די טלית האט נישט געארבייט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1668 מאל

די טלית האט נישט געארבייט

שליחה דורך חתם סופר »

נאך די באקאנטע דראמאטישע טלית דרשה ווען כ"ק אדמו"ר המהרי"י מסאטמאר שליט"א האט זיך איינגעוויקעלט אין א טלית'ל און געהאלטען איין קבלת שבת א הארצרייסענדע דרשה ביי די ארון קודש זאגענדיג אז די מצב פון די מוסדות אין סאטמאר בלומינגבורג טרעט אים צו די הארץ, האט מען אמת'דיג געהאפט אז עפעס וועט ווערן.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז בעלאני מאקעראני, געלט ווערט געזאמעלט פאר וויכטיגערע צוועקן ווי די אייגענע מוסדות, סטעידיאמס ווערן אנגעפילט פאר שטותים והבלים און די אייגענע מלמדים לאזט מען אויסגיין פאר הונגער.

ניטאמאל סטרייקן איז יעצט די אויסוואל נאך וואס די פאריגע סטרייק האט געהאלפן א מכה בדופן.

יעצט זענען די ארעמע מלמדים אין בלומינגבורג וואס מ'איז שוין שולדיג 16 וואכן ארויסגעקומען מיט א הארצרייסענדע וויי געשריי צו עלטערן אז אנשטאטס צאלן שכר לימוד זאל מען געבן די געלט גלייך פאר זיי אז זיי זאלן פשוט קענען שטעלן ברויט אויפן טיש פאר זייערע הונגעריגע קינדער.

:evil: :evil:

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר