפטליכע וועלט איז זיך סותר מיט דער תורה שפירן זיי ניטאמאל א קיצל אז מ'דארף זיך ערנסט מטפל זיין מיט דער נושא.

פארוואס, אלזא, זענען זיי אזוי ווילד פאר דער וויסנשאפטליכער מיינונג איבער וואקסינאציע? ווייל אן א מיינונג אויף דער נושא, איז זיי ניחא צו שטופן די זייט וואס וועט אונז געבן א שענערן פנים פאר דער וועלט. עס שטערט אים נישט קיין סייענס און נישט קיין רפואה – ער וויל א שיינעם פנים. כ'מאך עס נישט אוועק, מיר טארן נישט אויסזען ווי שוטים. אבער מיר מעגן געדענקען אז דער גרויסער לוחם פאר וואקסינאציע איז לאו דווקא קליגער פון דער דרייסטער וויליאמסבורגער ווייבל וואס האט געלאזט הערן איר מיינונג ללא חת ומורא.

אונזערע אנטי-וואקסער ברידער און שוועסטער זענען פארלוירענע שעפעלעך. מענטשן וועלכע האבן זיך פלוצים דערזען מיט דעם אור פון זעלבסטשטענדיגקייט. זיי דראפען זיך אויף גראדע ווענט צו קענען נוצן זייער שכל און פאסן אייגענע באשליסן. זייער פראבלעם איז נישט אז זיי זענען נאריש, נאר אז זיי האבן נישט די געצייגן צו אפטיילן צווישן אמת'ע אינפארמאציע און פאלשע, און פארשטייען נישט וויאזוי צו זיפן אינפארמאציע.

יא, זיי זענען בוך-קלוג, זיי לייענען ביכער מיט דורשט און הערן שיעורים מיט הונגער, אבער זיי ווערן באפאלן מיט כוואליעס פון אינפארמאציע וואס זיי ווייסן נישט וויאזוי בורר צו זיין אוכל מתוך הפסולת.

אונזערע פרואוון צו דערשטיקן אינפארמאציע ברענגט נישט נאר קרבנות ביי די וואס ווערן סוקסעספול דערשטיקט. נאר אפילו טייל פון די וואס באווייזן זיך אויסצורייסן – דאס הייסט דווקא די קליגערע – זענען עלול צו פאלן קרבנות צו פאלשע אינפארמאציע, ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט וויאזוי צו אפשאצן און אפוועגן אינפארמאציע – פשוט'ע יסודות וואס ווערן געלערנט אין א געווענליכן פינפטן קלאס עדיוקעישאן.

פאר די מענער און פרויען וואס נעמען די מי "דורכצוטון" א נושא, און אליין קומען צו א זעלבסטשטענדיגער מסקנא – סיי וואספארא מסקנא, זאג איך בראווא! נאר לאמיר אויך לערנען וויאזוי ריכטיג פאנאנדערשיידן צווישן אמת און שקר.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר