זיך בייגן אדער לייגן! א היכי תמצא פון ביידע אינאיינעם

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

זיך בייגן אדער לייגן! א היכי תמצא פון ביידע אינאיינעם

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי ווי ס'פארן ארום אסאך מעשה'ס לעצטענס ווי אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות וואס איז אפילו מחוץ לדרך הטבע, און אלעס בזכותו של הצדיק ר' שייעלע, ווי נאר מ'האט צוגעזאגט צו שטיצן די הייליגע קעך דארט אין קערעסטיר אדער ווי נאר ס'דא עפעס א קיך אויפגעשטעלט לעילוי נשמתו ווי די הינגעריגע ווערן געזעטיגט פון די פיינע נארהאפטיגע מאלצייטן וואס ווערן פארטיילט, איז גלייך געקומען צופליען ישועות.

למעשה בין איך נישט קליין גלויביגער אין די אלע מעשה'ס אבער לעצטענס האב איך געהערט אזא שיינע מעשה וואס נאכן אויספארשן בין איך געקומען צו די מסקנא אז די מעשה קען יא זיין אמת.

והנה, בומי א מאן אין די פריע יארן נישט לאנג צוריק ארויס פון כולל און אריין געגאנגן ארבייטן אין די קאנסטראקשען ביזנעס און זיך ארויף געארבייט ביז צום זיין א טאפ מענעדזשער, אנפירענדיג ערענסטע דזשאב סייטס, ארום לויפענדיג יעדן טאג צו מערערע קאנסראקשען סייטס זיכער מאכן אז אלעס קלאפט און אלץ איז לעגאל אויסגעהאלטן.

איין שיינעם פרימארגן ווען בומי דרייט זיך אויף איינע פון די הויכע דעכער פון איינע פון די פולע ברוקלינער קאנסטראקשען סייטס באויבאכטענדיג די ארבייטער צו זעהן צו אלעס קלאפט און יעדער טוט זיין ארבייט. אין מיטן ווערט עם גוט פאר די אויגן, אומגעראכטענערהייט דערזעהט ער ווי נישט מער און נישט ווייניגער ווי אן אינספעקטארן איז דא און נישט סתם איינס נאר א הויכראנגיקע און נאך א פרוי דערצו, מילא מיט א מאן וואלט ער זיך ווען גרינגער אן עצה געגעבן, נאך אלעם קען ער רוב פון זיי, אבער די פרוי האט ער נאך קיינמאל פריער נישט אנגעטראפן.

און זי הייבט אן מיט איר ארבייט דרייט זיך אהער דרייט זיך אהין, כאפט בילדער, פרעגט קשיות, מאכט משוגע, פארוואס דאס אזוי און פארוואס יענץ אזוי, און הויבט אן דרייען מיט די קאפ צו אלע רוחות כאילו ווי צו זאגן אז זאכן טויגן נישט דא. און נעמט ארויס די ביכל פון טאש און הייבט אן שרייבן א גאנצע ליסטע מיט פראבלעמען און ווארענט בומי אז ס'דראעט א באלדיגע אפשטעל פון די ארבייט, און וואס דאס מיינט פאר אזא אינטערנעמונג אידאך איבעריג צן זאגן, צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין. פאר בומי ווערט פינסטער פאר די אויגן, וויפיל צייט און כוח און מוח מיט שווערע האראוואניע איז אריינגעגאנגן ביז ער האט זיך דערזעהן דא צו אזא הויכען אמט און יעצט וועלן זיינע בעלי בתים, נישט פון די גרינגסטע מענטשן, עם דערלאנגן קאלטס און ווארעמס פאר זיין נאכלעסיגקייט און קען נאך זיין אז ער וועט פארלירן זיין דזשאב.

בומי האט זיך אייביג געהאלטן פאר אן אויפגעקלערטער אינגערמאן, שטענדיג ביי קריה"ת שטייטסעך בין גברא לגברא איז ער פארנומען מיט פיליזאפישע קשיות, לאכט אפ פון אלע רבישע מעשה'לעך, ע"ז! האקט ער אייביג איבער די וואס דערציילען רבישע מופתים. האט ער אבער א נאענטע חבר יענקי, וואס מוטשעט עם אייביג ער זאל פארן צום ריבניצער'ס קבר. דארט קען מען ממש זעהן אותות ומופתים, ממש מיט א מחשבה'לה אהין צו גיין קען מען שוין דיפאזיטן דעם ישועה אזוי ווי ס'שטייט דארט והי' טרם יקרא ואני אענה. שוין מילא דו ווילסט נישט גיין קיין אומן ר"ה שפירסט שלעכט איבער צו לאזן ס'ווייב און קינדער פאר א וואך נו קען מען פארשטיין, אבער לאקאל קענסטו דאך גיין, און וואס קען שוין זיין העכסטענס איז עס נישט אמת האסט אבער פרובירט. בומי ווידעראום טענה'ט אז רובם ככולם פון די אלע רבישע מעשה'ס זענען סתם שקרים וכזבים, און מענטשן מאכן עס סתם אויף ווייל אזוי טויג זיי און אויב איז יא דא אמאל עפעס איז עס סתם אויפגעבלאזן אלף פעמים במילא איז בעסער אז מ'הייבט נישט אן און מ'שטאפט נישט אן דעם קאפ מיט שטותים און פאנטאזיעס, אזוי גייט אן א וויכוח מדי שבת בשבתו. יענקי איז שטענדיג פארנומען צו דערציילן אותות ומפתים, בומי האלט עם און איין איבערווייזן וואספארא שקרים וכזבים ס'איז.

אזוי שטייענדיג דארט אין די הייעך צוזאמען מיט די אינספעקטארן, זי איז פארנומען מיטן אפשרייבן גאנצעטע מגילות מיט כל מיני בוי פארלעצונגן, און בומי שטייט אזוי א פארטראכטער און דערמאנט זיך פון זיין חבר יענקי מיט אלע מיני ישועות פון נחמן בן פייגא, ר'שייעלע, דער ריבניצער, ראדישיץ, ענד אן. טראכט ער ביי זיך אזוי, אז יעצט איז די צייט זיך צו איבערצייגן צו ס'דא עפעס דערין צו נישט, אזוי ווי הרן אין אור כשדים. און ער טראכט ביי זיך וועלעכע פון די אלע מופתים מאכערס זענען יעצט אויף די מינוט די שטערקסטע, און דאס וועט ער אפירנעמען, האט ער אפיר געקראצט ר' שייעלע, ווייל דאס איז למעשה די לעיטעסט סטייל.

‏געזאגט און געטוהן ער זאגט צו א גאנצע קיא פאר א זבח השלמים פאר ר' שייעלע'ס קיך אין קערעסטיר, מיט נאך חי פעמים פלעשער משקה און געט א זאג ארויס שטייענדיג אין פארענט פון דעם אינספעקטארן ר' שייעלע אמר (די דריי ווערטער אין לשה"ק דייקא), אדער זיך בייגן אדער זיך לייגן! און קוקט דעם אינספעקטאר אין פנים און זעהט ווי זי קוקט ארויס אזוי זייטיג אבער מאכט זיך למעשה נישט וויסענדיג פון זיינע געמורמלערייען, און שרייבט ווייטער. בומי האט נאכאמאל איבער געזאגט דעם פזמון אבער דאס מאל אביסעל אויף א העכערע קול, אבער זי איז ווייטער ווי פריער קוקט אזוי זייטיג און ארבייט ווייטער אומגעשטערט. אבער בומי לאזט נישט נאך, פינקט ווי ביי קול נדרי גייט ער אויך העכער און העכער מיט זיין קול און איצטערט זאגט ער עס שוין ארויס הויעך אויפן קול, ר'שייעלע אמר אדער זיך בייגן אדער זיך לייגן!! און דא מיטאמאל געט זי א פלאץ אויס אין טיפע געלעכטער, און זאגט פאר בומי אויף אידיש אין אן אמעריקאנער אקצענט, גוט מ'האמער א געשעפט, איך בייג מיך און דו לייג דיך, און זי שטייט דארט און קוילערט זיך פאר געלעכטער און פרעגט עם נאך פארוואס מוז עס זיין אדער אדער מ'קען עס דאך מאכן צוזאמען אינישט אזוי אז דאפעלט איז שטערקער.

דער בומי שטייט דארט בלאס ווי דער וואנט נישט וויסענדיג וואס ס'האט עם אנגעטראפן דא, און זי שטייט קעגן איבער עם מאכט מיט די האנט און קוילערט זיך פאר געלעכטער, בומי שטייט דא אין ערענסטן קלעם וואס זאגט ער איר וואס מיינט דאס באמת, און דא פארשטייט זי נאך און רעדט א קלארן אידיש אויך, קיין שום הסברים גייט דא נישט זיין גענוג גוט אויסצוקלארן. טראכט ער צו זיך זאל ער נאך ניצן נאך אנדערע נעמען מיט לעילוי נשמת'ר ווער ווייסט אפשר פארשטייט זי דאס אויך?

די אינספעקטארן באמערקט ווי פארלוירן דער מיסטער בומי איז, הייבט זי עם אן צו בארואיגן אז זי איז אויך א איד און קומט פון א היימישע געגענט ווי אירע עלטערן זענען געווארן באטראכט ווי די שאבעס גויים און זי ווי די שיקסע און האבן געמוזט אוועק מופן צוליב די אינדענטיטי קריזיס וואס הערשט ביים היימישן עולם ווי אידישקייט מיט אידן זענען געווארן א "אינז" קעגן "זיי" און ס'הערשט ממש א פרישע טיילונג. הכלל אבער אזוי ווי זי איז אויפגעוואקסן אין א אידיש רעדענדיגע סביבה, און אויך געגאנגן אין היימישע שולעס איז אידיש איר צווייטע שפראך און אויך לשון הקודש/עברית אויך קען זי די גאנצע קאלטור ארום און ארום אלע שוואכקייטן און שטארקייטן פונעם היימישען ציבור.

זי האט עם אויך דערציילט ווי איר טאטע פלעגט אהיים קומען פון שול אינדערפרי נאך שחרית פלעגט ער אייביג דערציילן וועלעכע רבישע יארצייט ס'אויסגעפאלן יענעם טאג און וואספארא מעשה'ס און קרישקעלעך מ'האט ארום גערעדט באלד נאכן דאווענען ווען מ'האט איינגעטינקן דעם געלען ספאנדזש אין די ווייסע דורכזיכטיגע אלקעהאל.

און הערענדיג ווי בומי שרייט האלב לשון קודש און האלב אידיש האט זי גאנץ גוט פארשטאנען אז דער אידל סגולה'ט זיך דא ארום אויף איר חשבון, נאר זי האט נישט געוויסט וואס די סגולה איז פינקטלעך, ווייל ווען זי האט איבער געלאזט דעם היימישן געגענט שוין אסאך יארן פריער איז די סגולה געווען דעמאלטס נאר לוי יצחק בן שרה סאשע. האט זי עם געבעטן ער זאל זיך מסביר זיין די אפטייטש פון די סגולה, אבער שטייטסעך אז בומי האט זיך געזוכט ארויסצודרייען מיט אלע מיני דריידעלעך נאך דאס פעהלט עם אויס. און למעשה איז טאקע געלונגען פאר בומי צו פארדרייען דעם שמועס אבער איר האט זייער געפאלן דעם סגולה, און זי זאגט עם, אסאך סגולות קוקן מיר אויס מאדנע אבער די סגולה ברענגט כאטש פריינדשאפט. האבן מיר א דיעל מיסטער בומי? פירט זי אויס מיט סארקאזם! איך בייג מיך און דו לייג דיך און ס'וועט זיין א גרויסע ישועה...

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר