זכור! געדענק! מיר טארן נישט פארגעסן.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

זכור! געדענק! מיר טארן נישט פארגעסן.

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג מאי 03, 2019 12:55 pm

אין די דאזיגע טעג אין וועלכע מיר שטייען אצינד, צייכנט דער אלגעמיינער וועלט אפ, דאס געדענקעניש פונ'ם ביטערן חורבן אייראפע. ווען דער גרעסטער מערדער פון אלע גענעראציעס, האט אויפגעהויבן זיין בלוטיגן שווערד, און בייזוויליג פארטיליגט א גאנצער דריטל פונ'ם אויסדערוועלט פאלק. דער רשע דער מאנסטער האט נישט פארשוינט קיין יונגע טאטעס און מאמעס, ער האט נישט פארשוינט קיין קליינע פיצלעך קינדער וואס האבן נאך ניטאמאל געהאט די געלעגנהייט ארויסצוזאגן פון זייער אומבאציינטע מיילער דאס ווארט מאמע. ער האט נישט אפגעשוינט קיין גייסטרייכע תורה ריזן און בארימטע וויסנשאפטלער, ער האט נישט פארשוינט קיין מייסטערהאפטיגע שרייבער און דיכטער, יעדן באנאזאם האט דער רשע ברוטאליש ארויפגעלאדנט אויף די שמוציגע בהמה-וואגאנען, וועלכע האבן זיך געשלענגלט אויף די מייל-לאזע טויט רעלסן צו זייער ענדגילטיגע דעסטינאציע, צו די פארניכטונגס לאגערן וועלכע זענען געווען פארשפרייט איבער גאנץ מזרח-אייראפע. און דארטן אין יענע פינסטערע פארניכטונגס פאבריקן, אין די טויט זאנעס, זענען די אומצאליגע קדושים און מארטירער ברוטאליש פארגאזט געווארן צום טויט מיט א היליכיגער שמע ישראל אויף די לעפצן, און זייער קערפער זענען דערנאך פארוואנדלט געווארן צו אש אין די הייסע קרעמעטאריומס, און פון זייער פעטנס זענען פאבריצירט געווארן 'ריין אידישע פעטנס זייף' מיט וועלכע די גרויזאמע מערדער פון די קדושים האבן זיך באנוצט זיך צו וואשן זייערע טייוולאנישע גופים...

גאנצע 77 יאר זענען שוין פארביי זינט דעם גרעסטן קאטאסטראפע וואס האט נאר אמאל באטראפן דאס אידישן פאלק. פון די יארן וואס אייראפע האט געברענט אין א העליש פייער, אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער, און קיינער האט זיך פאר אונז נישט אנגענומען, ס'האט קיינעם נישט גארנישט געקימערט, דער ווייסער הויז איז געווען פארשטימט, דער בריטישער פארלאמענט איז געשלאפן, און דער וואטיקאן אין רוים האט זיך אפגעגעבן מיטן דאווענען פאר די נשמות פון די אומגעקומענע... און גאר נישט מער.

דער אויסטערלישער האס און ווייטאג צום פארשאלטן דייטשן פאלק וועלכע האבן דורכגעפירט דעם פארברעך איבער אלע פארברעכנס, הייבט ליידער אן עטוואס נאכצולאזן. די היינטיגע יונגווארג זענען צום באדויערן עטוואס גלייכגילטיג צו די געדענקענישן פונ'ם שרעקליכן חורבן. דאס איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס די געיאמערייען ביי 'אבינו מלכינו עשה למען באי באש ובמים על קידוש שמך' הערן זיך שוין נישט אין שול ווי אמאל, די הארצרייסענדע ווייטאגליכע קרעכצן ביי יזכור זענען שוין עטוואס פארשטילט געווארן, אין רעזולטאט ווערן מיר אלס מער און מער פאסיוו צום אנדענק פון די שוידערליכע געשעהענישן וועלכע האט באטראפן אונזערע עלטערן אין די נישט צו ווייטע פארגאנגנהייט. דאס הארץ טראפט בלוט, דאס געשריי פון די פארגאסענע בלוט פון די מיליאנען קדושים שרייען צו אונז פון דער ערד: קינדערלעך, פארגעסט נישט וואס מ'האט געטאן צו אונז...

מאנכעע פון אונז האלטן זיך אפ פון צו נעמען די קינדער אויף א באזוך אינעם האלאקאוסט מוזיאום אין וואשינגטאן, אדער אינ'ם ים ושם מוזיאום אין ירושלים. מ'האט מורא אז די קינדער וועלן נישט קענען איינשלאפן ביינאכט... דאס איז באשיינפערליך א דירעקטער פארראט אין די אנדענק פון די הייליגע קדושים. יעדע אפשטאמיגער פון די קדושים האט א הייליגע פליכט צו באזוכן די דאזיגע מוזיאמס אינאיינעם מיט די קינדער, און קענענ-לערנען פון די נאנט וואס די נאצישע מלאכי חבלה האבן געטאן פאר אונזערע זיידעס און באבעס, און לאזן הייסע טרערן אינ'ם אנדענקעניש זאל... מיר טארן קיינמאל נישט פארגעסן פון דעם שרעקליכער פארברעך וואס איז באגאנגען געווארן קעגן אונזער הייליג פאלק, און ווען די גאנצע וועלט האט געשוויגן מיט א הילכיגער שווייגעניש וואס האט זיך געהערט העכער ווי דער העכסטער געשריי...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג מאי 06, 2019 5:52 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום מאנטאג מאי 06, 2019 8:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אשכולות פארדרייער
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג מאי 06, 2019 7:40 pm

@סדרן, א דאנק פאר'ן קעיר נעמען.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2078 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 07, 2019 3:17 am

מען דארף עס נישט געדענקן כדי צו ווייזן מיט די הענט אויף אנדערע; כמיין וואס זענען די היינטיגע זייערע קינדער שולדיג? מען דארף עס געדענקען כדי ציוויסן וואס יא און וואס נישט צוטוהן כדי צו פארמיידן נאך איינע. און אויב שוין יא אזוי, קען מען שוין צוריקגיין צוויי טויזנט יאר צוריק און זיך מאכן אונזער אייגן חשבון הנפש, זכור וועמען האבען מיר געפייניגט און גערצחט ווען אונז האבען געהאט פאווער ווייל די אייראפעער קריסטן האבען אויך פאר הונדערטע יארן געשריגן, זכור וואס די אידן האבען געטוהן צו אונזערע זיידעס?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 07, 2019 3:36 am

און דרך אגב ווען וועסטו שוין אויפהערן לייגן א פול סטאפ אין דיינע קעפלעך? זיי געהערן נישט דארט.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג מאי 07, 2019 9:20 am

טאמבל סאס האט געשריבן:מען דארף עס נישט געדענקן כדי צו ווייזן מיט די הענט אויף אנדערע; כמיין וואס זענען די היינטיגע זייערע קינדער שולדיג? מען דארף עס געדענקען כדי ציוויסן וואס יא און וואס נישט צוטוהן כדי צו פארמיידן נאך איינע. און אויב שוין יא אזוי, קען מען שוין צוריקגיין צוויי טויזנט יאר צוריק און זיך מאכן אונזער אייגן חשבון הנפש, זכור וועמען האבען מיר געפייניגט און גערצחט ווען אונז האבען געהאט פאווער ווייל די אייראפעער קריסטן האבען אויך פאר הונדערטע יארן געשריגן, זכור וואס די אידן האבען געטוהן צו אונזערע זיידעס?


אויסדרוקליך נישט. דאס איז די געדענק-ווערסיע פון אונזער ציוניסטישע ברודער. לעולם לא עוד!
דער געדענק-ווערסיע פון אידן טראגט גאר אן אנדערער כאראקטער. א כאראקטער פון געדענקן און ארויסקוקן אויף די נקמה פונעם אלמעכטיגער ג-ט. פונעם קל קנא ונוקם.און די פארשאלטענע נאציס און די פעלקער וואס האבן בייזווילג געשוויגן ווען די פלייש פון אונזערע זיידעס און באבעס האבן זיך געגרילט אין די קראמאטאריומס.
ווי משה רבינו שרייבט אין די תורה הק': הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקֹּם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו. און ווי מיר בעטן אין די קינות און ביי די תפילה פון אבינו מלכינו: נקום לענינו נקמת דם עבדיך השפוך.

פארמיידן נאך א האלאקאוסט איז אייגענטליך אינגאנצן נישט אין אונזערע הענד, און מיטן געדענקן דאס האלאקאוסט פארמייד מען נישט אז עס זאל זיך נאכאמאל איבערשפילן....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 07, 2019 9:26 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:מען דארף עס געדענקען כדי ציוויסן וואס יא און וואס נישט צוטוהן כדי צו פארמיידן נאך איינע.

אויסדרוקליך נישט. דאס איז די געדענק-ווערסיע פון אונזער ציוניסטישע ברודער. לעולם לא עוד!
דער געדענק-ווערסיע פון אידן איז ארויסקוקן אויף די נקמה פונעם אלמעכטיגער ג-ט. פונעם קל קנא ונוקם.


ושבתם וראיתם בין צדיק לרשע, בין בני תרבות לבלוטדארשטיגע רוצחים...

דא האט איר די לשון פון איינס פון די גרעסטע ציונים בדורו (ער ברענגט אפילו נישט די שלש שבועות להלכה...): "לא נתאוו החכמים והנביאים ימות המשיח לא כדי שישלטו על כל העולם ולא כדי שירדו בעכו"ם... אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה ולא יהיה להם נוגש ומבטל. (רמב"ם הלכות מלכים)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מיטוואך מאי 08, 2019 10:27 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 07, 2019 9:56 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:מען דארף עס נישט געדענקן כדי צו ווייזן מיט די הענט אויף אנדערע; כמיין וואס זענען די היינטיגע זייערע קינדער שולדיג? מען דארף עס געדענקען כדי ציוויסן וואס יא און וואס נישט צוטוהן כדי צו פארמיידן נאך איינע. און אויב שוין יא אזוי, קען מען שוין צוריקגיין צוויי טויזנט יאר צוריק און זיך מאכן אונזער אייגן חשבון הנפש, זכור וועמען האבען מיר געפייניגט און גערצחט ווען אונז האבען געהאט פאווער ווייל די אייראפעער קריסטן האבען אויך פאר הונדערטע יארן געשריגן, זכור וואס די אידן האבען געטוהן צו אונזערע זיידעס?


אויסדרוקליך נישט. דאס איז די געדענק-ווערסיע פון אונזער ציוניסטישע ברודער. לעולם לא עוד!
דער געדענק-ווערסיע פון אידן טראגט גאר אן אנדערער כאראקטער. א כאראקטער פון געדענקן און ארויסקוקן אויף די נקמה פונעם אלמעכטיגער ג-ט. פונעם קל קנא ונוקם.און די פארשאלטענע נאציס און די פעלקער וואס האבן בייזווילג געשוויגן ווען די פלייש פון אונזערע זיידעס און באבעס האבן זיך געגרילט אין די קראמאטאריומס.
ווי משה רבינו שרייבט אין די תורה הק': הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקֹּם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו. און ווי מיר בעטן אין די קינות און ביי די תפילה פון אבינו מלכינו: נקום לענינו נקמת דם עבדיך השפוך.

פארמיידן נאך א האלאקאוסט איז אייגענטליך אינגאנצן נישט אין אונזערע הענד, און מיטן געדענקן דאס האלאקאוסט פארמייד מען נישט אז עס זאל זיך נאכאמאל איבערשפילן....

ערליכע און גוטע מענטשן קוקן ענדישער ארויס אויף די הצלחה וואס דער אלמעכטיגער ג-ט וועט געבן פאר אונז אויף ווייטער נאך האבן מקריב געווען אזא קרבן. די בעסטע נקמה איז אז מען קוקט נישט צוריק און מען איז מצליח. אז מען קוקט צוריק ברויך עס זיין נאר לשם בודק צו זיין די סיבות וואס האבן מעגליך צוגעברענגט צו אזאנס און סטרייבן זיי צו פארריכטן. יעצט ווען איך זאג סיבות, קענען זיין אזעלכע וואס אנדערע האבן געטוהן און אזעלכע וואס אונז האבן געטוהן. וואס אונז האבן געטוהן איז דאך זיכער בידינו און וואס אנדערע האבן געטוהן איז אויך בידינו אויף אזוי ווייט וויפיל מיר האבן אריינגעשפיהלט אין זייערע הענט. ווי למשל די נטירה און נקמה. וואס העסטו האבן פון נקמה? אפילו לאמיר שוין זאגן זיי וועלן אנערקענען אז דאס קומט פון גאט, וועלן זיי דאך אויך דערנאך שרייען צו גאט אויף נקמה און וחוזר חלילה? א ראיה, קוק דו אנערקענסט דאך אויך אז דאס איז געקומען אויף אונז פון גאט און יעצט שרייסטו נאכאלס אויף נקמה?!
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג מאי 07, 2019 10:04 am

אומשולדיג פארגאסן בלוט שרייט פאר נקמה. ווען א גרויזאמער מערדער וואלט ווען הרג'נען דיין טאטע אדער קינד, וואלסטו נישט איינגערוהט ביז יוסטיץ וואלט דורכגעפירט געווארן, וואלסט ווען נישט אגרומענטירט אז מ'דארף בלויז קוקן אופן צוקנופט. איי וואס האסטו דען אז דער מערדער איז אונטער גראטעס? ניין! אומשולדיג פארגאסן בלוט שרייט פאר נקמה!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 07, 2019 10:21 am

יא דער מערדער, אבער נישט דער מערדער'ס קינד. וואס ווילסטו פון די היינטיגע פעלקער פאר אן עבירה וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג מאי 07, 2019 10:26 am

טאמבל סאס האט געשריבן:יא דער מערדער, אבער נישט דער מערדער'ס קינד. וואס ווילסטו פון די היינטיגע פעלקער פאר אן עבירה וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן?


אז זיי האבן געמערדערט מיליאנען מענטשן צוליב דעם וואס זייער עלטערן זענען געווען אידן. זאלן קומען די היינטיגע דייטשע שרצים און באצאלן אויף דעם וואס זייערע עלטערן האבן געטאן.
דער האלאקאוסט איז פארברעך פון א פאלק קעגן א פאלק. נישט קיין אינווידואלע פארברעך פון געוועסן מענטשען. דאס דייטשער פאלק וועלכע האט אריינדערוועלט דעם דעספאט היטלער צו מאכט, דארף באצאלן א פרייז פאר זייער שאנדפולער אקט ביז צו די ענדע פון אלע גענעראציעס.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 07, 2019 10:34 am

איך ווייס נישט ווי אזוי דער אויבערשטער ארבעט, אויב לפי פוקד עוון אבות האבן זיי נאך עטליכע דורות און דאס אויך נאר אויב זיי זענען אוחז במעשיהם הרעים וואס איך מיין אז נישט.

אבער נאכדעם לאגיש גערעדט, Two wrongs doesn't make a right!
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט