הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

שליחה דורך שיטה מקובצת »

עס זענען פארהאן אומצאליגע סארט שלעכטע מענטשן און רשעים, אבער די ערגסטע זענען די היפאקריטן. ווי די גמרא אין מס' סוטה זאגט "הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס." די צבועים, די היפאקריטן, נישט נאר וואס זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים, דורכגעווייקטע שלעכטע מענטשן, האבן זיי נאך דעם גאל צו ווייזן א פרומען פנים, און ווי די מדרש זאגט: ארויסשטעקן זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך און שרייען "אני טהור!".

עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן פון די כת יושבי חושך פון וועם ערליכע אידן ליידן ליידער זיך אן די לעצטע יאהרן. דאס זענען מענטשען וואס אמת איז בכלל נישט קיין ארטיקעל פאר זיי. עס אינטערסירט זיי נישט קיין פאקטען, און זיי ווילן נישט הערן דעם אמת. זיי ווילן זיצן אין דעם פינסטער און ווייטער שפינען זייערע דמיונות פון עהרליכקייט און פרומקייט, און ווילן זיך איינרעדן אז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן אנהאלטן זייער פאלטשן פארמאט פון אידישקייט.

מיר קענען אבער האבן א געוויסע מאס רעספעקט אפילו פאר א יושב חושך. א מענטש וואס האט אינוועסטירט זיין לעבן אין די אידעאלאגיע פון זיצן אין חשכות, און פירט זיך אזוי זיין גאנץ לעבן, איז כאטש א מענטש וואס לעבט מיט א פרינציפ, הגם א גאר פארדרייטע פרינציפ. אבער די היפאקריטן וואס פרעדיגן נאר חשכות אבער זיי אליין ווילן טועם זיין פון דעם אנדערן זייט – זיי זענען די ערגסטע. זיי זענען די חזרים מיט כשר'ע חזיר-פיסלעך, די צבועים וואס זענען עושים מעשי זמרי, אבער זענען מבקשים שכר כפנחס.

די רעדע דא איז איבער דעם וועבסייט וואס ווערט גערופן "אייוועלט", וואס האלט נישט אויס אז מיר דא אין קאווע שטיבל קענען עוסק זיין און תורה, יראת שמים און חכמה, אן זיין צוגעבינדען צו די פילאזאפיע פון חשכות. זיי קענען נישט זעהן אז זייערע איינרעדענישן פון דאמינאנץ איבער אידישקייט גייט צוגרונד. זיי קענען נישט צוקוקן ווי אזויפיל עהרליכע אידן דארשטן נאך עהרליכקייט, אמת'דיגקייט, אבער דווקא מיט אפענע אויגן, מיט א ווילן אנצוקומען צו אמת.

זיי קענען נישט צוקוקן אז עס איז שייך פארצושטעלן א פראבלעם אן דעם וואס דער תירוץ זאל אויטאמאטיש מוזן זיין פארגעשריבן דורך יושבי חושך, און עס זאל אפילו נישט קענען זיין קיין דעבאטע. זיי קענען נישט זעהן אז ערליכע אידן זענען דן בכובד ראש, זה בכה וזה בכה. ווי ערענסט מיר נעמען די צוקונפט פון אונזערע דורות, ווי שטארק מיר לעכעצן צו טרעפן לעזונגען צו פראבלעמען, און ווי מיר זענען אפען צו הערן יעדע דעה, ווי לאנג ס'איז נשרש אין מסורת היהדות.

דאס עסט זיי אויף די הארץ. זיי, די וואס האבן פארקויפט זיין נשמה צו שטן, די וואס וואס דינען דעם עגל פון חשכות, נעמען אויף זיך א מיסיע אראפצורייסן יעדער וואס איז אנדערש פון זיי, יעדער וואס וויל נישט זיין אזוי פארפינסטערט, און יעדער וואס נעמט נישט פאר זיך א בלענק היתר צו טרינקען דאס בלוט פון יעדער וואס גייט נישט אין שפאן. זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן דער פראבלעם פון צבועים. ער האט געזאגט אז די היפאקריטן רייסן אויס דעם דרך וואס א עהרליכער איד האט פאר זיך, ער נעמט אוועק די בחירה פון א עהרליכע איד זיך צו קענען פארעמען זיין וועג אין עבודת ה'. א עהרליכער איד האט פאר זיך א גרויסער יסוד, ווי דער פסוק זאגט אין תהילים "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים, ובדרך חטאים לא עמד, ובמושב לצים, לא ישב, כי אם בתורת ה' חפצו, ובתורתו יהגה יומם ולילה." דאס ווייזט פאר א פרומע איד ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי זיך אויסצוקלויבן א ריכטיגע חברותא, צו פארשטיין מיט וועמען זיך צו חבר'ן און מיט וועמען צו האבן א פארקער בעניני יהדות. ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין אז די נקיי הדעת שבירושלים האבן זיך נישט געזעצט ביי א טיש נאר ווען זיי האבן געוואוסט מיט וועמען זיי זעצן זיך, און אז זיי זענען עהרליכע אידן.

א צבוע, א היפאקריט, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, רייסט אויס די עצה ווי אזוי צו זיין אן עהרליכער איד. ער נארט אויס עהרליכע אידן וואס זוכן דווקא אנדערע עהרליכע אידן, און מיט זיין כשר חזיר פיסל נארט ער אריין אידן וואס ווערן נתפעל פון זיין פאלטשע פרומקייט. קומט אויס אז דער גאנצער יסוד וואס איז מאיר דעם עהרליכן איד'ס דרך, דאס וואס באלייכט זיין וועג מיט וועם צו שמועסן און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, ווערט אונטערגעריסן דורך דעם היפאקריט.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף אייוועלט, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."

און ווער רעדט דא? ווער איז דער היפאקריט און וואנדערט אויף סייט'ס וואס זיין חשכות זעלבסט אסר'ט עס? דאס איז דער זעלבער וועלכער זיצט אויף א סייט וואס איז געגרונדעט געווארן נועץ צו זיין צפרני חזיר בחומת ישראל. א סייט וואס איז געעפענט געווארן צו גיין בריש גלי ווידערשפעניגן אין הקב"ה, אראפווארפן פון זיך דעם עול פון איידעלקייט און צניעות, און רעדן די שמוציגסטע ניבול פה, וואס אפילו די מתוקנות שבאומות וואגן זיך דאס נישט.

דאס זענען די זעלבע וואס זיצן אויף א סייט וואס איז געוועהן די ערשטע אויף דעם ברייטען אינטערנעט צו עפענען די אויגן פון ערליכע אידן צו א וועלט פון די נידעריגסטע שמוץ וואס איז פארהאן, און אלעס אויף די אידישע שפראך, מיט חוצפה און גסות רוח וואס לאזט זיך גארנישט ארויסרעדן פון מויל.

דאס זענען די זעלבע וואס זענען געוועהן די ערשטע צו רעדן פון שמוציגע מאוויס, פון אברי האשה בפרטי פרטים, דורכטוהן ניבול'דיגע מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן, קאנפרענץ קאל'ס צווישן אנשים ונשים, שמוציגע וויצן, און דאס אלעס אפען! ווי א אומשולדיגע בחור אדער יונגערמאן קען אנקומען מיט איין בטעות'דיגע קוועטש אויף א קנעפל ר"ל.

אט די מנובלים, די היפאקריטן וואס האבן זיך אדער יא מוחל געוועהן די עבירות אדער נישט, די וואס פרעדיגן פאר אנדערע וואס צו טוהן אבער ווילן אליינס טוהן וואס זייער פינסטערע הארץ באגערט, זיי גייען אונז פארקויפן וואס דאס איז אויטענטישע אידישקייט, זיי גייען אונז ווייסן דעם אמת'ן פנים פון דת ישראל! די מענטשן וואס לעבן נאר פון אראפרייסן יעדער וואס גייט נישט נאך זייער שפאן, וואס ווייסן נאר מיטצוזינגען און מיטשטימען מיט די כאר פון חשכות, זיי גייען פארגלייזן די אויגן און ברעטשענען מיט קראקאדייל טרערן וועגן אידישקייט.

יא, זיי שטעקן ארויס זייערע כשר'ע חזיר פיסלעך, אבער געדענק די פייערדיגע דברי חז"ל: הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס! און "עושים מעשי זמרי" איז בכלל נישט גיין גוזמא!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 394 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט