א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

א רעזאלוציע אין די יו-ען: פארדאמונג פון אנטי-גוי'איזם

שליחה דורך מיימון »

[center] U בילד N [/center]
אדר א' שנת ו' אלפים א' (6121 לויט די אידישע ציילונג. 2241 לויט די קריסטליכע)

אידישע שפראך דורך: די א'פיס פאר א'ידיש אין די יו.ען. (אאי"נ OYUN)

רעזאלוציע נומ: G007-56-4483

אין קורצן:
אין די יו.ען. איז אדורכגעפירט געווארן א רעזאלוציע וואס טוט פארדאמען יעדע סארט אויסדרוק פון אנטי-גוי'איזם וואס טוט סטערעאטייפן א גאנצע קבוצה פון מענטשן און זיי דערנידערן. די פעלקער רופן פאר אנערקענונג און צווישן-לעבן פון די מענטשהייט מיט שלום און אחדות פאר'ן וואוילזיין פון די מענטשהייט.

ערקלערונג:
אזוי ווי עס זענען שוין אדורך לאנגע יארן זינט די יו. ען. האט ערפאלגרייך באקעמפט און אויסגעראטן אנטיסעמיטיזם און איסלאמאפאביע וואס פלעגט זיין גאר שטארק פארשפרייט הונדערטער יאר צוריק און האט געפלאגט די וועלט פאר טויזנטער יארן, זענען מיר געווארן אויפמערקזאם צו א פיל קלענערן אבער אויך וויכטיגן סארט פון האסע און פיינטשאפט וואס איז שטארק פארשפרייט צווישן די מיליאנען אידיש-רעדנדע בירגער פון די לענדער: אמעריקא, ישראל, בריטאניע, בעלגיע, קאנאדע, קאליפארניע (יו. ען. מיטגלידער) און פאלם-טרי (א נישט יו. ען. לאנד).

אנטי-גוי'איזם נעמט אריין א רעטאריק וואס דרוקט אויס דערנידערונג און פיינטשאפט צו די "גוים" וואס מיינט בעיקר ווייסע קריסטליכע איינוואוינער פון אייראפע און אמעריקא, כאטש אין ברייטערן טערמין קען זיך עס אויך באציען צו אלע מענטשן וואס זענען נישט קיין מיטגלידער פון דעם אידישן פאלק. עס קומט אין פארשידענע פארמען, פון צו אנדייטן אז "גוים" זענען טמא און נאריש, ביז פרעדיגן אז אלע "גוים" וועלן גיין אין גיהנום אדער וועלן זיין קנעכט פאר אידן.

אנטי-גוי'איזם ווערט געפרעדיגט אין טייל שולעס וואו קינדער ווערן געפיטערט מיט האס און פיינטשאפט קעגן די "גוים" פון קליינווייז אן, זיך באנוצנדיג מיט אנטי-גוי'אישע סטעריאטיפן פון דעם מיטל-אלטער ווצב"ש אז אלע "גוים" זענען נאריש, שמוציג און שלעכט, א זאך וואס ברענגט אריין א פיינטשאפט אין די הערצער פון יונגע קינדער נאך איידער זיי קענען זיך אפילו באקענען מיט די וועלט.

די אנטי-גוי'אישע רעטאריק פירט אפט צו שריט, ווי אויסנארן און אויספאפן נישט-אידישע מענטשן אדער אונטערשטעלן שפיצלעך פאר נישט-אידישע ארבעטערס אין שולעס און קעמפס. פילע רייניגער אין די שולן (רעליגיעזע ערטער) טוען זיך באקלאגן אז מען לאכט פון זיי צוליב זייער נאציאנאליטעט, א זאך וואס איז אומאקצעפטירבאר. אין געוויסע פעלער איז שוין אפילו געקומען צו פיזישע אדער פראפערטי שאדן.

א שטודיע וואס די יו. ען. האט אדורכגעפירט ווייזט אז אכציג פראצענט פון די ארטאדאקסישע אידן באנוצן זיך טעגליך מיט נעגאטיווע אויסדרוקן און דערנידערנדע טיטלען קעגן "גוים" (ווי "שרץ", "שקצים", "שיקסע" און נאך) און א גרויס טייל גלייבן אז אידן האבן מער רעכטן ווי "גוים". א אומאידענטיפיצירטער חלק פון זיי באנוצן זיך מיט קללות צו שעלטן די "גוים" און גלייבן אז זיי דארפן איבערנעמען אלע אידישע צרות און קרענק. און טייל טוען אקטיוו מתפלל זיין אויף די פארניכטונג פון אלע "גוים" ווען דער אידישער אויסלייזער קומט אן.

די יו. ען. טוט דעריבער שארף רופן פאר א אויפהער צו די סארט העצערייען און פיינטשאפט צו אנדערע מענטשן בלויז באזירט אויף זייער אפשטאם און גלויבן. זי פאדערט אויף דאס אידישע פאלק צו געדענקען די יארן וואס זיי זענען גע'רודפ'ט געווארן בלויז וויבאלד זיי זענען נישט קריסטן אדער מוסלעמענער און זענען אפגעשפעט געווארן מיט סטעריאטיפן ווצב"ש אז אלע אידן זענען גנבים אדער שווינדלער. די פלאג וואס דאס האט געשאפן פאר אידן איז אומבאשרייבליך און איז צום פרייד שוין אינגאנצן אויסגעראטן. דאס זעלבע זאלן די אידן נעמען אין באטראכט אין באצוג צו זייערע "גוי'אישע" שכנים און קאלעגן.

די יו. ען. טוט שארף רופן פאר א אויפוואכונג צו נוצן אויפמערקזאמקייט צו די רעטאריק מיט וואס מען באנוצט זיך. און טוט אויפפאדערן יעדן קערפערשאפט צו אכטונג געבן אויף די רייד וואס מען נוצט, ארויסצונעמען דערפון יעדן סארט פיינטשאפט און ביגאטרי און דערנידערונג צו אנדערע מענטשן, פעלקער, ראסן און רעליגיעס, און שטרעבן צו א פאראייניגונג פון די פעלקער מיט שלום אהבה און אחדות.

א קאמיסיע וועט ווערן אויפגעשטעלט צו האלטן אן איבערזיכט איבער דעם מצב פון אנטי-גוי'איזם איבער די וועלט. און די פעלקער טוען רופן צו אלע אידישע ארגאניזאציעס און רבנים צו מיטארבעטן מיט די קאמיסיע און ארויסהעלפן די ארבעט, אריינגערעכנט צוצושטעלן רעקאמענדאציעס איבער וויאזוי צו רעדוצירן דעם פראבלעם.

עס איז דער האפענונג פון די מענטשהייט אז עס וועט קומען א צייט וואס דער גאנצער מענטשליכער מין וועט זיין פאראייניגט, אן קיין שנאה און מלחמות, און א שענערע תקופה וועט אויפשיינען פאר די וועלט, וואס וועט נאר ברענגען שפע און גוטס פאר יעדן צוגלייך.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר