מיינע זיכרונות פון ..."עמוועי"...עליהם ה'שנאבל...!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

מיינע זיכרונות פון ..."עמוועי"...עליהם ה'שנאבל...!

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2019 1:31 pm

לאור פון דעם ארטיקל אין די ..."מאמענטאל"... אפטיילונג אין מאמענט פון די פארגאנגענע וואך, פ' נשא תשע"ט לפ"ק וואו דער שרייבער בלי שם ברענגט א רעפארט איבער די מולטי-לעוול מארקעטינג קאמפעני , קרי שווינדל, הנקרא ..."ACN"... וואס זייערע אגענטן נאר'ן אריין נאאיווע מענטשן. הויפטזעכליך כולל יונגעלייט אז מ'קען מאכן א גרינגן און שנעללן דאללער. דורך ווערן א מעמבער אין זייער קאמפעני. האביך מיך דערמאנט פון מיין עקספיריענס מיט די פארשטארבענע מולטי-לעוול קא. הנקרא ..."עמוועי"...!

ווען כ'בין געווען א נארוואס אנגעקומענער אימיגראנט קיין ניו יארק אין יאר 1972, למספ. האביך מיך דערוואוסט (כ'געדענק שוין נישט וויאזוי) פון א ריזיגע קאמפעני וועלכע זאגן צו אז מ'קען ווערן אן עושר. נישט סתם אן עושר נאר גאר א גרויסער גביר. שנעלל און גרינג...!

דער מענטש וועלכער איז געווען גרייט מיך אריינצונעמען אין די חבריא קדישא האט געהאט אן אפיס אין מאנהעטן. ביניך ארויף צו איהם אין אפיס. און ער האט מיר מסביר געווען אז נאך באצאללן א קליינע און נישטיגע מטבע פון פופציג דאללער וועלל איך ווערן א פולשטענדיגער מעמבער. און איך וועלל האבן א רעכט צו פארקויפן זייערע פראדוקטן. וועלכע זענען בדרך כלל געווען מיט א 25% טייערער פון די זעלבע פראדוקטן אויפ'ן מארקעט. אויך. וועלל איך האבן א רעכט אריינצוברענגען נייע מעמבערס. און פון די פארדינסטן פון די נייע מעמבערס וועלל איך באקומען א געוויסן פראצענט. און אויך נאכ'ן באצאללן א נישטיגע מטבע פון $10 דאללער וועלל איך באקומען דעם גאנצן קעטעלאג. און פאר נאך $3.00 וועל איך האבן א רעכט פאר א סובסקריפשאן צו זייער מעגעזין...

איך בין געווען א נאאיווער יונגערמאן. האביך מיך געשפירט זייער שטארק גליקליך אז איך האב ענדליך זוכה געווען צו זיין א מעמבער אין א מולטי ביליאן דאללאר קאמפעני. (לפי דבריהם השקריים). ארויסגייענדיג האביך מיך אפגעשטעלט פאר א מינוט איבערצוליינען זייער ..."פיין פרינט"... שטייט דארט א סאך שטותים און שקרים. כמעט אלעס פארקערט פון וואס דער סעילסמאן האט מיר געזאגט. איינס פון די הויפט נקודות וואס זיי שרייבן דארט מיט די קליינע אותיות איז געווען א דיסקלעימער וואו די קאמפעני שרייט ארויס מיט די שטערקסטע לשונות אז דאס וואס איך פארקויף זייערע פראדוקטן מיינט בשום אופן נישט אז איך בין א מעמבער אין זייער קאמפעני. אדער אז זיי האבן גאר עפעס א שייכות מיט מיר. אויך. אז א יעדער שטות און שמאנצע פון זייערע סופלייס. פון וואס ס'איז דא בשפע וועט מיך קאסטן טבין ותקילין. אפילו א פענסיל אדער פעיפער קליפ...!

ווען איך בין געגאנגען צו מיינ'ס א קרוב און פרובירט צו פארקויפן זייער וואש פוידער האט מען מיך אויסגעלאכט און געזאגט אז אין גראסערי באקומט מען א סאך א בעסער'ן און ביליגער'ן פאודער. אזוי איז געווען מיט אלע אנדערע זייערע פראדוקטן וואס כ'האב פרובירט צו פארקויפן.

האביך פרובירט דעם צווייטן חלק פון זייער סקיעם. אריינצוברענגען נאך ..."סעילסמען"... האט מען מיך אנגעקוקט ווי איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. מ'האט מיך געפרעגט אויב איך בין אפשר געווען אין רוסלאנד אדער טשיינע מיין גאנץ לעבן. צי ווייס איך נישט אז די קאמפעני זענען די גרעסטע שווינדלערס...?!

שוין. האביך כאטש געוואלט א הנאה האבן פון ליינען זייער מעגעזין. און זעהן וויאזוי זייערע סעילסמענטשן (קאפלס) זענען געווארן רייך און גליקליך. אין איינס פון די פעידזשעס ברענגען זיי א סוקסעס סטארי פון א קאפל, קובאנער אימיגראנטן אין פלארידא וועלכע זענען אין א קורצע צייט געווארן גרויסע עשירים. אז זיי פארמאגן שוין 2 לוקסוריעזע אויטאס און א שיף. ס'איז נאר דא איין פראבלעים מיט די פיקטשער. אויף די טייערע קארס מערסעידעס און אאודי איז געווען אנגעשריבן אין ספאניש דער נאמען פון א קאר רענטל קאמפעני...!

ביז מיין ווייב האט מיך אנגעשריגן אז איך זאלל מיך ארויסלאזן פון די נארישע חלומות און גיין ארבעטן א געהעריגן דזשאב... האביך מיך ענדליך אויפגעוועקט פון די חלומות...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג יוני 18, 2019 4:48 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג יוני 16, 2019 2:05 pm

כלל גדול, אויב מ'דארף איינצאלן צו קענען האבן די זכי' צו פארקויפן די קאמפעני'ס (טייערע) סערוויסעס אדער (פארשטינקענע) שמאנצעס, דאן איז עס בדרך כלל א מאלטי לעוועל סקעם.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

Re: מיינע זיכרונות פון ..."עמוועי"...עליהם ה'שנאבל...!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 16, 2019 5:46 pm

זאל יעדער אויסשמועסן זיין מיסטעיקס, וועט דער יונגערע דור וויסען זיך צו היטען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 16, 2019 7:37 pm

די פראבלעם אלעמאל איז, אז דער וואס בריט זיך אפ, איז דער וואס מאכט די טומל, ACN איז א לעגיטימע קאמפאני, מיט פראדוקטן וואס יעדער נוצט, צוגענגליכע פרייזן, און וועם עס געפעלט נישט די mlm חלק, קען עס אויסלאזן, וכן עשיתי, איך שאף ביללס, בעיקר גרעסערע, און איך מאך א זייטיגע טויזנטער/פופצן הונדערט א חודש!! און יא, איך האב א פול טיים דזאב.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 16, 2019 8:18 pm

אזויווי אלע אנדערע מל''מ אלף נכנסין ואחד יוצא, אדון @אדונינו קאנסט דאַנקען גאט אז איר זענט איינס פון טויזנט!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1855
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2019 8:34 pm

קורקלענד: די פראבלעם איז אז די מענטשן מיט די שארפע צינגלעך פרובירן איינרעדן פאר א יעדן נאאיוון מענטש אז ער וועט זיין דער איינער פון טויזנט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 16, 2019 8:48 pm

קורקלענד האט געשריבן:אזויווי אלע אנדערע מל''מ אלף נכנסין ואחד יוצא, אדון @אדונינו קאנסט דאַנקען גאט אז איר זענט איינס פון טויזנט!

די אלף נכנסים זענען כולל אינגעלייט, וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, זיי ווילן אז יענער זאל ארבעטן פאר זיי, אבער כלל זה נקוט בידך: ווען מען ארבעט מאכט מען געלט (אונטער נארמאלע אומשטענדן) זיי וועלן נאך באלד טענה׳ן אז זיי האבן נישט די הוראה נאך צען יאר בטל׳ן אין כולל, וויבאלד עס איז א סקיעם אדער mlm, און קורקלענד וועט זיי דארפן בארואיגן אז נאר אחד יוצא להוראה...

לענינינו: עס איז געמאכט פאר א גוטע סעילסמאן, וואס האט נאך נישט קיין פול טיים דזאב, און גרייט צו ארבעטן יעצט אביסל שווערער, פאר א לאנג טערמין בענעפיט.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2019 9:46 pm

אדונינו: לו יצוייר אז ס'איז אזוי ווי דו זאגסט. אבער די קאמפעטישן איז זייער גרויס ביי די ענערדזשי פראוויידערס. אויך איז עס אומ-סטאביל. מ'קען זיך טרעפן היום כאן. און מחר ביי די באן...! איך ווייס...ווייל מיין זון. א יונגערמאן וואס מאכט שוין חתונה קינדער איז געווען אין די ליין. און די גאנצע קאמפעני איז געגאנגען שלאפן איין טאג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 16, 2019 9:57 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:אדונינו: לו יצוייר אז ס'איז אזוי ווי דו זאגסט. אבער די קאמפעטישן איז זייער גרויס ביי די ענערדזשי פראוויידערס. אויך איז עס אומ-סטאביל. מ'קען זיך טרעפן היום כאן. און מחר ביי די באן...! איך ווייס...ווייל מיין זון. א יונגערמאן וואס מאכט שוין חתונה קינדער איז געווען אין די ליין. און די גאנצע קאמפעני איז געגאנגען שלאפן איין טאג...!

אויב דיין קאמפאני לייגט זיך שלאפן, טרענספער אלע בילס צו דיין נייע קאמפאני, און קענסט נאך מאכן אפאר טויזנט אין באנוסעס.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 16, 2019 10:03 pm

אדונינו האט געשריבן:אבער כלל זה נקוט בידך: ווען מען ארבעט מאכט מען געלט (אונטער נארמאלע אומשטענדן)

מיר האבן געלערנט אז מ'ארבעט איז נישטא קיין צייט צו מאכן געלט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1855
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 16, 2019 11:13 pm

מעשה שהיה מיט א חבר מיינער. איינער האט פאררופען אן אסיפה אין בארא פארק צו מעלדן דער עולם וועגען א נייעם ענערדזשי טאראראם וואס מ'קען מאכען דערויף געלט.
מיין חבר איז צוגעגאנגען נאכ'ן דרשה און געזאגט אז עס שטימט נישט. יענער האט זיך פראבירט צו פארטיידיגען אבער מיין חבר האט זיך נישט געלאזט. צום סוף האט יענער געזאגט אז עס איז אמת אז עס שטימט נישט, אבער ער מוז צוריק זען זיין אינוועסטמענט.
מיין חבר איז נישט אין גאנצען אין שפאן מיט סאסייעטי, האט ער זיך אויפגעשטעלט אויף א בענקל בפני קהל ועדה און אויסגעשריגען, "רבותי! ער האט מיר יעצט מודה געווען! דאס איז א סקעם מרישא עד גמירא! לאזט'ס ענק נישט דערפון!"

דאס באשולדיגען כולל יונגעלייט אין א נארישקייט. זיי שטעלען זיך פאר אלס א גוטע ביזנעס פאר א כולל יונגערמאן, און ווען יענער פאלט אריין, איז די תירוץ, 'ביסט א כולל יונגערמאן, האלטסט נישט ביים ארבעטן'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 16, 2019 11:39 pm

100%!! קודם מאכן זיי א גאנצע פרעזענטאציע אז מ'קען מאכן געלט אן טוהן גארנישט! מ'דארף נישט ארבעטן! ס'קומט גרויסע גליקן. און נאך די האָנימאָן זאגן זיי דיר קאלטערהייט, האלטסט נישט ביים ארבעטן.... נו, אויף דעם האט מען דאך געשמועסט... מ'גייט מאכן געלט אן ארבעטן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1855
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2019 4:43 am

אדונינו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אדונינו: לו יצוייר אז ס'איז אזוי ווי דו זאגסט. אבער די קאמפעטישן איז זייער גרויס ביי די ענערדזשי פראוויידערס. אויך איז עס אומ-סטאביל. מ'קען זיך טרעפן היום כאן. און מחר ביי די באן...! איך ווייס...ווייל מיין זון. א יונגערמאן וואס מאכט שוין חתונה קינדער איז געווען אין די ליין. און די גאנצע קאמפעני איז געגאנגען שלאפן איין טאג...!

אויב דיין קאמפאני לייגט זיך שלאפן, טרענספער אלע בילס צו דיין נייע קאמפאני, און קענסט נאך מאכן אפאר טויזנט אין באנוסעס.

אדונינו: דו ביסט זייער שטארק אפטימיסטיש...(You see a silver lining in every cloud.)...די פראבלעם איז אז די אלע קאסטומערס קומען שוין פון דארט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט