גאט פון אברם -- אסיף תשע"ז

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

גאט פון אברם -- אסיף תשע"ז

שליחה דורך קאווע קריטיק »

אין די ערב יו"ט טעג האב איך באשטעלט אויף אמאזאן דער "אסיף", דער שיינער זשורנאל וואס איז ערשינען דורך ידידנו הבלתי נשכח [tag]אדנירם[/tag] בעתו ובזמנו, מיט'ן פלאן דורכצוליינען דעם אסיף דורכאויס די דריי טאג יו"ט און געניסן פון דעם חציו לה' פון זיין רייכן אינהאלט.

איש בשורה אנוכי היום אז כ'בין ב"ה נישט געווען אנטוישט. די פאר צענט וואס מר. בעזאס האט געלייזט אויף מיין קעפעלע האט זיך שוין איינמאל אויסגעצאלט. אסיף האט געברענגט צו מיין טיר סחורה פון העכסטן און שענסטן קאליבער מפרי עתם פון די בעסטע פעדערס וואס ק"ש פארמאגט.

כ'בין נישטא אויסן צו מבקר זיין אדער שרייבן רעצענזיעס אויף די הערליכע ארטיקלען וואס זענען ערשינען אין דער אסיף אויפלאגע צוליב א מאנגל אין צייט, ועוד חזון לאסיף. אבער אזויפיל קען איך עדות זאגן אז דאס איז ממש א כרכא דכולי' בי', גאלדענע ארטיקלען איינס ביי איינס, ביניהם "אידיש אין אמעריקע" פון [tag]ונבנתה העיר[/tag]; א הערליכע ביאגראפיע איבער דעם שטורעמישן לעבן און שאפן פון דעם אידישן שרייבער חיים גראדע פון [tag]גראדעמעכעלע[/tag] (ממש א וואונדערווערק); ספרדישע אידנטום אין אמעריקע פון [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]; פראיעקט מקום פון [tag]רויטע וואנצעס[/tag], א הארצרייסנדע קאפיטל געשיכטע פון [tag]הוגה[/tag], א פוליצער ארטיקל איבער שמחת החיים פון [tag]שמעקעדיג[/tag] ועוד ועוד, ממש א הערליכע זאמלונג פון ארטיקלען וואס ווער כמוני כמונכם האט עס נישט עספיעט צו ליינען בשעתו ובזמנו זאל נישט צעגערן און זיך איינהאנדלען א קאפיע און ער וועט קיין חרטה האבן.

הכלל, דער עיקר צו וועלכן איך וויל מיך באציען, ווי צווישן די בלעטער האב איך באגעגנט א פארשטיפט ארטיקל מיט'ן נאמען "גאט פון אברם" אפגעשריבן געווארן בשעתו דורך החכם [tag]אבטולמוס[/tag]. דער ארטיקל מאכט נישט קיין גערודער און פארנעמט א ווינקל פאר ארט. זיין גראפיקס איז בלאס און זיין פנים איז שעמעוודיג-רויט ווי צו זאגן וואס זוך איך צנצנת'ל פון מן וואס האט ניטאמאל געמאכט דעם קאווער זיך צו פארלירן ערגעץ אין א דיקן ביכל פון צוויי הונדערט בלעטער.

אבער איך ליין און ליין און הענט און פיס ציטערן מיר פון איבערראשונג און באגייסטערונג. דער קעפל אליין איז שוין געניאל און העכסט קריעטיוו, ווי א ווערטערשפיל אויף די באקאנטע געבעט אום מוצאי שבת פון הייליגן בארדיטשובער. די געשריבענע ווערטער טראגן מיך אריין אין א טראנס פון איבערראשונג צו אנטדעקן אזא גאלדענעם ליטערארישן שטיקל פון העכסטן ניווא, געפלאכטן מיט דראמא און שפייז-פאר'ן-מח, און געשריבן אין דיאמאנט-געשלייפטע פאראגראפן, דורך א פעדער וואס שפריצט גאלד נישט טינט.

אריינקומענדיג מוצאי יו"ט האב איך מיך ארויסגעלאזט שנעל א זוך טון א וואו איז "דער גאט פון אברם" אשכול איבערצוגעבן מיין באגייסטערונג ואיננו, דער בחור איז נישטא. ווייזט אויס אז דער מאמר איז תורה פון א הויכן היכל וואס לאו כל אדם זוכה...

ס'איז ווייטאגליך צו זען אז אזא הערליכע געשריבענע ווערק זאל בשעתו נישט באקומען די פארדינטע אנערקענונג, און דערפאר בין איך דא אצינד עטוואס צו ערגענצן דעם חלל.

כ'האב אויך אסאך שאלות אויף פשוט'ע פירוש המילות פון ווערטער נאך וואס דער ארטיקל נוצט א פילפארביג רייכן שפראך און נישט יעדעס ווארט ווייס איך זיין באדייט.

דער ארטיקל שליסט זיך אינמיטן דער געשיכטע מיט א צוזאג אז פארזעצונג קומט אי"ה. איך בין דא היינט צו עפענען א הארציגע פעטיציע אז דער צוזאג זאל פארפולקאמט ווערן.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר