חינוך: games צו שפילען מיט די קינדער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

חינוך: games צו שפילען מיט די קינדער

הודעהדורך בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:28 am

מיין עקספיריענס האט מיר געוויזען אז ווען איך שפיל געימס מיט מיינע קינדער בויעט עס אויף גאר א נאנטע קשר, עס איז דא אסאך גיטע מהלכים ווי אזוי נאנט צו ברענגן קינדער צו עלטערן, די עיקר איז צו פארברענגן מיט זיי קוואלעטי טיים, און שפילען געימס איז גאר גוט דערפאר כאטש אז טייל מאל קימט מיר עס אן שווער נישט צו געווינענן.

איך האב אלער ערליי בארד געימס ראוש אוער אד״ג, איך קען באשטיין צו הערן גיטע אדייעס און טיפס איבער די נושא, גיטע געימס וואס קינדער קענענן אינדשויען, עס זאל אבער זיין איידעלע געמעיס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:40 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך פיקציע » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:36 am

עס איז דא פילע אידישע קאמפאניס וועלכע האב אייגענע אדער נאכגעמאכטע געימס פאר אלע יארגענג.
כמעט יעדע פאפולערע געים וואס איז דא קען מען שוין היינט האבן איבערגעמאכט אין אידיש (איך מיין נישט דווקא די אידישע שפראך, איך מיין אידיש'לעך)
צווישן זיי:
מצוה פעמילי
קינדער שפיעל
תורה עדיוקעישאן.
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:39 am

איך האב רוב פון די אלע געימס, איך קען באשטיין צו הערען צו דער עולם טוט עס, און אויב איינער האט עפעס חידושים און די נושא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום פרייטאג אפריל 19, 2013 12:10 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:50 pm

איך גלייך נישט די אידשע געמס. סלייגט אריין די קונדער טיפער אין באקס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:57 pm

בדחן האט געשריבן:די עיקר איז צו פארברענגן מיט זיי קוואלעטי טיים, און שפילען געימס איז גאר גוט דערפאר כאטש אז טייל מאל קימט מיר עס אן שווער נישט צו געווינענן.

כ'ווייס נישט צי כ'זאל לאכן אדער וויינען :טראכט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך בדחן » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:03 am

העלאו, איך האב געמיינט צו זאגען אז ווען איך שפילט מיט מיינע קינדער דארף איך זען אז איך זאל נישט געווינענן, איך וועל עס איבערשרייבען: ״טייל מאל דארך איך ארבייטען שווער אז עס זאל אויסזען ווי א ריכטיגע שפיל כדי די קינדער זאלן הנאה האבן, אבער איך דארף זען נישט צו געווינען ווייל אויב איך וועל געווינען וועט עס נישט זיין אינטערסאנט פאר זיי״ קאפשו??

למשל נעכטן האבן מיר געשפילט מיט א עלטער קינד ראוש אוער, מען האט געטיימט א זייגער ווער עס זעט זיך פריער ארויס,
כאטש איך האב איך געהאט די וועג האב איך געמוזט מאכען א אנשטעל כאילו איך האב עס נישט און איך ארבייט שווער עס צו האבן,
צוויי טאג פריער האב איך געשפילט מיט א קלענער קינד קאנעקט 4 איך האב געדארפט האלטן חשבון נישט צו געווינען בטעות, און איך האב געמיזט זען אז ער זאל קענענן געווינענן,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:05 am

עס איז נישט דא קיין געזונטערע זאך פאר א קינד מענטעלי און עמאושענילי ווי ווען זיין/איר טאטע און מאמע פארברענגן געמיטלעך מיטן קינד אן קיין שטערונגען רואיגערהייט. חזר'ן און טון היים ארבייט מיט די קינדער איז זייער גוט אבער עס איז נישט גענוג, ווייל נישט קיין חילוק ווי רואיג און פרעשור-לאז איר זענט דאך קוקט עס די קינד אן ווי ארבייט.

אני הקטן בין זיך נוהג צו פארברענגן מיט די קינדער א יעדע שבת נאכמיטאג, און יומא דפגרא ווי חנוכה, חול המועד, שושן פורים, לאנגע מוצאי שבתים, וכדומה. מיין ווייב האט צייט אין מיטן די וואך אויך שפילט זי מיט די קינדער איין צוויי מאל אין מיטן די וואך אויך.

וואס טוט מען? אדער קען מען שפילן געימס, ליינען ביכער כל קינד וקינד לויט זייער לעוועל, קאכן/באקן צוזאמען, אמאל א יובל וואטשען א אידישע ווידיאו רח"ל מיט זיי וכדומה.

אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן שפיל איך נישט קיין אידישע געימס מיט זיי ווייל פון מיין עקספיריענס האבן די אידישע געימס נישט קיין שום עדזשוקעישאן אין זיך, ע"פ רוב איז די געווינער געוואנדן אין א דייס אדער קארטלעך ווי איידער אין חכמה און סקיל.

וועלכער געימס שפילן מיר יא? איך געדענק נישט אלע אבער דא האט איר א טיילווייזע ליסטע.

שאך
מאנאפאלי
פעי דעי
פערפעטשועל קאמאושען
ראמיקאב
באגל
לייף און ריסק פאר עלטערע קינדער
טיק טאק טאו פאר אינגערע קינדער ו
און נאך.

איך דארף מיך נישט מאכן ווי איך פארליר ווייל מיינע קינדער שפילן אזוי פיל אז זיי קענען עס גוט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך MickyMouse » פרייטאג אפריל 19, 2013 9:14 am

דערציילן מעשות פאר קינדער, איעדעם איוף זייער לעוועל מאכט א שטארקע רושם אויף זיי.
איך שפיעל אויך געימס מיט מיינע קינדער, עס גייט מיך נישט אן וועלכע, ווי לאנג זיי ענדזויען עס.
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך איציק » מיטוואך אפריל 24, 2013 8:41 am

איך שפיל מיט מיינע קינדער שאך - טשעס בלע"ז פאר 2 סיבות.
1. עס איז מער 'טשעלענדזשינג' (שארפט אויס דעם קאפ) פון 99% אנדערע געימס
2. איך האב נישט קיין געדולד צו אנדערע געימס.
מ'קען אויסלערנען פאר א נארמאלע 6 יעריג קינד די כללים פון דעם שפיל און איר וועט נישט גלייבן ווי גוט זיי כאפן עס אויף.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך אבי גערעדט » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:56 am

אז מ'רעדט שוין, איך זיך איידיעס וואס צו שפילן מיט פיצעלע קינדער, זיי זענען נאכנישט גענוג ערוואקסן פאר ריימס, אבער קוקן אזוי ארויס איך זאל פארברענגען מיט זיי
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך שליח » מיטוואך אפריל 24, 2019 4:09 pm

ארויפגעברענגט לכבוד חוה"מ.

מ'האט נישט דערמאנט דא unstructured games, וועלכע קענען זיין מער נוצליך און באלערנד ווי געווענליכע שפילן.

לדוגמא, ביי אונז איז דא א שפיל גערופן "פרעג מיר אפ". איינער רוקט ארויס א פאלשע סטעיטמענט, און דער צווייטער דארף אים פרובירן אפצופרעגן נוצנדיג לאגישע טענות. פארשטייט זיך אז דער ערשטער לאזט זיך נישט, און קומט אויף מיט פלפולים און הכא במאי עסקינןס צו בלייבן גערעכט. דאס קען זיך ענדיגן גאר קאמיש.
איך האב זיך אמאל אנגערופן צו מיין 3 יעריגס, "יאסעלע, איך זאג אז דו ביסט א פויגל. פרעג מיר אפ."
- "אבער טאטי, א פייגל קען נישט רעדן, און איך רעד יא!"
- "מוז זיין אז דו ביסט א פאפאגיי."
- "א וואס?"
- "ס'דא א מין פויגל וואס קען נאכזאגן ווערטער וואס ער הערט, ס'הייסט א פאפאגיי."
- "פארדעם זאגט מען דו רעדסט ווי א פאפאגיי?"
- "יא, ס'מיינט איינער וואס זאגט סתם נאך און טראכט נישט וואס ער רעדט. בקיצור, ביסט א פאפאגיי. פרעג מיר אפ."
- "אבער איך האב נישט די זאך ביי די מויל!"
- "מיינסט א שנאבל. קוקט אויס אז דו האסט ערגעץ אריינגעקראכט ביים פליען און דיין שנאבל איז נעבעך אראפגעפאלן."
- "אבער איך האב נישט קיין פעדערן!"
- "אוי וויי! איינער האט דיר עס אויסגעפליקט."
און אזוי ווייטער.

מערק ווי ער האט זיך אויסגעלערנט ווערטער, מושגים, טראכטן מיט לאגיק און זיך ארויסברענגען צום פונקט. און פארשטייט זיך אויך הנאה געהאט.
ווען די קינדער ווערן מער ראפינירט קען מען קומען מיט מער סאפיסטיקירטע טענות, וואו דער צד הסותר איז מער סובטיל. דאס לערנט זיי אויך אז מ'דארף זיך נישט דערשרעקן פון הויכקלינגערישע פראזן און שטיין-שפאלטנדע הגדרות, ווייל עס קען זיין שטויות במיץ עגבניות. אדער קען מען זיי לאזן זיין דער וועמען מ'דארף אפפרעגן, איבנדיג זייער שעפערישקייט אויפצוקומען מיט אויסטערלישע היכי-תמצאס וואו זיי זענען נישט אפגעפרעגט.

א צווייטע שפיל איז "טרעף די שקר". איינער פארציילט 3 זאכן וואס זענען געשען צו אים היינט, און דער צווייטער דארף טרעפן וועלכע פון די 3 איז אויפגעטראכט. דא קומט מער אריין קאמאן סענס. ("אויף צו פארלירן זיין אויערן-שיצער האט ער געדארפט ארויסגיין דערמיט אויפן גאס, אבער אין אזא וועטער ווי היינט לאזט מען עס געווענליך אינדערהיים. נישט מסתבר"). א ידיעה אין body language קען אויך בייהילפיג זיין.


בענין (וואס מ'האט געשמועסט דא אויבן) צו דער טאטע זאל שפילן שוואכער כדי דאס קינד זאל האבן א שאנס צו געווינען, ביידע זייטן האבן חסרונות. אויב שפילט מען אלעמאל מיטן פולן שטארקייט וועט דאס קינד ווערן פרוסטרירט (עכ"פ אנהייב), און אויב לאזט מען איר אלעמאל געווינען וועט זי זיך נישט אויסלערנען צו זיין א good sport, וועט זיך איינרעדן אז זי קען גאר גוט ווען באמת איז זי שוואך (און כאפן א מיאוסן שאק שפעטער), און - אויב איז זי קלוג - קען זי גאנץ גרינג כאפן דעם אמת און זיך שפירן נאריש.
איך האב אויסגעלערנט מיינע קינדער אז איך קען שפילן אויף צוויי וועגן. טאטע מאוד, וואו איך פרוביר צו געווינען, און חבר מאוד, וואו איך פרוביר צו שפילן אויפן קינד'ס שטאפל. זיי קענען מיר זאגן מתחילה אויף וועלכע וועג איך זאל שפילן, אדער אפילו טוישן אינמיטן. איך האב זיי געזאגט אז חבר מאוד מיינט נישט בהכרח אז איך גיי נישט געווינען, נאך א קורצע צייט האב איך זיך געדארפט זאגן אז טאטע מאוד מיינט נישט בהכרח אז איך גיי געווינען...

ווען כ'האב אויסגעלערנט שאך פאר מיין טאכטער האב איך גענוצט אן אנדערע סטראטעגיע: כ'האב געשפילט מיטן פולן שטארקייט ("טאטע מאוד"), אבער כ'האב איר געלאזט טוישן קאליר מיט מיר ווען אימער זי האט געוואלט, (חוץ ווען איך האב א mate in 2 וכדומה), אזוי האט זי זיך אינאיינוועגס אויסגעלערנט וויאזוי צו ראטעווען פארלוירענע פאזיציעס. שפעטער האט זי שוין נאר באקומען א באגרעניצטע צאל פון טויש-רעכטן, האט זי געדארפט אויפפאסן נישט צו פארפאטשקען די שאנסן ווילאנג ס'איז נישט קריטיש.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

שליח, זייער א נוצבארע הודעה, איך גלייך דיין געדאנקען גאנג

הודעהדורך הייסע טיי » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:27 am

שליח האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד חוה"מ.

מ'האט נישט דערמאנט דא unstructured games, וועלכע קענען זיין מער נוצליך און באלערנד ווי געווענליכע שפילן.

לדוגמא, ביי אונז איז דא א שפיל גערופן "פרעג מיר אפ". איינער רוקט ארויס א פאלשע סטעיטמענט, און דער צווייטער דארף אים פרובירן אפצופרעגן נוצנדיג לאגישע טענות. פארשטייט זיך אז דער ערשטער לאזט זיך נישט, און קומט אויף מיט פלפולים און הכא במאי עסקינןס צו בלייבן גערעכט. דאס קען זיך ענדיגן גאר קאמיש.
איך האב זיך אמאל אנגערופן צו מיין 3 יעריגס, "יאסעלע, איך זאג אז דו ביסט א פויגל. פרעג מיר אפ."
- "אבער טאטי, א פייגל קען נישט רעדן, און איך רעד יא!"
- "מוז זיין אז דו ביסט א פאפאגיי."
- "א וואס?"
- "ס'דא א מין פויגל וואס קען נאכזאגן ווערטער וואס ער הערט, ס'הייסט א פאפאגיי."
- "פארדעם זאגט מען דו רעדסט ווי א פאפאגיי?"
- "יא, ס'מיינט איינער וואס זאגט סתם נאך און טראכט נישט וואס ער רעדט. בקיצור, ביסט א פאפאגיי. פרעג מיר אפ."
- "אבער איך האב נישט די זאך ביי די מויל!"
- "מיינסט א שנאבל. קוקט אויס אז דו האסט ערגעץ אריינגעקראכט ביים פליען און דיין שנאבל איז נעבעך אראפגעפאלן."
- "אבער איך האב נישט קיין פעדערן!"
- "אוי וויי! איינער האט דיר עס אויסגעפליקט."
און אזוי ווייטער.

מערק ווי ער האט זיך אויסגעלערנט ווערטער, מושגים, טראכטן מיט לאגיק און זיך ארויסברענגען צום פונקט. און פארשטייט זיך אויך הנאה געהאט.
ווען די קינדער ווערן מער ראפינירט קען מען קומען מיט מער סאפיסטיקירטע טענות, וואו דער צד הסותר איז מער סובטיל. דאס לערנט זיי אויך אז מ'דארף זיך נישט דערשרעקן פון הויכקלינגערישע פראזן און שטיין-שפאלטנדע הגדרות, ווייל עס קען זיין שטויות במיץ עגבניות. אדער קען מען זיי לאזן זיין דער וועמען מ'דארף אפפרעגן, איבנדיג זייער שעפערישקייט אויפצוקומען מיט אויסטערלישע היכי-תמצאס וואו זיי זענען נישט אפגעפרעגט.

א צווייטע שפיל איז "טרעף די שקר". איינער פארציילט 3 זאכן וואס זענען געשען צו אים היינט, און דער צווייטער דארף טרעפן וועלכע פון די 3 איז אויפגעטראכט. דא קומט מער אריין קאמאן סענס. ("אויף צו פארלירן זיין אויערן-שיצער האט ער געדארפט ארויסגיין דערמיט אויפן גאס, אבער אין אזא וועטער ווי היינט לאזט מען עס געווענליך אינדערהיים. נישט מסתבר"). א ידיעה אין body language קען אויך בייהילפיג זיין.


בענין (וואס מ'האט געשמועסט דא אויבן) צו דער טאטע זאל שפילן שוואכער כדי דאס קינד זאל האבן א שאנס צו געווינען, ביידע זייטן האבן חסרונות. אויב שפילט מען אלעמאל מיטן פולן שטארקייט וועט דאס קינד ווערן פרוסטרירט (עכ"פ אנהייב), און אויב לאזט מען איר אלעמאל געווינען וועט זי זיך נישט אויסלערנען צו זיין א good sport, וועט זיך איינרעדן אז זי קען גאר גוט ווען באמת איז זי שוואך (און כאפן א מיאוסן שאק שפעטער), און - אויב איז זי קלוג - קען זי גאנץ גרינג כאפן דעם אמת און זיך שפירן נאריש.
איך האב אויסגעלערנט מיינע קינדער אז איך קען שפילן אויף צוויי וועגן. טאטע מאוד, וואו איך פרוביר צו געווינען, און חבר מאוד, וואו איך פרוביר צו שפילן אויפן קינד'ס שטאפל. זיי קענען מיר זאגן מתחילה אויף וועלכע וועג איך זאל שפילן, אדער אפילו טוישן אינמיטן. איך האב זיי געזאגט אז חבר מאוד מיינט נישט בהכרח אז איך גיי נישט געווינען, נאך א קורצע צייט האב איך זיך געדארפט זאגן אז טאטע מאוד מיינט נישט בהכרח אז איך גיי געווינען...

ווען כ'האב אויסגעלערנט שאך פאר מיין טאכטער האב איך גענוצט אן אנדערע סטראטעגיע: כ'האב געשפילט מיטן פולן שטארקייט ("טאטע מאוד"), אבער כ'האב איר געלאזט טוישן קאליר מיט מיר ווען אימער זי האט געוואלט, (חוץ ווען איך האב א mate in 2 וכדומה), אזוי האט זי זיך אינאיינוועגס אויסגעלערנט וויאזוי צו ראטעווען פארלוירענע פאזיציעס. שפעטער האט זי שוין נאר באקומען א באגרעניצטע צאל פון טויש-רעכטן, האט זי געדארפט אויפפאסן נישט צו פארפאטשקען די שאנסן ווילאנג ס'איז נישט קריטיש.
הייסע טיי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:04 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט