זאג. די ווייסט נאר וואס די ווילסט?
פון אסור לשמש בשנת רעבון איז דיר נישט געשמאק צו רעדן. דיינע אמונות טפילות שמעקן דיר בעסער. כ'הער, און כ'פארשטיי. אבער וואס דרייסטו אריין דעם חובת הלבבות דא?
שמעקעדיג האט געשריבן:קיין וואונדער אז סאטמאר רב האט נישט גורס געווען דעם גאנצן ענין פון כוללים.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וויל איך דא פרעגן דער עולם. מ׳זאגט אז עס איז געפערליך, די געלט געיעג פשוט צו דעקן די חודש בארויבט יעדעם פון יעדער ברעקל פון ישוב הדעת, מ׳קען נישט דאווענען און מ׳קען נישט לערנן. לאמיר זען צו דאס איז טאקע אמת. די גבירים וואס דו קענסט, די באזעסענע מענטשן וואס פארדינען מער ווי זיי דארפן, זיי דאווענען עפעס בעסער, זיי לערנען עפעס מער ווי אנדערע? מיינסט טאקע אז טאמער די לעבן וואלט געווען ביליגער און מ׳וואלט זיך געלערנט א פאך געהעריג וואלט מען גענוצט די איבעריגע צייט אויף גוטע זאכען, אדער ח"ו פארקערט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט