זענען מיר טאקע אין א קאנסטעטוציאלע קריזיס?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

זענען מיר טאקע אין א קאנסטעטוציאלע קריזיס?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די געמיטער אין וואשינגטאן זענען גאר שטארק אנגעצויגן – דער עקזעקעטיווער פליגל פון די רעגירונג האט זיך פארמויערט אונטער א שטיינענעם מויער. דער פרעזידענט מיט זיינע מיניסטארן אנטזאגן זיך גענצליך צו קאאפארירן מיט די אויספארשונגען פונעם לעגיסלאַטאָרישער פליגל. זיי ווייזן קאטאגאריש צוריק יעדע איינלאדענונג פונעם רעפרעזאנטן הויז צו ערשיינען פאר זייערע קאמיטעטן, זיי אנטזאגן זיך אהערצושטעלן פאר די אויספארשונג קאמיטעטן דאקימענטן - וועלכע די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן פארלאנגן אין די מיליאנען. דער פרעזידענט מיט זיינע מיניסטארן דעקלערן: מיר האבן שוין געהאט גענוג פון די ליבעראַלען, און אויב מיר שטעלן נישט אראפ קיין פוס אז גענוג איז גענוג, וועלן זיך די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן קיינמאל נישט אויפהערן זיך איזדעקעווען איבערן פרעזידענט און זיינע מיניסטארן. די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן שרייען גיוואלד - זיי ארגומענטירן אז זייערע קאנסטיטוציאנאלע פליכט איז צו האלן איבערזיכט און אויסצופארשן דעם עקזעקעטיווער פליגל. און מיטן פארמויערונג פונעם עקסעקעטיווער פליגל שטערט דער פרעזידענט דעם רעפרעזאנטן הויז אויסצופירן זייערע פליכטן – דערפאר וויינען זיי מיט הייסע קראקעדיל טרערן אז אמעריקע געפונט זיך אין א קאנסטעטוציאלע קריזיס... ס'איז ווירקליך נישטא ווער ס'זאל לאכן, זיי האלטן דאס אמעריקאנער פאלק פאר גלייכע קעלבער...

לאמיר גיין פראוואליע...

1. די קאנסטעטוציע שטעלט אוועק גענוי ווי אזוי די רעגירונג זאל פונקציענירן. די רעגירונג איז איינגעטיילט אין דריי פליגלן. די עקזעקעטיוו, די לעגיסלאַטאָר, און די יוריסדיקציע. אלע דריי פליגלן פארמאגן זייער איינגארטיגע אויפגאבעס, און אזוי אינאיינעם פארמירן זיי די אמעריקאנער רעגירונג. די לעגיסלאַטאָרישער פליגל באשאפן די געזעצן, די עקזעקעטיווער פליגל אינפארסירט די געזעצן. דער עקזעקעטיווער פליגל האט נישט די מאכט צו באשאפן געזעצן, און די לעגיסלאַטאָרישער פליגל האט נישט די מאכט צו אינפארסירן געזעצן. און יוריסדיקציע פליגל האט די אויסשליסליכסטע מאכט צו דעצידירן צו א געזעץ וואס די לעגיסלאַטאָרישער פליגל האט געמאכט, אדער צו א אקט וואס דער עקזעקעטיווער פליגל איז באגאנגן, איז אין איינקלאנג מיט די קאנסטעטוציע צו נישט. אויב נישט קען דאס נישט ווערן געזעץ אין לאנד.
2. די לעגיסלאַטאָרישער פליגל איז פארפליכט צו איבערזיכטן איבער די עקזעקעטיווער פליגל. זיי האבן אבער נישט די לעגאלע מאכט צו אינפארסירן געזעץ. דאס הייסט אז אויב זיי ווילן אינפארסירן סיי וועלכע געזעץ אדער פּראָצעדור זענען זיי געצווינגן זיך ווענדן צום עקזעקעטיווער פליגל. סיידן אויב דער פרעזידענט זעלבסט באגייט א פארברעך אין אמט.
3. אין פאל ווען דער פרעזידענט באגייט א אויסערארענטליכער פארברעך אין אמט, אדער ווען דער פרעזידענט ווערט אריינגעוועלט אין אמט דורך שווינדל, האט די לעגיסלאַטאָרישער פליגל יא דאס געזעצליכער מאכט צו אינפארסירן געזעץ דורך א אומפיטשמענט פראצודער. דער נידעריגער הויז שפילט דאן די ראלע פון פּראָקוראָר און דער העכערע הויז שפיל די ראלע פון ריכטער.
4. דער פרעזידענט איז נישט פארפליכטעט צו פארעפענטליכן זיינע שטייערן און פערזענליכע פינאנץ. ער איז מיט דעם גארנישט אנדערש ווי יעדע אלגעמיינער אמעריקאנער בירגער וואס איז בארעכטיגט צו האלטן זיין פערזענליכע פינאנץ פריוואט.
5. איטליכער בירגער איז אומשולדיג אין די אויגן פון געזעץ, ביז ווי לאנג ער ווערט נישט דעקלערט שולדיג דורך די יוסטיץ אפטיילונג.

