מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט פון אנדערע שטעט, אבער לעיקוואד איז אויף רעדער. די געזונט אנטשטאלטען פון די געגענט האבען געהייסען אז עס איז דא אן אויסברוך פון די מחלה מיעזעלס, וואס הייסט אויף עברית 'חצבת'. דאס איז א מחלה וואס אסאך פון אונז האבען געזען אלס קינד, אבער עפ"י רוב איז עס אויסגעראטען, צוליעב די געלונגענע וואקסין אקציעס וואס די וועלט געזונט אנשטאלטען באען זיך אונטערגענומען. געווענדליך הייסט מען נישט נעמען די וואקסין ביז א יאר אלט, אבער יעצט האבען די אנטשטאלטען געהייסען אז מ'זאל שוין געבען דער וואקסין ביי זעקס מאנאטען (פאר דעם, האט דער קינד נאך די מאמע'ס שיצונג). די צווייטע שאט וואס מ'גיבט געווענדליך ביי די פינף יאר, הייסט מען שוין געבען פיל יונגער. אסאך מוסדות האבען געהייסען אז קינדער וואס האבען נישט די שאט זאלען נישט קומען אין חדר\סקול ביז ווילאג די אויסברוך איז נישט קיין היסטאריא פון 21 טעג.

די דאקטוירים האבען שוין נישט קיין וואקסינ'ס צו געבען, און זיי קענען נישט באקומען. פאר עפעס א סבה, דער אנטשטאלט וואס ב.מ.ג. האט באקומען פון די רעגירונג (אבער דער ריוח גייט דירעקט צום CEO פון במג, ואין לזרים אתו) האט פונקט יא געהאט צו פארטיילען און זיי האבען געמאכט גוט געלט דערפון, ווי דער עולם שטייט אין ריי צו באקומען די שאט.

די מעשה זעט אויס אז עס האט זיך אנגעהויבען פון סקווער, ווי עפעס אן ארץ ישראל'דיגע איד וואס 'האלט נישט' פון וואקסינען און 'האלט יא' פון סקווער איז געקומען וויילען יו"ט. דאס האט פאראורזאכט אן אויסבראך וואס איז אריבער פון שטאט צו שטאט.

אין אנדערע שטעט איז עס אויך אזוי? וואס טוט מען דארט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 100 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר