חרדישע קאסטעדי קעיסעס אין די ענגלישע פעמילי קאורטס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

חרדישע קאסטעדי קעיסעס אין די ענגלישע פעמילי קאורטס

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

מיר וועקן זיך טעגליך אויף צו סטאריס אין די ניוז פעיפערס העדליינס איבער סעלעבריטי דיווארסעס. דיווארסעס צווישן סעלעבריטיס ציען זיך אריין אין מיליאנען אין קאסט און ווערן אויסגעקעמפט אין די געריכט הייזער ביי די בעסטע און די שענסטע וואס די פעמילי קאורט לאו דעוויזשען האט פארצושלאגן - לויערס וואס טשארדזשן £275 א שעה מינימום און בעריסטערס וואס פארדינען צווישן א מיליאן און א מיליאן אהאלבן פונט איאר. ווייניג אבער ווייסן אז די חרדים - יא די זעלבע וואס שרייען כלו לנו הכסף - נוצן די זעלבע געזעץ פירמעס און בעריסטערס וואס די רייכסטע רוסישע אויליגארכן, ענגלישע פרינצן און האליוואד סעלעבריטיס קענען זיך עפארדן. פרעגט זיך א קשיא נאר, פון וואו ערלויבן זיי זיך עס? ווער פינאנצירט דאס און ווער [נאך] פארדינט דערפון?

ממילא ווען מען רעדט פון רייכע אינדיווידועלס איז איין זאך אבער דא רעדט מען פון פלעינע פאמיליעס וואס ווערן געהאלפן פון עסקנים מיט מאכערס אונטערן שלייער פון ארגענאזאציעס מיט אזעלכע פאני נעמען ווי עזר ליולדות און ביקור חולים וואס שלעפן ווארשיינליך ארויס די געלטער מצד אחד פון אונזערע קעשענעס ביי כל מיני טיי אווענטס און קאמפיינס און מצד שני דורכן עמבעזלען די לאקאלע גאווערנעמענטס אונטערן אנשטעל פון אלע ערליי גרענטס כדי צו העלפן די "נויטבאדערפיגע". דאס אלעס איז נאך א האלבע צרה אבער די בושה וחרפה און חירופים וגידופים וואס זיי מאכן אונז אן אין די גויאישע ערכאות בשמנו איז דאך א וועלטס-געשריי. עס איז אזא עפידעמיק געווארן אז ווען איר גייט ארום אין די ענלישע קאורט הייזער וועט איר שטענדיג געפונען חסידישע אידן זייט ביי זייט מיט פעדזשאמעטע מוסלעמענער - געס וואט ביידע ארגומענטירן (קרעדיט קאך-לעפל) מער ווייניגער עלאנג די סעים ליינס: מיר ווילן לעבן אין א דעמאקראטיע אבער ס'זאל נישט אפלייען צו אונז.

אקארשט ווייס איך פון צוויי קעיסעס, איינס א גערע און א צווייטע א סאטמערע אוואו די חרדים אין סטעמפארד הילל פרובירן אוועקצוכאפן די קינדער פון זייערע טאטעס און זיי לאזן זיך צאלן הון תועפות מיט אזעלכע פירמעס און בעריסטערס וואו די פאלגנדע (אינטרעסאנט אז בשעת ווען די וועמען די חרדים קעמפן אנטקעגן נוצן ע"פ רוב אידישע און צומאל אפילו שומרי תורה ומצות ברויכן די חרדים אנקומען צו פאלנע גוים, איירישע און קאטאליקן, צו מאכן די פוינט אז נאר זיי זענען די עכטע אידן, ה"י צו די חילול השם):

https://www.1kbw.co.uk/barrister/deborah-eaton-qc/
https://1gc.com/barristers/profile/alison-ball-qc
https://36group.co.uk/members/je
http://www.qeb.co.uk/lucy-stone-qc-2/
https://www.4pb.com/barrister-profile/e ... h-coleman/
https://www.collyerbristow.com/
https://goodmanray.com/
https://www.gnlaw.co.uk/
https://www.4pb.com/barrister-profile/ruth-kirby/
https://www.bindmans.com/
https://www.familylaw.co.uk/news_and_co ... -barrister
https://www.4pb.com/barrister-profile/n ... -fairbank/

ezer.jpg


ליינט אביסל איבער די קעיסעס וואס פון די אויבנדערמאנטע האבן ליטיגעיטעד, צווישן זיי פרינצעסן דייענע.

די גרויסע וויץ איז אבער אז די אלע געלטער איז געווארפן אין מיסט אריין ווייל זיי כאפן מפלות איינס נאכאנאנדערס, פארוואס? ווייל די געזעץ איז נאך אלעם די געזעץ און ווי ביוראקראטיש ס'איז נאר איז עס נאך אלץ מיט מער חסדים ווי די קארופטירטע בתי דינים. איינע פון די קעיסעס ציט זיך שוין זעקס יאר (געדענק 9 מיליאן £ פאר איין באריסטער אליינס) און ס'האט זיי געהאלפן א מכה מיט א רעטעך.איינעם, זענען די קינדער ביים טאטן יעדער אנדער שבת, מיט א מינימום פון תנאים, האלב פון די ימים טובים און האלידעיס און דער אנדערער איז עבאוט צו געווינען פול קאסטעדי פון די קינדער, און א איבערטויש פון די קינדער ארויס פון די חרדישע מוסדות צו אידישע סקולס ווי זיי וועלן עקשולי לערנען עפעס.

מער דעטאלן וועט נאכפאלגן. ווער ס'האט נאך אינפא ווערט געבעטן מיטצוטיילן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר