הוגה האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פון דער מעשה. עס איז א הערליכע און מייסטערהאפטיגע שטיקל ארבייט. די attention to detail סיי אינעם באשרייבונג און סיי אין די בילדער איז עפעס מורא'דיג, ווי, לדוגמא, דאס בילד פונעם הייליגע רבי רבי בער ז"ל וואס הענגט אויפן וואנט.
קטלא האט געפרעגט אויף טוויטער בנוגע קינדער ליינען דעם וועקער. נעם אזא דערציילונג. ווען איך האב עס געליינט ביים סעודה פאר מיין משפחה האבן אלע הנאה געהאט. די קליינטשיגע האבן געלאכט פון די סימפל געדאנק אז די מעשה איז פארטייטשט געווארן אין אידיש און פון די פשוט'ע וויצן. די עלטערע קינדער האבן שוין געכאפט אין גרויס טייל די מעסעדזשעס אינעם parody. און פאר מיין ווייב און איך איז געווען נאך א לעוועל פון חומר למחשבה הנוגע למעשה. צו קענען צושטעלן אזאנס פארלאנגט זיך טאלאנט.
.
א דאנק און גרוסן פאר דיינע קינדער. מיינע קינדער לייענען נישט אידיש האב איך "ווייקעריעס" (ע"י שליח) נחת וכל המלמד בן חבירו...
אינטערעסאנט, דו ברענגסט פונקט אראפ דעם פרט פון דער בילד. איך האב טאקע געגעבן דעם אילוסטרירער די פרטים פאר אלע בילדער און וויאזוי איך וויל זיי זאלן אויסזען, כולל א בילד פון א גדול אין דעם דייניניג רום. ווען איך האב זיי איבערגעשיקט צו @אבטולמוס'ען האט ער מיר געפרעגט וואס דאס איז און איך האב אים געזאגט אז ס'איז א גדול. פרעגט ער מיר "א בערעלע גדול?" שיחת חולין של ת"ח צריכין לימוד און פון דעם איז מיר איינגעפאלן צו טוישן טאקע צו א רבי ר' בער.