אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע

שליחה דורך העניך »

חלילה, זיי מיר נישט חושד אז כ'בין אן אנטי-וואקסער. פארקערט, כ'בין קעגן דעם קאנספיראציאנעלן מהלך המחשבה וואס זאגט אז אלע מומחים אין מעדיצין, וויסנשאפט, וכו', זוכן אונז צו פארנארן. כ'גלייב אז וואקסינען זענען וויכטיג, און דאך, וויבאלד כ'בין נישט באהאוונט אין דער נושא, האב איך א פראגע.

וואקסינען האבן סייד-עפעקטס, אמת? טאקע גאר ווייטע חששות, אבער דאך עפעס. פארשטייט זיך אז איר שפרינגט גלייך אויף וויאזוי איך קען ארויפברענגען די סייד-עפעקטס ווען יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז מ'דארף רעכענען די סייד-עפעקטס קעגן די אלטערנאטיווע. נישט וואקסינירן האט פיל ערגערע סייד-עפעקטס, זאגט איר - און איר זענט גערעכט. ס'איז ווי איינער זאל טענה'ן אז מ'טאר נישט אריבערגיין די גאס ווייל עס זענען דא סייד-עפעקטס איינס אין א מיליאן אז מ'קען געשעדיגט ווערן.

ממילא, היות מיזעלס קען אומברענגען און שעדיגן מיליאנען, און די וואקסינען בלויז טויזנטער אדער הונדערטער, איז קלאר אז מ'דארף וואקסינירן.

דער אמת איז אבער אז מיזעלס שעדיגט בעיקר עלטערע מענטשן, גאר יונגע קינדער און קראנקע, און בעיקר אין דריטע וועלט לענדער וואו מ'קען נישט אזוי גוט היילן. איך וויל זען די ציפערן וויפיל פראצענט געזונטע קינדער, אין פארגעשריטענע מדינות, ווערן געשעדיגט פון מיזעלס, און דווקא אט דער ציפער וויל איך פארגלייכן צו די סיי-עפעקטס פון וואקסינען. וועלכע איז שעדליכער?

כ'נעם אן אז ווען מ'רעדט פון א געזונטן קינד זענען די סייד-עפעקטס פון מיזעלס און די סייד-עפעקטס פון די וואקסינען פארגלייכבאר. דער עולם איז מכובד צו לאזן הערן אויב ס'איז נישט אזוי. אויב אזוי איז די שאלה, פארוואס דארפן עלטערן פון א געזונט קינד וואקסינירן זייער קינד?

ווילסטו אוודאי קומען מכה זיין על קדקדי און שרייען אז די נקודה איז נישט דא וואס עס לוינט פאר אן אינדיווידועלן געזונטן מענטש, נאר מיר דארפן באשיצן אונזער געזעלשאפט. יעדער מענטש וואס באקומט מיזעלס, אפילו עס שעדיגט אים נישט אליין, ווערט א בור ברשות הרבים וועלכער קען אנשטעקן אנדערע, און טאקע אזעלכע וועלכע קענען אומקומען פון מיזעלס. ממילא האבן מיר א התחייבות כלפי די געזעלשאפט צו וואקסינירן אונזערע קינדער, אפילו אויב פאר דעם געזונטן קינד זעלבסט וואלט נישט אויסגעפעלט צו וואקסינירן. אין מעדיצין שפראך ווערט דאס גערופן "הערד אימוניטי".

וויל איך פארשטיין, איז טאקע דער ענין א הקרבה וואס יעדער דארף טון לטובת דער געזעלשאפט, אדער איז עס אויך קלאר בעסער פאר דעם געזונטן יחיד צו וואקסינירן? אויב איז עס נאר פאר דער געזעלשאפט, קען מען דען פארלאנגען פון יעדן קעירן פאר דער געזעלשאפט?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר