ה' אייר והמתעף.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

ה' אייר והמתעף.

שליחה דורך קאך_לעפל »

אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל, וואס האטט נאך נישט געהאט קיין איין טאג מנוחה זייט איר אויפקום.

עס וואלט ווען געווען כדי צו דעבאטירן, למשל:

פארוואס עס שטייט און די מגילות עצמאות בעזר צור ישראל? נישט בס''ד, אדער בערת ה', אד''ג,

אויך וואו אזוי די פרימע פארשטייער פון די אגודה און מזרחי, וואו איטשע מאיר לעווין, און פישמאן, האבן געקענט אונטער שרייבען א דאקימענט, וואו מדינות ישראל, איז זיך מחייב, אפציהיטען אלע "מקומות הק" יודישע, און להבדיל קאטוילישע, און מיסילמענישע, וואס איז בפירש קעגן די הלכה, ווייל און ארץ ישראל איז דא חיוב אויסצורייסן די ע''ז, און די קאטוילישע זענען לויט אלע פוסקים ע''ז ממש,

אויך וואו אזוי די מדינה האט דערטראנקען א שיף, פול מיט יודן, ווייל די שיף האט באלאנגט צו די לח''י, און די מדינה האט דאן געשטיצט די הגנה מיט די אצ''ל,

וואו אויך פארוואס האט דער הייילגער חזו''א געהייסן זאגן תחנון, ה' אייר אפי' עס איז געווען א ברית, וואס איז קעגן די הלכה,

וואו אויך פאר וואס די פרימע ציונים האבן אזאנס געשאלטן, ווען הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל, האט מפרסם געווען זיין בריוו "מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים"?

וואו אויך די רשעות פון מפקיר זיין אלע יודן וואס האבן געוואוינט און אלט שטאט ירושלים,

אד''ג

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.

דער אשכול פארמאגט 109 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר