קאממאן סענס (טאמעס פעין)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

קאממאן סענס (טאמעס פעין)

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מסיבות ידועות אצלי וויל איך שוין לאנג איבערטייטשען א טייל פון טאמעס פעינ'ס קאממאן סענס. יעצט ביניך נאכאמאל נתעורר געווארן ווען ידידינו החדש [tag]מי אני[/tag], האט ברוב בקיאותו צוגעברענגט אן אינטערעסאנטער חינוך.

קאממאן סענס איז געדרוקט געווארן בעילום שם אין 1776, און האט אריינגעברענגט אן אויסערגעווענליכער חיות אין די אמעריקאנער רעוואלוציע. לפי ערך די דעמאלטס'דיגער צאל אמעריקאנער, איז עס דער מערסט-פארשפרייטער בוך אין אמעריקאנער היסטאריע.

איבערגעזעצטע ארבעט, פון נאטור אויס, האט א נטי' צו ברעכען די ציין, ספעציעל ווען מען פרובירט זיך צו האלטן צום מקור. כ'האף אז ס'איז ליינבאר.

-----------

בכדי צו עררייכען א קלארע און ריכטיגע פארשטאנד איבער דער צורה און תכלית פון רעגירונג, לאמיר זיך פארשטעלען אז א קליינע צאל מענטשן האבן זיך באזעצט אין עפעס אן אפגעזונדערטער טייל פון די וועלט, אומפארבינדען מיט די איבריגע; זיי וועלן אויב אזוי פארשטעלען די ערשטע באפעלקערונג פון סיי וועלכע לאנד, אדער פון די וועלט.

אין דעם מצב פון נאטורליכע פרייהייט, וועט געזעלשאפט זיין זייער ערשטע מחשבה. א טויזנט מאטיווען וועט זיי אנרייצען דערצו; די שטארקייט פון איין מאן איז אזוי אומפארגלייכבאר צו זיינע רצונות, און זיין זעעל אזוי אומצוגעפאסט צו אייביגע איינזאמקייט, אז ער וועט באלד זיין פארפליכטעט צו זוכען הילף און פארלייכטערונג פון אן אנדערען, וועלכער פאר זיך דארף אויך דאס זעלביגע.

פיר אדער פינף פאראייניגט צוזאמען וועלן קענען אוועקשטעלען א טאלערירבארער וואוינונג אינמיטן א ווילדערניש, אבער איין מאן קען אפארבעטן מער ווי א געווענליכער לעבנסשפאן אן עפעס עררייכען; ווען ער האט שוין אפגעהאקט דעם בוים קען ער עס נישט אוועקפירען, און נישט עס אויפשטעלען נאך עס איז אוועקגעפירט געווארן; דערווייל וועט אים הונגער שטופען אויפצוגעבען זיין ארבעט, און יעדע אנדערע פארלאנג וועט אים רופען אין אן אנדערע וועג.

קרענק, ניין אפי' שלעכט-מזל, וועט מיינען טויט; וויבאלד, טראץ זיי ביידע זענען מעגליך נישט טויטליך, וועט אבער סיי וועלכע פון זיי אים אומפעהיג-מאכן פון לעבן, און אים רעדוצירען צו א מצב אין וואס עס קען ענדערש געזאגט ווערן אז ער גייט אויס ווי אז ער שטארבט.

דער הכרח, ווי א גראוויטאציע כח, וועט שנעל אויספארעמען אונזערע פרישע עמיגראנטען אין א געזעלשאפט, וועמענ'ס געגנזייטיגע ברכה וועט איבערשטייגען, און מאכן די פארפליכטונגען פון געזעץ און רעגירונג אומנויטיג ווילאנג זיי בלייבן מיט די גאנצע גערעכטיגקייט איינער מיט'ן אנדערען.

אבער אזויווי גארנישט אויסער דאס הימל איז ביישטאנדיג צו שלעכטס, וועט עס אומפארמיידלעך געשען אז אין די פארפארציע ווי זיי זענען איבערגעקומען די ערשטע שוועריגקייטן פון עמיגראציע, וואס האט זיי צוזאמענגעבינדען אין א געמיינזאמע ציל, וועלן זיי אנהייבען נאכצולאזען זייער פארפליכטונג און באהאפטענקייט איינער צום אנדערען: און אט דער נאכגעלאזטקייט וועט ארויסצייגען די נויטווענדיגקייט פון אוועקשטעלען א רעגירונג פון עפעס א סארט צוצושטעלען דער חסרון פון מאראלישע גוטס.

עפעס א פראקטישער בוים וועט זיי ערמעגליכען א שטאט'ס הויז, אונטער וועמענ'ס צווייגען די גאנצע קאלאניע קען זיך צוזאמענקומען אדורכצושמועסן פובליק אנגעלעגנהייטן. עס איז גאנץ מעגליך אז זייערע ערשטע געזעצן וועלן האבן דעם טיטול פון בלויז רעגולאציעס און אינפארסירט ווערן מיט קיין אנדערע שטראף ווי דער פובליק-אראפקוק.

אין אט דעם ערשטן פארלימענט וועט יעדער מאן מיט נאטורליכע רעכט האבן א זיץ.

אבער ווי די קאלאניע ווערט גרעסער, אזוי אויך וועלן די פובליק זארגן זיך פארגרעסערען, און די שטרעקע מיט וועלכע די מיטגלידער זענען מעגליך פאנאנדערגעשיידט, וועט עס מאכן צו אומפראקטיש אז אלע פון זיי זאלן זיך צוזאמענטרעפן ביי יעדע געלעגנהייט ווי פון אנפאנג, ווען זייערע נומערן זענען געווען קליין, זייערע וואוינונגען נאנט, און די פובליק זארגן ווייניג און קליינליך.

דאס וועט ארויסצייגען די באקוועמליכקייט פון מסכים זיין איבערצוגעבען די לעגאסלאטיווער טייל עס זאל געפירט ווערן דורך א געקליבענער צאל ארויסגעקליבען פון דעם גאנצן עולם, וועלכע דארפן צו האבן די זעלבע זארגן אויפן וואגשאל ווי די וועלכע האבן זיי באשטימט, און וועלכע וועלן זיך פירען אין דעם זעלבן אופן ווי דער גאנצער עולם וואלט זיך געפירט ווען זיי וואלטן דא געווען.

אויב די קאלאניע איז ממשיך זיך צו פארגרעסערן, וועט עס ווערן נויטיג צו פארגרעסערען די נומער פון רעפרעזענטאטן, און כדי אז מען זאל זיך אפגעבען מיט די אינטערעסע פון יעדע טייל פון די קאלאניע, וועט עס געפונען ווערן אז דאס בעסטע איז צו צוטיילען דאס גאנצע אין פראקטישע טיילן, יעדע טייל שיקענדיג איר פאסיגע צאל: און אז די ערוועלטע זאלן קיינמאל פארעמען אן אינטערעסע פאר זיך אפגעטיילט פון די וויילער, וועט פארזיכטיגקייט אנווייזען די ריכטיגקייט פון האבן אפטע וואלען: ווייל אזויווי די ערוועלטע וועלן דורכדעם זיך צוריקקערען און זיך אויסמישען נאכאמאל מיט דער כלליות'דיגער עולם פון וויילער אין עטליכע מאנאטן, וועט זייער געטריישאפט צום פובליק זיין פארזיכערט דורך די פארזיכטיגע איבערטראכטונג נישט צו מאכן א שטעקן פאר זיך אליין.

און ווי דער אפטער אויפטויש וועט אוועקשטעלען א געמיינזאמע אינטערעסע מיט יעדן טייל פון די געמיינדע, וועלן זיי געגנזייטיג און נאטורליך אונטערשטיצען איינער דעם אנדערען, און אויף דעם, (נישט אויף דעם מיינונג'סלאזע נאמען פון קעניג,) ווענדט זיך די שטארקייט פון רעגירונג, און דער גליק פון די רעגירטע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר