
אבער פרנק-ריהל איז נישט נאר א מאדערנער פאנט וואס איז געמאכט געווארן דורך די סעקולערע ציונים, נאר דער ציל דערפון איז געווען אויפצוקומען מיט א נייעם פאנט וואס איז אנדערש ווי די טראדיציאנאלע אותיות פון ווילנא און לעמבערג וועלכע דערמאנען דעם גייסט פונעם בית המדרש!
איר פארשטייט מסתמא אז איך האב נישט קיין פראבלעם אז צייטונגען ווערן געדרוקט מיט א מאדערנעם פאנט. אבער עס גרילצט מיר יא אין די אויגן ווען איך זע מציבות פון רבי'ס וועלכע נוצן דעם פאנט. ס'איז פשוט נישט פאסיג אז די מציבה פון סקולענער רבי'ן ז"ל זאל זיין אויסגעקריצט מיט פרנק-ריהל. דאס זעלבע די מציבה פונעם ברך משה ז"ל -- ס'שטימט נישט. מ'האט געדארפט נוצן די זעלבע אותיות וואס מ'האט גענוצט ביים די פריערדיגע רבי'ס פון סאטמאר און סקולען.