אצינד לאמיר זען אויב ס'הערשט טאקע א קאנסטעטוציאלע קריזיס.

מוללער אינאיינעם מיט זיין גרופע פון אכצן אגרעסיווע ליבעראַלע פּראָקוראָרן, זענען געקומען צום אויספיר אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום פארברעכן. די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן זענען אנגעבליך ביי די מיינוג אז דער פרעזידענט איז יא ווירקליך א געמיינע פארברעכער, אבער צו זייער ווייטאג פארמאגן זיי נישט קיין זאכליכע באווייזן דאס איבערצוצייגן. זיי פארלאנגען מיט פרעכהייט אז דער פרעזידענט זאל זיי גאר העלפן צו שאפן באווייזן אז ער איז ווירקליך א פארברעכער, און ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך האלט דער פרעזידענט נישט דערביי. פארוואס אין ג-ט'ס-ווילן זאל ער דאס טאן? נאכמער די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן פארלאנגן גאר אז די יוסטיץ אפטיילונג וואס איז אונטער די עקזעקעטיווער פליגל זאל זיי גאר צוהעלפן צו צווינגן דעם פרעזידענט אז ער זאל זיי צו שטעלן ווארע זיך זעלבסט צו באגראבן. דער יוסטיץ אפטיילונג האלט זיך אבער צי צום געזעץ וואס לויטעט דייטליך אז איטליכער איז אומשולדיג ביז ווי לאנג ער ווערט נישט דעקלערט שולדיג, און זיי אנטזאגן זיך צו העלפן באשולדיגען אן אומשולדיגער מאן בלויז ווייל די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן האבן א פראבלעם מיט אים. די זעלבע איז מיט די שטייערן און פינאנצן פונעם פרעזידענט – דער איינציגסטער אורזאך פארוואס די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן זענען אזוי אויסן צו לייגן זייער לאפעס אויף דעם, איז בלויז ווייל זיי האפן דארט צו טרעפן מיסברויכן. און פארוואס זאל זיי דער פרעזידענט דאס דערלאנגן?

די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן, פראבירן אומקאנסטעטוציאל זיך צו באנוצן מיט אנגעבליכע איבערזיכט, ארויס צו צווינגען דאקימענטן פונעם עקזעקעטיוו פליגל זיך צו קענען ווייטער איזדעקעווען אויפן פרעזידענט, און דער פרעזידענט אנטזאגט זיך זיי עס צו דערלאנגן, און מיט רעכט. דער לעגיסלאַטאָרישער פליגל האט די רעכט צו פארלאנגן און די עקזעקעטיוו פליגל האט די רעכט צו אנטזאגן. נאכמער ארגומענטירט אז אויב זיי האלטן אז ער איז באגאנגען פארברעכן זאלן זיי אנהייבן מיט די אומפיטשמענט פראצודערן. די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן זענען אצינד ווי הונט אן ציין – זיי קענען בלויז בילן, זיי האבן נישט די לעגאלע רעכט צו אינפארסירן געזעץ, און די יוסטיץ אפטיילונג אנטזאגט זיך צו איפארסירן זייערע פארלאנגן, ווייל אין זייערע אויגן איז דער פרעזידענט אומשולדיג. דאס גאנצע וואס די ליבעראַלע לעגיסלאַטאָרן קענען טאן איז צו וויינען קאנסטעטוציאלע קריזיס, אין זעלבע צייט וואס זיי זעלבסט זענען די גרעסטע טרעטער אויף די קאנסטעטוציע. אדער קענען זיי אויסשפילן הינער ספעקטאלן אינעם רעפרעזאנטן הויז.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר