נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

sorry for the delay

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:01 pm

מסע הקודש אין עיה"ב לאנדאן יצ"ו
דריטן טאג, דאנערשטאג פ' ויגש
באזוך אין די תלמוד תורה
דאנערשטאג אינדערפרי איז געווען באשטימט אלס דער זמן הביקור ביי די ילדי תשב"ר תלמידי התלמוד תורה דמוסדותינו הק'.
מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין תלמוד תורה אום 9:15, בעת ווען די תלמידים פון די גרעסערע כתות, האבן ווי יעדן טאג, עוסק געווען בלימוד התורה אלס הכנה לתפלה. דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן, און שטארק נהנה געווען פון דעם הילכיגן קול תורה. כדרכו האט דער רבי שליט"א פארהערט עטליכע תלמידים, און געשעפט הויפענס מיט נחת הערענדיג זייערע קלארע תשובות.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר עטליכע בחורים תלמידי התלמוד תורה, און דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען. ביתר שאת ועז ווי אלע טעג איז דאס דאווענען געווען מיט א פייער און התלהבות וואס האט אפגעדינערט אויף ווייט.
נאכ'ן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה די מנהלי התלמוד תורה, וועלכע האבן מקבל געווען עצה והדרכה אויף פארשידענע עניני חינוך אינערהאלב די תלמוד תורה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ארום אינעם בנין התלמוד תורה, און איז אריין אין די חדרים פון די יונגערע כתות וועלכע האבן זיך נישט באטייליגט ביים דאווענען. דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תלמידים און זייערע מלמדים.

קבלת פנים ודברות קודש לתשב"ר
אינצווישן האבן די תשב"ר זיך פארזאמעלט אין היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער תלמידים בליעה"ר, ביים מקבל פנים זיין פני כ"ק מרן רבינו שליט"א. דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד אין די מיטאג שטונדן, ווערנדיג ענטפאנגען מיטן קול הצאן פון די טייערע קינדער וואס האבן אונטערן אויפזוכט פון די חשוב'ע מלמדים, הארציג געזינגן פארשידענע ניגונים, ובפרט ניגוני התעוררות מעניני לימוד התורה, ווי והערב נא, והאר עינינו, כד יתבון ישראל און נאך. באזונדער האבן די תלמידים געזינגן די ספעציעל פארפאסטע חרוזים לכבוד המעמד.
דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים, און דאן משמיע געווען דברות קודש, ומן ההר אל העם זיך אראפגעלאזט צום שפראך פון די יונגע תלמידים. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט דברי מוסר והדרכה ענינים וואס איז ספעציעל נוגע פאר די תלמידים, פאלגן די עלטערן און מלמדים, דאווענען מיט א חסיד'ישן התלהבות, מאכן ברכות הויך אויפן קול, בענטשן דייקא פון אינעווייניג און זיך נישט שעמען צו נעמען א בענטשער, אכט געבן פון רעדן ליגענט און אזוי נאך ענינים. דאן האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תלמידים און מלמדים.
דאן האט דער רבי שליט"א געבענטשט "מטבעות" וואס מ'האט שפעטער פארטיילט פאר אלע תלמידים, און די קינדער האבן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.

באזוך אין נייעם היכל התורה
דער רבי שליט"א איז דאן אריבער צום נייעם "היכל התורה" הונטערן ביהמ"ד הגדול, וואס מ'האט דאן געהאלטן אין די לעצטע פאזעס עס צו פארענדיגן איידערן ערעפענונג במשך דעם באזוך פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א איז שטארק איבערראשט געווארן פון דעם הערליכן היכל וואס מ'האט מצליח געווען אהערצושטעלן, און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער אלע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה.

באזוך אין בית השחיטה-כדתיא
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי הגאון ר' יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ ורב דבית השחיטה פון "כדתיא". עס האט זיך געשאפן א שיינער שמועס, און מ'האט ארומגערעדט פארשידענע נושאים בעניני שחיטה והמסתעף, ובפרט איבער די בדיקה פון "צומת הגידין" און נאך. דער רב שליט"א האט איינגעלאדענט דעם רבי'ן שליט"א צו קומען באזוכן די שחיטה פון די שטאט.
גלייך דערנאך איז דער רבי שליט"א טאקע אריבער צום בית השחיטה אין באגלייטונג פון הג"ר יוסף פאדווא שליט"א ותלמידו העומד לימינו הרה"ג ר' גרשון שפיטצער שליט"א דומ"ץ וויזניץ. דער רבי שליט"א האט מיט אן עינא פקיחא זיך אומגעקוקט אויף דעם גאנצן מהלך פונעם בית השחיטה, און געפירט געשפרעכן מיט די שוחטים, בודקים ומשגיחים איבער אלע פרטים. דער רבי שליט"א האט שטארק הנאה געהאט פון דעם שיינעם סדר, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה אויפן פלאץ מיט די שוחטים, און יעדן געוואונטשן ברכות לרוב.

ביקורי רבנים ואדמורי"ם שליט"א
דאן האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די באזוכן ביי די רבני העיר. דער רבי שליט"א האט באזוכט ביי האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א מיט וועמען עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
שפעטער האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי הגאון ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחדות קהלות החרדים ובעל פותח שער, מיט וועמען דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער שחיטת עופות, און סיפורים פון די צדיקי בית זידיטשוב זי"ע.
דאן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ בעלזא מיט וועמען עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס איבער פארשידענע מנהגים און הנהגות בבית בעלזא, איבער חתונה-תקנות און נאך.
דאן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' יוסף טאבאק הי"ו פון בני ברק אבי החתן און הרה"ח ר' ליפא פוקס הי"ו פון לאנדאן אבי הכלה, וואו דער רבי שליט"א איז געווען מסדר קידושין.
דער רבי שליט"א איז צוריק צו די אכסניא, וואו עס איז געווען ספעציעל באשטימטע זמני כניסה פאר די נדיבים בעם און עסקנים הדגולים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם פראכטפולער היכל התורה, וועמען דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק
דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד בנש"ק ר' מרדכי זיסקינד לאנדא שליט"א מנהל מוסדות יטב לב בארה"ק, וואו עס איז פארגעקומען א פראכטפולער סעודת הילולת הרה"ק מ'שינאווע זי"ע און באנקעט לטובת די הייליגע מוסדות יטב לב אין ארה"ק, מיט דאס השתתפות פון קריאי מועד אנשי שם, נדיבים בעם וואס האבן זיך באשטייערט מיט ספעציעל גרויסע סכומים לטובת די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל.
ביים אנקומען איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט סיפורים פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע לרגל די הילולא וואס איז אויסגעפאלן יענעם אויפדערנאכט, ו' טבת.
א הערליכע דרשה איז געהערט געווארן פון הרה"ג ר' יחזקאל לאנדא שליט"א ראה"כ בירושלים זון פונעם בעל אכסניא, און דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער האט מאריך געווען בשבח פון די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל, איבער די מעלות פון צדקת רבי מאיר בעל הנס, וואס מרנן רבוה"ק זי"ע זענען אלע געווען אזוי שטארק מקושר דערצו, און אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר אלע פארזאמעלטע.
די נדיבים בעם זענען דאן עקסטער אריין בקודש פנימה, איבערצוגעבן זייערע נדבות לטובת די הייליגע מוסדות, און האבן אלע אונטערגעשריבן די שטרות, ערהאלטענדיג דערנאך חתימת יד קדשו פון רבי'ן שליט"א אויף די ספעציעלע שטרות, זיך אונטערצונעמען די שיינע נתינות.
נאך תפלת מעריב דארט אין שטוב, זענען אריין בקודש פנימה דער בעל אכסניא ר' מרדכי זיסקינד שליט"א און די בני המשפחה, מקבל צו זיין ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א.
אנקומענדיג צוריק צו די אכסניא כחצות הלילה, האט שוין אפגעווארט א ריזיגער ציבור וועלכע זענען אריין אין די ריי מקבל צו זיין מברכותיו הטהורים פון רבי'ן שליט"א בזמן שהצדיק בעיר.

פרייטאג ערש"ק ויגש, יום ג' מסע הקודש
ערש"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו.
נאכ'ן דאווענען זענען די הונדערטער אויסלענדישע געסט דורך נעמען שלום פון רבי'ן שליט"א. די געסט זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פריינטליכקייט דורך דעם ועד האש"ל, וועלכע האבן יעדן מסדר געווען על צד היותר טוב.

חנוכת היכל התורה החדש
אינצווישן איז דער נייער היכל התורה "היכל ישעי' זאב" אויסגעשטעלט געווארן צום גרויסארטיגן מעמד קביעות מזוזה ופתיחת שערי ההיכל. דער ציבור האט זיך געזעצט צו די טישן, און דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם היכל לפאר בראש המסובין.
מ'האט דערביי געהערט די התרגשות'דיגע דיבורים פונעם נדבן ההיכל הרבני הנגיד המפו' מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' בלאנדאן, וועלכע רהאט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום געהויבענעם זמן, ווען מ'האלט שוין אצינד ביים גמר הבני' פון דעם נייעם היכל וואס איז געבויט געווארן לשמו ולזכרו פון זיין אומפארגעסליכער פאטער דער פיליעריגער ראה"ק דקהלתינו הק' בלאנדאן, הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר ישעי' זאב לעוו ע"ה. ער האט דערביי דערציילט ווי שטארק דער רבי שליט"א האט אזוי משתוקק געווען אז מ'זאל אהערשטעלן דעם היכל, און דאס וואס איז ב"ה אהערגעשטעלט געווארן איז נאר אדאנק די שטארקע בקשה פון רבי'ן שליט"א אז מ'זאל דאס אהערשטעלן, ויראה צדיק פרי מעללו, ווען אצינד האט מען שוין די זכי' צו צייגן פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם נייעם היכל על תילה בנוי' בתפארתה.
אינצווישן האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די פאסיגע ווערטער פון דעם בארימטן מזכה את הרבים האורח הדגול הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א מנהל מפעל קביעת עתים לתורה בקרית יואל, וועלכער האט דערציילט ווי עטליכע יאר צוריק ביי זיינס א באזוך אין לאנדאן, איז נתייסד געווארן דער דארטיגער מפעל קביעת עתים לתורה, און דאן איז דער באגריף פון א היכל התורה אין די שטאט נאך געווען בגדר חלום... היינט איז א גרויסע שמחה אז מ'האלט שוין ביים פתרון החלום, ווען דער היכל איז אהערגעשטעלט געווארן אויף אזא הערליכן פארנעם, סאך שענער און ברייטער ווי מ'האט זיך געקענט פארשטעלן, ומבשרו אחזה האט ער מיטגעטיילט מיט זיין ערפארונג איבער דאס נחיצות פון ממנה זיין גבאים אויף מסדר צו זיין שיעורים, צוזאמשטעלן חברותא'ס און אזוי נאך, להגדיל תורה ולהאדירה.
דער ציבור האט דאן געזינגן ניגוני התעוררות, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן נדבן און פאר'ן גאנצן ציבור.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, שטעלענדיג זיך אויף דעם וואס מען זאגט יעדן טאג ביים דאווענען "כי הם חיינו" אז די תורה איז דער חיות פון א איד, זייענדיג מאריך איבער דעם חיוב פון קביעת עתים לתורה, וואס עס טאר נישט דורכגיין קיין טאג וואס מ'זאל נישט לערנען קיין תורה.
דער רבי שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט בשבח פון דעם נייעם מקום תורה וואס מ'איז אצינד מחנך, אויפן שטייגער פון די היכלי התורה פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט וואס איז לשם ולתפארת אומעטום, וואונטשענדיג אז דער דאזיגער נייער היכל זאל אויסשטייגן אויפן הערליכן פארנעם, ואחותינו את היו לאלפי רבבה. דערביי האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט פונעם גאנצן ציבור, אז יעדער איינער אן אויסנאם דארף זען צו האבן א קביעת מקום אין דעם היכל, צו קומען עוסק זיין בתורה יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, ווען גלייכצייטיג האט דער רבי שליט"א אויך איינגעלאדענט אלע תושבי העיר זיך קובע מקום צו זיין אין דעם נייעם היכל.
דער רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
אין די נאכפאלגענדע שעות איז דער היכל הערליך אויסגעשטעלט געווארן מיט טישן און בענק, און זונטאג אינדערפרי זענען די שערי ההיכל געעפענט געווארן לרוחה, באקומענדיג דעם אויסזען פון די וועלט-בארימטע היכלי התורה אומעטום, וואו עס איז ב"ה געהערט געווארן א הילכיגער קול תורה וואס האט יעדן מיטגעצויגן.

שבת קודש פרשת ויגש
א גאהר דערהויבענער און אומפארגעסליכער שב"ק איז פאראיבער אויף אלפי אנ"ש תושבי אייראפע און ארה"ק.

הכנה דרבה
פרייטאג איבערן טאג זענען אנגעגאנגען די ברענענדיגע הכנות, מסדר צו זיין אלע לעצט-מינוטיגע פרטים פון דעם געהויבענעם שבת, און די עסקנים האבן מצליח געווען אלעס אהערצושטעלן על צד היותר טוב.
דער ביהמ"ד הגדול איז אויסגעליידיגט געווארן פון טישן, און איבערן גאנצן ביהמ"ד און אלע צימערן ארום וואס זענען אריינגענומען געווארן אלס טייל פונעם ביהמ"ד, זענען געווען אויסגעלייגט בלויז בענק, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור.
אריינקומענדיג פרייטאג-צו-נאכטס אין ביהמ"ד, איז געווען א מחזה הוד זיך צו טרעפן מיט אזויפיל פילצאליגע אורחים מארבע פינות הארץ, וועלכע האבן אלע זיך געגרייט מיט אן ערענסטקייט צום געהויבענעם שבת. באזונדער האבן זיך אנגעזען די רבנים הגאונים רבני ודייני קהלתינו הק' שליט"א פון אייראפע און פון ארה"ק, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אלע מקומות, מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.

תפלות ליל שבת קודש
צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה מיט גרויס התעוררות. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכער האט פארגעדאווענט מיט גרויס נעימות.
נאכ'ן דאווענען האט געדויערט א לענגערע צייט ביז דער גאנצער ציבור האט געהאט די מעגליכקייט דורכצוגיין וואונטשן גוט שבת פאר'ן רבי'ן שליט"א, און די עסקנים האבן אראפגעלייגט א מוסטערהאפטע ארבעט, ביים זיכער מאכן אז יעדער האט די מעגליכקייט אנצוקומען, סיי דער ציבור אנ"ש און סיי די פילצאליגע תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געקומען לקבל פני הקודש ביום שבת קודש.

עריכת שולחן הטהור
קורץ נאכ'ן דאווענען האט זיך שוין אנגעהויבן דער מאסן-שטראם פון אלפי אנ"ש ותושבי העיר, וועלכע האבן זיך צוזאמגעשטופט אין דעם גיגאנטישן "יסודי התורה זאל" וואו דער רבי שליט"א האט מעריך געווען שולחנותיו במשך דעם גאנצן שבת. דער זאל איז אויסגעשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלעצער, אבער פארט איז דער זאל נישט געווען בכח צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור בליעה"ר, און בליץ שנעל איז דער גאנצער זאל איבערגעפולט געווארן עד אפס מקום, אזש פילע תושבי העיר האבן שוין פשוט נישט געהאט קיין פלאץ אריינצוקומען אין זאל.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש און גלייך אנגעהויבן שלום עליכם כנהוג. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח יואל טייטלבוים נ"י בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען, מיט "כל מקדש" הג"ר שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחדות קהלות החרדים און מיט "מנוחה ושמחה" הג"ר יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ בהתאחדות קהלות החרדים.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ובני דן חושים" און צוגעברענגט דעם מדרש, אז בתורתו של רבי מאיר איז געשטאנען "ובן דן חושים". דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט א לענגערן דרוש ופלפול אין די סוגיא פון "טעם כעיקר" און עס איז געווען אן עונג שבת מיטצוהאלטן דעם ריתחא דאורייתא ונעימות התורה וואס האט זיך געשאפן ביים ריזיגן ציבור, מיטהאלטענדיג דעם שלל פון רעיונות נפלאים.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הג"ר יוסף באב"ד שליט"א דומ"ץ בעלזא לאנדאן, מיט "ברכת המזון" הגה"צ אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הג"ר יחזקאל פריזל שליט"א דומ"ץ סקווירא, און מיט "אז ביום השביעי" הג"ר לייבל ווייס שליט"א ר"י מחזיקי לומדי תורה דבעלזא, ורב הכשרות דהעדה החרדית בארה"ק.
סיפורים ועובדות האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק משינאווא זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן פרייטאג פריער.
נאכ'ן טיש כחצות הלילה האט מען אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א, נאכ'ן מיטלעבן אזא ליכטיגן ליל שבת קודש.

יום שבת קודש

חברת תהלים
בצפרא דשבתא איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צו די חברת תהלים פון די תשב"ר וואס האבן, ווי אלע וואכן, געזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התרגשות. דער רבי שליט"א האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך מיט די תלמידים, און דאן האט דער מנהל חברת תהלים הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו ארויסגעברענגט פאר די תלמידים די געוואלדיגע זכי' וואס עס איז, אז דער רבי שליט"א געפונט זיך דא משפיע צו זיין ברכות לרוב.
דער רבי שליט"א האט דאן משמיע געווען קורצע ווערטער פאר די תלמידים, ארויסברענגענדיג דעם געוואלדיגן כח פון הבל פיהם של תשב"ר, ובפרט ביים זאגן תהלים וואס איז בכח מבטל צו זיין אלע גזירות. באזונדער האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבח פון די תלמידים וואס שטיען אויף שבת אינדערפרי און קומען זאגן תהלים, וואס האט א געוואלדיגן כח. דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די טייערע תלמידים.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם היכל, האט מען פארטיילט פאר די תלמידים מזונות וממתקים, צווישן זיי א ספעציעלער פעקל וואס איז פארטיילט געווארן דורך הרה"ח ר' אייזיק ווייס הי"ו מנהל חברת תהלים אין בני ברק, מיט א ספעציעלן אויפשריפט "א גרוס פון חברת תהילם בני ברק".

תפלות יום שב"ק
ביים דאווענען אין ביהמ"ד איז מכובד געווארן מיט "אמירת הברכות" הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דק"ק אהל משה וויען, און מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'. צו שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה מיט א געוואלדיגן התעוררות כדרכו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן, מיט "הוצאה והכנסה" הגאון רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט"א דומ"ץ במאנטשעסטער. מיט די פסוקי "שמע ישראל" איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק' באנטווערפן. דער "בעל קורא" איז געווען הרה"ג ר' יעקב שרייבער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' אין אנטווערפן.
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: "כהן" הרה"ג ר' שמעון קליינמאן שליט"א ר"מ בישיבת מבצר התורה דסאטמאר אין וויליאמסבורג איידעם פונעם נייעם רב הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א, "לוי" הגה"צ אב"ד דקהלתינו במאנסי שליט"א, "שלישי" הגה"צ אב"ד דקהלתינו במאנטשעסטער שליט"א, "רביעי" הגה"צ ראש הישיבה דישבתינו בבני ברק שליט"א, "חמישי" הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א זון פונעם לאנדאנער רב שליט"א. דער רבי שליט"א האט עולה געווען "שישי" און דערנאך געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לבנות הנולדים ביי הר"ר חיים טובי' ראזמאן הי"ו און ביי הר"ר דוד גלויבער הי"ו, ביידע מרביצי תורה אין די תלמוד תורה פון מוסדותינו הק'. "שביעי" החתן נ"י בן הר"ר חיים טאבאק הי"ו, "אחרון" הרבני הנגיד ר' אברהם וויעדער הי"ו ראה"ק דק"ק קרית יואל, און "מפטיר" הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק. "הגבה" הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', און "גלילה" הרה"ג ר' יוסף ווייס שליט"א זון פונעם לאנדאנער רב שליט"א.
מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בירושלים שליט"א. מיט "פתיחה" ביי אנעים זמירות איז מכובד געווארן הרבני הנכבד מוה"ר צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב-בית שמש.
די סעודה פון שבת בייטאג האט דער רבי שליט"א געגעסן בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק ונדבן היכל התורה החדש, וואו עס האבן מיטגעהאלטן די בני המשפחה. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגן "חי ה'" כדרכו. מיט "ברוך ה' יום יום" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם איידעם פונעם בעל אכסניא מוה"ר משה שרייבער הי"ו, מיט "ברוך קל עליון" זיין אייניקל מוה"ר יצחק שארף הי"ו, און מיטן בענטשן דעם בעל אכסניא ר' אשר זעליג הי"ו.

רעווא דרעווין
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "יסודי התורה" צו מנחה ושלש סעודות. דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאנן הי"ו פון אנטווערפן, און דער "בעל קורא" הרה"ח ר' אברהם גאטעסמאן הי"ו. מיט "הוצאה והכנסה" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל הורוויץ שליט"א מנה"ר בית רחל מאנטשעסטער, בן הגה"צ רב דקהלתינו הק' במאנטשעסטער שליט"א. "כהן" הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א פון וויען, "לוי" הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען און "שלישי" הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין אנטווערפן. מיט "גלילה" הרבני הנכבד ר' אייזיק ווייס הי"ו פון בני ברק.
דאן איז געפראוועט געווארן דער געהויבענער שלש סעודות, וואס איז געווען מלא רגש והתעוררות, ובפרט ביי "קבלת עול מלכות שמים" וואס האט אפגעדינערט אויף ווייט אוועק. מיט "אודה" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנכבד המפו' ר' אלי'ש ענגלענדער הי"ו, און מיט "שיר המעלות" הרה"ח הישיש ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ועתה אל תעצבו" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר מיט גאר שטארקע דברי הדרכה בעניני אמונה. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען איבער די עבודה פון יוסף הצדיק, וועלכער האט זיבצן יאר געלעבט אין מצרים איינער אליינס, וואס נאר מיט אמונה פשוטה, גלייבנדיג אז כל מה דעבד רחמנא לטב עבד, און ווי ער האט קיינמאל נישט געפרעגט קיין קשיות אויף די הנהגת הבורא האט ער דורכגעלעבט די אלע שווערע זמנים, און דאס זעלבע איז געווען מיט אברהם אבינו און נאך. אזוי האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט גרויס ברען איבער עניני אמונה פשוטה, וואס האט יעדן איינעם שטארק מעורר געווען.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו און מיט "קל מסתתר" הרה"ח הנגיד ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק. דער רבי שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות.
ביי מעריב איז געווען דער בעל תפלה הרה"ח ר' שמואל חיים פריינד הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן "א גוטע וואך" פאר'ן גאנצן ציבור צוזאמען.

מוצאי שבת קודש

כתיבת האותיות
נאך דעם געהויבענעם שבת פון וואס דער ציבור האט אזוי שווער זיך געקענט שיידן, האט נאכגעפאלגט גאר א געהויבענעם מעמד, דער מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך די חשוב'ע מתפללי ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק', און איז ארויסגעפירט געווארן פון שטוב פון הרבני הנכבד ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק.
גלייך נאך הבדלה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שטוב פון ר' משה ארי', וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רבי שליט"א איז פון דארט אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' שליט"א בלאנדאן, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה והלכה. דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צו די אכסניא, וואו די אויסלענדישע געסט האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.

הכנסת ספר תורה
אינצווישן איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, און איז געפירט געווארן אונטער די הערליך-באצירטע חופה, אויפן וועג צום זאל פון "יסודי התורה" וואו מען האט געפראוועט די ריקודין של שמחה מיט די נייע ספר תורה. אויפן גאנצן וועג, און דערנאך אין זאל איז די ספר תורה איבערגענומען געווארן דורך די נכבדי העדה, ובפרט די רבני קהלתינו הקדושות שליט"א וועלכע האבן געטאנצן מיט די הייליגע תורה מיט גרויס התרגשות.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל, און גלייך נאכ'ן איבערנעמען די ספר תורה, האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נפלאים, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, בעת ווען דער טאנצט און שפרונגט, ווערנדיג פארוואנדעלט אלס א מעין שמחת תורה, וינועו אמות הסיפים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט "לדוד מזמור" מיטן ימים נוראים'דיגן נוסח.

כינוס כללי עדת חסידי סאטמאר באייראפע
אינצווישן איז דער זאל אויסגעשטעלט געווארן מיט טויזנטער בענקלעך, פאר'ן גאנצן ציבור, גרייט צום גרויסן מעמד "כינוס כללי" פון עדת חסידי סאטמאר באייראפע, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מפאר געווען בראש, ולידו הרבנים הגאונים וצדיקים שליט"א רבני ודייני קהלתינו הק' אומעטום.
מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות א לענגערע צייט, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים לרגל דעם סיום כתיבת ספר תורה.
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע גועוען דברות קודש, און ארומגערעדט הערליכע דברי תורה, ובפרט האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם התמנות פון דעם נייעם רב אויף די קהלה, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א וואס ביי דעם מעמד האט געזאלט זיין דער מעמד ההכתרה, ומעת ה' האט זיך אזוי געפירט אז דער נייער רב שליט"א האט נישט געקענט קומען מיטהאלטן, האט דער רבי שליט"א אים געוואונטשן ברכות לרוב. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט פון דעם ענין וואס "אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא" און יעדער מנהיג העדה איז א שליח פון משה רבינו, וואס דער כח המשלח האט א געוואלדיגן כח. דערמיט האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבח פון דעם נייעם רב שליט"א וואס איז ראוי לאותו איצטלא, זייענדיג באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע מעלות, א גדול בתורה ויראה, וראוי ויאות מוכתר צו ווערן מיטן כתר הרבנות פון די קהלה.
בין הדברים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברי חיזוק והדרכה אויף כמה ענינים, בענין קביעת עתים לתורה, וואס יעדער איינער מוז האבן א קביעות'דיגע צייט צו לערנען תורה, ביי א שיעור ברבים אדער מיט א חברותא, ובפרט צו זיין אנגעשלאסן אין די חבורות הלימוד דקהלתינו הק'; בעני תפלה, צו דאווענען ווי א חסידישער איד, מיט אן ערענסטקייט פון אנהייב ביז צום סוף ברציפות אן צו שמועסן אינמיטן וואס דאס איז דער בעסטער וועג-ווייזער פאר די קינדער; בעניני כלי הטעכנעלאגיע, ווי שטארק מען דארף זיך מרחק זיין פון די אלע כלים טמאים, קליינע און גרויסע וואס מאכט ליידער אן אזעלכע שרעקליכע חורבנות סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען, ווי חסיד'ישע אינגעלייט ווי אויך נשים חשובות זענען ליידער גענצליך אפגעקילט געווארן דורך די אלע כלים טמאים.
באזונדער האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בעניני חינוך, צו זען מחשיב צו זיין ביי די קינדער, די מלמדים ביי וועמען זיי לערנען און נישט זיי אוועקצומאכן ח"ו, ווי אויך צו שטיין כסדר בקשר מיטן מלמד, איבערצושמועסן די הצלחה פונעם קינד, ובפרט ממשיך צו זיין דעם מנהג פון געבן "ראש חודש געלט" און שטיצן די מלמדים אין אנדערע זמנים, וואס איז א סגולה בדוקה ומנוסה פאר די הצלחה פון די תלמידים.
א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער צניעות ביי מלבושי נשים, ווי מען דארף שטיין על המשמר, נישט נאכצוגיין די אלע היינטיגע מאדעס פון פארשידענע קליידער וואס כאפט זיך אריין דורך די נידריגע גיום, און איז דער היפך פון צניעות, ובפרט די לאנגע צולאזטע שייטלען און נאך. אויך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער רעדן אידיש צווישן זיך און נאך ענינים הצריכים חיזוק.
ביי דער געלעגענהייט האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען דעם נייעם רב שליט"א און די געטרייע חברי הנהלת הקהלה והמוסדות פון לאנדאן און פון אנדערע מקומות, וועלכע זענען עומדים על משמרתם בקודש, און עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם זיי מחזק צו זיין מיט וואס נאר מעגליך.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
גלייך נאך די דברות קודש האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות.



≈♦≈
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:18 pm

מוש"ק פרשת ויצא
אום מוצש"ק פ' ויצא העעל"ט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין בארא פארק, מפאר צו זיין בראש ביים צענטראלן דינער לטובת מוסדותינו הק' אין די שטאט. דערביי האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און ארומגערעדט איבער התלהבות של מצוה, און בשבח המוסדות. דערנאך האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדיבים בעם, להתברך בכל מילי דמיטב.
אין בארא פארק האט דער רבי שליט"א אויך מפאר געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית טארניפאל בריזדאוויץ, החתן בן הגה"צ אבדק"ק טארניפאל שליט"א מיט הכלה בת האדמו"ר מבריזדאוויץ שליט"א וועלכעס איז פאהרגעקומען אין ביהמ"ד טארנאפאל, און ביי די שבע ברכות בבית אמרי אברהם-סקאליע, החתן זון הגה"צ אבדק"ק אמרי אברהם שליט"א נכד מרן הגה"ק העצי חיים זי"ע, בן הר"ר אברהם פריעדמאן שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג הרב דוב בעריש ראבינאוויטש שליט"א מסקאליע.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די דירה פון נכדו הרה"ג ר' מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וואו דער רבי האט קובע געווען מזוזות אויף די טיר, און געפראוועט א מסיבת לחיים.

זונטאג וישלח
צומארגענס זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר שמחה שווארטץ הי"ו, מוה"ר שלמה שבתי פישער הי"ו, און הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח הישיש ר' עקיבא צבי גאנז שליט"א מנחם אבל צו זיין ע"פ אחותו ע"ה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון בית רחל פאראדייס, מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הר"ר חיים ווייס שליט"א אבי החתן און מוה"ר אברהם שמואל לעבאוויטש הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר חיים מנחם לאקס הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר וואלף בר"מ לאנדא הי"ו אבי הכלה.
בקודש פנימה איז אפגעראכטן געווארן דער חאלאקע פון בן מוה"ר ברוך ישעי' פריעדמאן הי"ו.

מאנטאג וישלח
אום מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין היכל הישיבה גדולה סניף דברי יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן הר"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו פון וויליאמסבורג.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כנור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר שמואל דייטש הי"ו אבי החתן פון וויליאמסבורג און הרה"ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א מרבני מבצר הכוללים פון קרית יואל, און ביים זאל פון "בית רחל פאראדייס" ביי די חופה צווישן המחותנים הר"ר יודל ביקל שליט"א אבי החתן און מוה"ר פנחס ברא"ל בראך הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יעקב חיים הכהן פאללאק הי"ו אבי החתן און מוה"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו אבי הכלה.
אין אווענט זענען ביים רבי'ן שליט"א אפגעראכטן געווארן די חאלאקעס פון בני: מוה"ר אלי יצחק ראזענבערג הי"ו, הרה"ג ר' אברהם שמחה גאטליעב שליט"א ר"מ בישיבה גדולה קרית יואל, און מוה"ר יואל ברש"י גאלדבערגער הי"ו פון בארא פארק.

דינסטאג וישלח
דינסטאג פאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר פישל סופר הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר מרם יצחק וויינשטאק הי"ו פון קרית יואל און מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט דעם וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה דקהלתינו הק', און דערנאך אריבער צום "מצה בעקערי" וואו מען באקט שוין די מצוה לקראת חג הפסח הבעל"ט. דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט און דערנאך מפריש געווען חלה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אין וויליאמסבורג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי די משפחה פון הגה"צ אבדק"ק קאפיש זצ"ל. שפעטער איז געווען קבלת קהל, און צווישן אנדערן האבן באזוכט ביים רבי'ן שליט"א הרה"ג ר' יוסף אונגאר שליט"א בן האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, המחותנים הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליטא דומ"ץ סאון-פאלא, בראזיל און הרה"ג ר' מנחם שמואל טייטלבוים שליט"א חבר הבד"ץ טארטיקוב לרגל נישואי צאצאיהם, און הרה"ג ר' יצחק צבי סופר שליט"א לרגל נישואי בנו. אויך איז בקודש פנימה אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה דורך די חברי הנהלת קרן מלמדים.
פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן קיין בארא פארק צו באשיינען די שמחת הנישואין פון נכד מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, החתן בן הרה"ג ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דקהלתינו הק' בב"פ שליט"א. דער רבי שליט"א האט געוואונטשן מזל טוב פאר'ן חתן און מחותנים און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים, און באזונדער אין א ידידות'דיגן טאנץ מיטן באבובער רבי'ן שליט"א.

מיטוואך וישלח
דעם פאלגענדן מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון צווייטן זון פון די בני התאומים פון מוה"ר פישל סופר הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. אויך צום שמחת הברית פון מוה"ר יואל גאלדבערגער הי"ו פון מאנטרעאל.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן הר"ר ליפא גרויס שליט"א פון וויליאמסבורג.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, צו באשיינען די שמחת החתונה פון נכד אחיו הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א רב דביהמ"ד 15טע עוו. החתן בן לבנו הר"ר אהרן שליט"א עב"ג הכלה בת הגה"צ אבד"ק וואלקאן שליט"א פון וויליאמסבורג. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום קבלת פנים, און מיטגעהאלטן די חרוזים פונעם בדחנא דמלכה מוה"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו. דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און מסדר געווען די כתובה. ביי די חופה פארענט פונעם זאל איז דער רבי שליט"א געווען מסדר קידושין, און דערנאך געוואונטשן ברכות לרוב פאר חתן וכלה והמחותנים.
שפעטער האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין ביי האדמו"ר מוויזשניץ-וויליאמסבורג שליט"א ביי וועלכן עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס.
אין די נאכט שטונדן איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה אין זאל פון "כתר ריזל" וואו דער רבי שליט"א האט נאכ'ן בענטשן געפראוועט די ריקודין של שמחה מיט גרויס התרוממות. דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיטן חתן והמחותנים, ובפרט מיט אחיו הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א. דער רבי שליט"א איז פארבליבן ביי די חתונה ביז נאך די מצוה טאנץ פונעם זיידן, אחיו הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א.

דאנערשטאג וישלח
דער רבי שליט"א איז ערשינען צו תפילת שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא-שיעור אין מסכת שבת.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כנור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר ישעי' הערש שפיטצער הי"ו אבי החתן און מוה"ר ליפא האלפערט הי"ו אבי הכלה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר חיים יחזקאל ניימאן הי"ו אבי החתן און מוה"ר נחמן כהנא הי"ו אבי הכלה.
בקודש פנימה איז אפגעהאלטן געווארן דער שמחת החאלאקע פון בן מוה"ר לוי יצחק טייטלבוים הי"ו.
עס איז ערשינען ביים רבי'ן שליט"א א דעלעגאציע פון הנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, בראשות הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב, און הרה"צ ר' בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא מנהל הכולל, לרגל דעם יערליכער דינער לטובת הכולל אין קרית יואל.
שפעטער איז אפגעראכטן געווארן א גרויסע אסיפה דורך די חברי וועד הכשרות דקרית יואל, איבער די הוראות ביי שמחות אין די זאלן פון קרית יואל.

פרייטאג ערש"ק פרשת וישלח
אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה "סניף ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר אהרן מנחם גראס הי"ו פון וויליאמסבורג, מוה"ר יואל צבי הירשפעלד הי"ו פון קרית יואל, מוה"ר שלמה דוד דאסקאל הי"ו פון קרית יואל און מוה"ר יואל העללער הי"ו פון וויליאמסבורג.
פאר'ן זמן איז געווען לבישת השטריימעל פון החתן בן מוה"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.

שבת קודש פרשת וישלח
פרייטאג-צו-נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו סופר סת"ם.
דעם טיש האט דער רבי שליט"א געפירט צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה גדולה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פעצ"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' פנחס שיף שליט"א רב דביהמ"ד אישי ישראל אין בני ברק, און מיט "מנוחה ושמחה" הר"ר שלמה כהנא שליט"א פון וויליאמסבורג.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וישלח יעקב מלאכים לפניו" וואס איז ר"ת וימ"ל, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון "מצוות עשה שהזמן גרמא".
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר שמואל איבפעלד שליט"א פון בני ברק, מיטן "בענטשן" נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א, "קה רבון עלם" הרה"ג ר' שלמה סקולע שליט"א און מיט "אז ביום השביעי" מוה"ר שלמה ראזענפעלד הי"ו. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע וואס די יארצייט געפאלט י"ט כסלו.
שבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט פסוקי דזמרה הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית, און מיט תפילת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר אברהם יצחק שטערן הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שבת נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה הרה"ג ר' שמואל דוד גאנדעל שליט"א מרבני מבצר הכוללים.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וישלח יעקב מלאכים לפניו" וואס איז ר"ת וימל, און ארומגערעדט ווי דורך מצוות מילה בשלימות איז מען זוכה אז עס זאל זיין הקול קול יעקב ואין הידים ידי עשיו. דער רבי האט אויסגעפירט מיט דברי התעוררות אז מ'זאל ניצול ווערן פון די ידי עשיו וואס פארלייגן זיך ליידער אויפן ערליכן חינוך אין ניו יארק און אין אנדערע מקומות, ובפרט אין ארה"ק.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש הי"ו מראה"ק אין בארא פארק, און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג.

מוצש"ק וישלח
דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי מוה"ר יואל ב"ר שמחה וויזנפעלד הי"ו און הרה"ח ר' קלמן קאהן הי"ו ובני משפחה ע"פ זוג' ובתו ע"ה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א באשיינט ביים מעמד הדינער לטובת מוסדות קרית יואל, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט דברי הדרכה וחיזוק און ארומגערעדט בשבח פון די הייליגע מוסדות, ובפרט האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט דעם גרויסן ענין פון מנדב זיין כתות אין די נייע בנינים וואס בויען זיך, ווי אויך דברי הדרכה איבער מלבושים פון קינדער און נאך. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות פאר'ן גאנצן ציבור.

זונטאג וישב
זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה "סניף ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר אברהם חיים גליק הי"ו פון וויליאמסבורג און מוה"ר אברהם לייב קליין הי"ו פון קרית יואל.
שפעטער האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי הרה"ח ר' עיזואל לעפקאוויטש הי"ו.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כנור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים הרה"ח ר' שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר חיים עזריאל פריעד הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים מוה"ר זרח שפירא הי"ו אבי החתן און מוה"ר יחזקאל שרגא פערלמוטער הי"ו אבי הכלה.
שפעטער האט דער רבי שליט"א באשיינט די מסיבה "שקל הקודש" אין שטוב פון העסקן מוה"ר פנחס אלימלך גליק הי"ו וואו פילע אברכים האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים פון 1,800$ לטובת די קופה "שקל הקודש" להחזקת מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל. שפעטער זענען די אברכים אריין בקודש פנימה איבערצוגעבן די שטרות אויף וואס דער רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן.
דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בבית נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר אברהם משה טויב הי"ו אבי החתן און מוה"ר הערשל בראדער הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג וישב
מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר זלמן לייב פארקאש הי"ו פון בארא פארק און מוה"ר לוי וויעדער הי"ו פון בארא פארק.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כנור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אברהם שמואל אראן הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר יושע לייב ב"ר בערל שטיין הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר חיים הערש הכהן ראזענבערג הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל בר"א שפיטצער הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים הרה"ג ר' קלמן גפן שליט"א אבי החתן און מוה"ר משה אלי' פריעד הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג וישב
דעם פאלגענדן דינסטאג אינדערפרי דער רבי שליט"א האט געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יוסף ווייסמאן הי"ו פון וויליאמסבורג.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג ווי יעדע וואך. דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי די משפחה פון הרה"ח ר' שלמה בערקאוויטש ז"ל וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס מיט די קינדער און מיט האדמו"ר מדינוב שליט"א.
בביתו נאוה קודש האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון לאנדאן.
בקודש פנימה זענען אפגעראכטן געווארן די שמחות החאלאקע פון הילדים בני: מוה"ר יוסף פישער הי"ו, מוה"ר אהרן שווארטץ הי"ו, מוה"ר מרדכי שעהר הי"ו, מוה"ר צבי פנחס מאשקאוויטש הי"ו, מוה"ר אברהם חיים היימאן הי"ו, מוה"ר שמואל מרדכי רובינשטיין הי"ו און מוה"ר ראובן יודא שימאן הי"ו.

מיטוואך וישב
אום מיטוואך אינדערפרי פאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יושע הערש ב"ר מענדל מאיר גליק הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר ליפא ברח"א טייטלבוים הי"ו.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אהרן פנחס עקשטיין הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און הרה"ח ר' שלמה אפרים סאנדעל הי"ו אבי הכלה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צו באשיינען דעם מעמד הגדול, סעודת הודאה לרגל הצלת ושחרור מרן רביה"ק זי"ע און דינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט פייערדיגע דברות קודש וואס האט געהאט א הילכיגן אפקלאנג איבער דער גארער וועלט.
נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים תלמידי הישיבה.

דאנערשטאג וישב, כ"א כסלו
דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד דקרית יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר חיים אפרים ווייס הי"ו און מוה"ר שמעון ווייס הי"ו.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "ברך משה" וואו עס איז פארגעקומען דער סעודת הודאה פון אלע תלמידי הישיבה צוזאמען, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, אויפן פסוק "זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו" און ארומגערעדט איבער דעם נס גדול וואס האט פאסירט מיטן רבי'ן זי"ע דורך וואס עס איז נתקדש געווארן שם שמים בעולם, און די שמחה האט אן המשכה דורך די פעולות צדיק לחיים פונעם בעל הנס זי"ע, ובפרט האט דער רבי מאריך געווען איבער דעם רבי'נס פעולות פאר די ישיבה גדולה און פאר די שטאט קרית יואל.
נאך די דברות קודש האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין לכבוד היום.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כנור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה פון בן מוה"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו אבי החתן און מוה"ר אהרן קרויס הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר יוסף חביב באסול הי"ו אבי החתן און מוה"ר שלום דניאל סאאל הי"ו אבי הכלה.
אויך האט דער רבי שליט"א באשיינט די מסיבה דורך די תלמידי ישיבת קנין תורה אין מאנסי אין שטוב פון הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש צום קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר ישראל פארגעס הי"ו אבי החתן און מוה"ר וואלף בר"פ שעהר הי"ו אבי הכלה.
בקודש פנימה איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת החאלאקע פון בן מוה"ר משה מארקאוויטש הי"ו.

ערש"ק פרשת וישב
ערש"ק אינדערפרי האט האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יקותיאל דרעזנער הי"ו פון וויליאמסבורג. דערנאך האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט לזכרו פון זקנו הגה"ק רבי יואל אשכנזי זצ"ל אבד"ק טאלטשאווא חותן המלך פון הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי: הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א ע"פ אחותו ע"ה, הרה"ח ר' ליפא קאהן הי"ו ע"פ אחיו ע"ה, און הרה"ח ר' יושע ארי' גראס הי"ו ע"פ אחיו ע"ה.

שב"ק פרשת וישב
פרייטאג-צונאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן מוה"ר יואל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
ביים טיש צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אשת חיל" נכדו הב' פעצ"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' משה הכהן גלאנצער הי"ו פון וויליאמסבורג, און מיט "מנוחה ושמחה" מוה"ר יואל עפשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די ווערטער פון רש"י "ביקש יעקב לישב בשלוה" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון "דרשינן טעמא דקרא".
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יואל יחיאל קאהן שליט"א פון קרית טאהש בן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וחתן האדמו"ר מטאהש שליט"א, מיטן "בענטשן" בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו פון מאנסי, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו פון בארא פארק. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי משה מדעעש זי"ע.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט פסוקי דזמרה מוה"ר בערל אקער הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית און צו "ברכת החודש". מיט תפילת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
שבת נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה הרה"ח ר' פנחס פראנקעל הי"ו פון וויליאמסבורג.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וימאן" וואס דער טעם דערפון איז א שלשלת, און דערביי מאריך געווען מיט גרויס התעוררות, ווי מען דארף זיך מחזק זיין מיט אמונה פשוטה אין די שווערסטע זמנים, אויף וואס ס'איז אויך מרמז דאס וואס מ'לייגט די נרות חנוכה בימין און די מזוזה בשמאל.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' אלי' ווייסמאן הי"ו, און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' ישכר קאלמאן הי"ו פון מאנסי.

מוצש"ק פרשת וישב
אום מוצש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר הלל ניימאן הי"ו פון קרית יואל אבי החתן, און מוה"ר גבריאל שמואל ווייס הי"ו פון מעלבוירן, אוסטראליע אבי הכלה.

זונטאג מקץ, ערב חנוכה
זונטאג פ' מקץ אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר משה ארי' מארק הי"ו. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר דוד אלי' שאלאמאן הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר משה גאלדבערגער הי"ו.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה, און דער רבי שליט"א האט געמאכט די ברכות מיט גרויס התרגשות אינעם "עמדין סידור" פון מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע. די בעלי השיר, אנגעפירט דורכ'ן ראש המשוררים הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו האבן פארגעזינגן "הנרות" און "מעוז צור" און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, קודם א פלפול אין די סוגיא פון כתבה און דערנאך בדרך אגדה. דאס זעלבע האט דערנאך אנגעהאלטן אלע ימי החנוכה.

מאנטאג מקץ א' דחנוכה
מאנטאג דעם ערשטן טאג חנוכה אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל" און האט – ווי אלע טעג חנוכה – יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל.

דינסטאג מקץ ב' דחנוכה
אום דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן הר"ר בנציון אלי' זאלדאן שליט"א ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: העסקן מוה"ר משה יודא שטרויס הי"ו און מוה"ר עזריאל טייכמאן הי"ו.
ביינאכט נאך די הדלקת הנרות איז דער רבי שליט"א ערשינען צום בנין מבצר הכוללים, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער מסיבת החתזקת פאר די חברי חבורת ליל שישי, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק והדרכה.

מיטוואך מקץ, ג' דחנוכה
מיטוואך צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "עצי חיים". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר מיכל פעלדמאן הי"ו און מוה"ר חיים יוסף בהרר"א שווארטץ הי"ו. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים מיט די בחורים, און נאך די דברות קודש פארטיילט מטבעות, חנוכה געלט פאר די תלמידי הישיבה.

דאנערשטאג מקץ, ד' דחנוכה
דאנערשטאג אינדערפרי אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר משה דוד פערל הי"ו.
אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי הרה"ח ר' שלמה פערלבערבוים הי"ו ע"פ אמו ע"ה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צו פראווען עטליכע טעג חנוכה בקרב אנ"ש תושבי העיר.
ביי די הדלקת הנרות אין ביהמ"ד הגדול האט די קאפעליע פארגעזינגן הנרות און מעוז צור, אנגעפירט דורך הר"ר יושע יודא פריעדמאן הי"ו מחשובי המלמדים במוסדותינו הק'. דער רבי שליט"א האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש, דברי פלפול אגדה ודרוש מעניני חנוכה, און ארומגערעדט איבער דעם שרעקליכן גזירת החינוך, ווי אויך דברי חיזוק בעניני לבוש און נאך.

פרייטאג ערש"ק מקץ-חנוכה
פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית פון בן מוה"ר ארי' אשר ראזענבערג הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט, וואו עס האבן מיטגעדאווענט די בחורי חמד תלמידי ישיבת שער התורה דמוסדותינו הק' אין בארא פארק בראשות המנהל הר"ר יעקב אלימלך הלברשטאם שליט"א.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר יואל ברז"ל שווארטץ הי"ו, מוה"ר עזריאל שעהר הי"ו, מוה"ר שמעלקא מיטעלמאן הי"ו, מוה"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו און מוה"ר ישראל מאיער הי"ו.
נאכ'ן דאווענען ואמירת ההלל האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים, און דערביי ארומגערעדט איבער די מנהגי קודש בבית צאנז אום שבת-ערב חנוכה און נאך.
שפעטער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף קדיש ראטה הי"ו ובני משפחתם ע"פ זוג' ובתו ע"ה.

שבת קודש פרשת מקץ-חנוכה
א הערליכער שבת חנוכה איז געפראוועט געווארן בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג.
פאר'ן זמן האט דער רבי שליט"א מדליק געווען את הנרות אין די מנורה מיט וואס מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע האט זיך באנוצט עטליכע יאר.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל לטובת דעם היסטארישער פדיון שבוים, פונעם נייעם געזעץ וואס איז בעזהשי"ת אינמיטן די וואך דורכגעפירט געווארן מיט גרויס הצלחה, צו פארלייכטערן דעם מצב פון אסירי אחב"י.
צום טיש איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' החתן פצע"ח אלעזר טייטלבוים שליט"א בן בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' משה אשר צאהלער שליט"א מנה"ר בישיבה קטנה כתר תורה, און מיט "מנוחה ושמחה" הרב החסיד הרב ירמי' טייטלבוים שליט"א מאוהעל.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויוסף הוא השליט" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש מעניני חנוכה.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', מיטן "בענטשן" בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הרה"ג ר' יואל ראזענבערג שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה חכמת התורה, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יום טוב. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט פסוקי דזמרה הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית, אמירת ההלל, און דערנאך צו תפלת המסופין פון "שבת ראש חודש".
שבת נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו ראש המשוררים, און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' ראובן שווארטץ הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וטבוח טבח וכן" און ארומגערעדט איבער שמירת עינים און מאכן גדרים וסייגים אויף עניני קדושה.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בב"פ שליט"א, און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.

מוצש"ק וישב ז' דחנוכה
דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי די משפחה פון הרה"ח ר' עזריאל קאסירער ע"ה ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת הנרות ואמירת דברי תורה.

זונטאג ויגש ז' דחנוכה
זונטאג פ' ויגש – ז' דחנוכה איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבה גדולה, מוה"ר יואל יעקב פיש הי"ו און מוה"ר נתן דוד שפיטצער הי"ו. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית פון בן מוה"ר נטע מרדכי קויפמאן הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א אריינגעשריבן אותיות אין די נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.

מאנטאג ויגש זאת חנוכה
מאנטאג ביום זאת חנוכה דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יוסף בהררא"א אינדיג הי"ו. שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "שיעור ד'". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יואל בר"י שמאיע הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן, און דאן איז געווען דער מעמד "שריפת הפתילות" אינעם חצר פונעם היכל הישיבה, ביי וועלכן די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד.
אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי הרה"ג ר' יצחק קויפמאן שליט"א ר"מ בישיבה גדולה ע"פ אמו ע"ה, און דער רבי שליט"א האט דערנאך אפגעשטאט דעם וועכענטליכער באזוך אין בית השחיטה.
שפעטער האט דער רבי שליט"א מעריך געווען שולחנו לכבוד היום צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי שיעור ג' פון די היכלי הישיבות קטנות בקרית יואל, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט "מזמור שיר חנוכת הבית" הרה"ח ר' אברהם וויעדער הי"ו ראה"ק וראש העיר
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:26 pm

דינסטאג פ' בשלח
פארגאנגענעם דינסטאג אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש צום שטוב פון הגה"צ ר' שמואל בראך זצ"ל אבדק"ק אפסי ארץ נאנאש משב"ק מרן רביה"ק זי"ע ומפארי רבני אנ"ש, מנחם אבל צו זיין אחיו הרה"ח ר' חיים אלטר שליט"א און בניו הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א מ'נאנאש מנה"ר וחבר הנהלת מוסדותינו הק' בב"ב ואחיו הרה"ג ר' יחזקאל שרגא שליט"א חבר ועד החינוך דמוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק.
אויך האט דער רבי שליט"א אנגערופן צו די בני משפחה פון הרה"ג ר' שמואל טייטלבוים ז"ל פיליעריגער משגיח בישיבה גדולה וראה"כ מעוררי השחר, מנחם אבל צו בניו ואחיו הרה"ח ר' ירמי' שליט"א, מחו' הרה"ג ר' ליפא שליט"א ועוד.

מיטוואך פ' בשלח
אין אווענט האט דער רבי שליט"א פארלאזט פאלם ספרינגס, אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק. אין לופטפעלד האט דער רבי שליט"א זיך באגעגענט און זיך באגריסט מיט האדמו"ר מוויען שליט"א וועלכער איז דאן אנגעקומען קיין פאלם ספרינגס אויף אפרוה.

דאנערשטאג פ' בשלח
אום 8:00 אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צוריק למעון קדשו אין קרית יואל.
בעפאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יואל ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה "סניף עצי חיים". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר שמואל יצחק קליין הי"ו און מוה"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו.
נאכ'ן דאווענען די בחורים דורך שלום-נעמען פון רבי'ן שליט"א.

פרייטאג ערש"ק פ' בשלח
ערש"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן הנולד ביי מוה"ר משה ב"ר צבי אלימלך קליין הי"ו, ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף ייטב פנים, הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א משגיח בישיבה גדולה ובעמח"ס ימים ידברו, און מוה"ר שמואל יוסף לעווי הי"ו.

שבת קודש פרשת בשלח-שירה
פארלאפענעם ליל שב"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הרה"ג ר' בערל הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב-קרית יואל.
צום טיש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל השולחנות צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבות. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פעצ"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
במשך דעם טיש האט מען געזינגן ניגונים לכבוד שבת שירה.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' לייבוש הכהן וויינפעלד שליט"א מרביץ תורה בקהלתינו הק', און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' דוד דוב ערענסטער שליט"א פון ירושלים עיה"ק.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן מדרש "הים ראה וינס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל ראה" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון "שלא כדרך".
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה ווייזער הי"ו, מיטן בענטשן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הרה"ח ר' דוד ווייס הי"ו פון ירושלים עיה"ק, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' דוד וועצלער הי"ו פון חיפה.
עובודות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק בעל פני יהושע זצ"ל וואס די הילולא געפאלט די וואך.
אינדערפרי ביים דאווענען, האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו "פסוקי דזמרה" לכבוד שבת שירה, און פארגעזאגט "הלל הגדול" און שירת הים" מיט גרויס התעוררות. דערנאך האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען פארצודאווענען תפלת שחרית כנהוג. מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן שליט"א סופר סת"ם.
שבת נאכמיטאג איז מכובד געואורן מיט תפלת המנחה הרה"ח ר' משה גדלי' פאלאטשעק הי"ו מלמד במוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו פון וויליאמסבורג.
ביי דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וחמושים עלו בני ישראל" וואס רש"י זאגט "אין חמושים אלא מזויינים" און דער רבי שליט"א האט דאס אויסגעטייטשט בדרך מוסר אויף עניני תפלה, וואס אין די איצטיגע טעג פון די ימי השובבי"ם דארף מען מרבה זיין בתפלה, וואס דאס איז פשט פון דעם וואס דער זוהר זאגט אז מען דארף טון א תיובתא סגי, אז מען דארף טון תשובה מיט תפלה צוזאמען, און ליידער אין די היינטיגע צייטן ווען דאס הארץ איז אוזי פארשטאפט אז מ'האט נישט די כוחות צו דאווענען, דארף מען אויף דעם אליינס בעטן א תפלה, אז מ'זאל קענען דאווענען און זיך שופך זיין צום אויבערשטן. דאס איז פשט פון מזויינים, וואס רש"י טייטשט אויף "בחרבי ובקשתי" אין פרשת ויחי "בצלותי ובבעיתי" דאס איז די כלי זיין פון אידישע קינדער, מתפלל צו זיין פאר'ן אויבערשטן, וואס דעם כח האט מען מיטגענומען פון מצרים, און מיט דעם קען מען זיך ווייטער מחזק זיין אין אלע זמנים.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו פון וויליאמסבורג, און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו פון וויליאמסבורג.

מוצש"ק פרשת בשלח
בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, ביי וועלכן עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס.
אויך האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א דער נייער רב פון קהל עדת ישראל, מעלבוירן, אוסטראליע הרה"ג ר' שלמה קאהן שליט"א מיט וועמען עס האט זיך אנטוויקעלט א לענגערער שמועס בדברי תורה והלכה.

זונטאג פ' יתרו
נעכטן – זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר ישראל בער הירש הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק ומוהל. שחרית האט דער רבי געדאווענט אין ביהמ"ד. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ח ר' יצחק אייזיק הכהן פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' בערל מיטלמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו.
נאכ'ן דאווענען זענען פארגעקומען די שמחות הברית פון בנ מוה"ר יחזקאל שרגא ב"ר אברהם יצחק מערץ הי"ו
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:36 pm

זונטאג תרומה
אין די מיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א פארלאזט קרית יואל אויפן וועג צום קענעדי לופטפעלד, אין באגלייטונג פון אן ענגן קרייז בני משפחה און מקורבים וואס האבן מיטבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א. אין לופטפעלד האבן פילע אנ"ש וואס זענען געפארן קיין סיגוט מיט אנדערע פליגערס, מקבל געווען ברכת פרידה וברכת הדרך פון רבי'ן שליט"א.
אום 4:00 נאכמיטאג האט דער פליגער זיך געהויבן, אויפן וועג קיין פראנקפורט, דייטשלאנד. אינמיטן וועג ווען עס איז געווארן נאכט, האט מען געדאווענט מעריב. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא.

מאנטאג תרומה כ"ט שבט
אום 5:30 פארטאגס האט מען געלאנדעט אויפן לופטפעלד אין פראנקפורט, אום בערך א האלבע שפעטער, אום 6:00 האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א פריוואטן פליגער אויפן וועג קיין באניע, א וועג פון צוויי שעה צייט. אויפן גאנצן וועג האט דער רבי שליט"א דערציילט סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זי"ע, און ארומגערעדט באריכות פון פארשידענע היסטארישע קאפיטלען פון די צדיקי בית סיגוט זי"ע בכלל, ובפרט פונעם קדושת יום טוב זי"ע.
נאך א וועג פון צוויי שעה האט מען געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין די שטאט באניע, אום 9:00 (אין רומעניע איז די זייגער פארגרינגט מיט א שעה.) און מען איז גלייך צוגעפארן צום ארטיגן האטעל וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגן געווארן. דארט האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התרגשות.
ביים קריאת התורה האט מען געליינט אין דעם ספעציעלן ספר תורה וואס מ'האט מיטגענומען אויפן וועג. דער בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק. עס האבן עולה געווען לתורה: "כהן" הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו משב"ק, "לוי" הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו, "שלישי" דער רבי שליט"א.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים, און דערציילט סיפורים פונעם בעל הילולא. מ'האט אויך געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות וואס מ'פלעגט זינגן אין סיגוטער הויף אין פארשידענע זמנים מיוחדים אין יאר.
דערנאך איז געווען צוגעשטעלט פת שחרית פאר אלע מיטרייזענדע, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין סיגוט.

התעוררות'דיגע תפלות
נאכמיטאג איז מען אנגעקומען קיין סיגוט, וואו עס האט שוין אפגעווארט א גרויסער ציבור אנ"ש פון ניו יארק און פון אייראפע וועלכע האבן זיך מצרף געווען צו די תפלות. גלייך אנקומענדיג קיין סיגוט, איז דער רבי שליט"א געגאנגען אין די ארטיגע מקוה, און גלייך דערנאך אריבער צום ביה"ח וואו דער רבי שליט"א איז באימה וביראה אריין אין אוהל הק'.
מ'האט גלייך זיך געשטעלט דאווענען מנחה, און דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא, און האט פארגעדאווענט מיט גרויסע בכיות.
נאך מנחה האט דער רבי שליט"א נאנטגעטרעטן צום ציון הק' פונעם בעל הילולא זי"ע, און האט מדליק געווען את הנרות. דאן האט מען געזאגט די תפלה "שלום עליך מורי" פון הייליגן ישמח משה זי"ע, וואס מ'האט געזאגט מיט בכיות עצומות. אזוי האט מען מיט גרויס התעוררות ממשיך געווען מיט אמירת תהלים, וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע וויילע, בעת דער רבי שליט"א דינט אלס שליח ציבור, און יעדע וויילע האט דאס התעוררות זיך פריש צופלאקערט מיט בכיות עצומות אשר עם אבן הוא נימוח.
דער קלימאקס איז געווען ביי "יהי רצון" ווען די בכיות האבן געשפאלטן הימלען וואס האט יעדן אריינגעצויגן מיט אן התעוררות נפלא.
נאך תהלים האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך, און דער ציבור האט דערביי געזינגן ניגוני התעוררות מיט גרויס התרגשות. דאן האט דער רבי שליט"א זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' במשך א לענגערע וויילע.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו מקום מנוחת זקיניו, הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע און הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, וואו דער רבי האט געצינדן ליכט, און מ'איז ארויס פונעם אהל פול מיט האפענונג אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.

סעודת הילולא
דער רבי שליט"א איז דאן אריבער מיטן ציבור צום דערנעבענדיגן "באטי האטעל" וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודת הילולא פאר'ן גאנצן ציבור, און דער רבי שליט"א האט מעריך געווען שולחנו לכבוד היום.
נאכ'ן זיך וואשן צו די סעודה האט דער רבי שליט"א דערציילט כמה סיפורים פונעם בעל הילולא, און מ'האט געהערט א סיפור נפלא פון הרה"ח ר' שמואל ברי"ד לאנדא הי"ו, וועלכער האט דערציילט איבער א איד וואס איז אין די לעצטע תקופה געהאלפן געווארן מיט א גרויסע ישועה בזכותו פונעם הייליגן בעל הילולא דער קדושת יום טוב זי"ע. ער האט מעורר געווען רחמי שמים און ארויסגעברענגט די הרגשים פון יעדן איינעם, אז מ'האפט אז קומענדיג צו פארן אזא ווייטן וועג, וועט מען נישט אהיימפארן מיט קיין בזיונות, נאר יעדער וועט אהיימנעמען גאנצע הויפענס מיט ישועות.
מיט "מכתם לדוד" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א, וואס טראגט דעם נאמען פונעם בעל הילולא זי"ע.
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו "בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה". דער רבי האט מקדים געווען נאכצוזאגן ממשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, און על פי דרכו ממשיך געווען מיט הערליכע בחינות אויף דעם ענין וואס אידן האבן זוכה געווען ביי מתן תורה, אז די שכינה איז שורה בתחתונים, און דורכדעם זענען אידן אין א גרעסערע מדריגה ווי מלאכים. דער מקום השראת השכינה איז דאך אינעם משכן און אין ביהמ"ק, דעריבער ווען אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע, און מ'איז געווען גרייט צו קבלת התורה ווען עס איז געווען פסקו זוהמתן, האבן אידן זוכה געווען אז השי"ת האט געזאגט ויקחו לי תרומה, כדי אז מען זאל קענען בויען דעם מקום השראת השכינה אויף דעם עולם.
דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט פארשידענע בחינות, און ארומגערעדט איבער דעם כח פון צדיקים וואס מעלתם גדלה פון מלאכי השרת, און אצינד האט מען זוכה געווען מתפלל צו זיין אויף דעם מקום השראת השכינה, במקום מנוחתם פון די הייליגע צדיקים וואס זענען מעלה די תפלות פון אידישע קינדער. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט א הייסע בקשה, אז מ'האפט אז זכותו הגדול פון זקינו בעל ההילולא זי"ע וועט מגין זיין אויף יעדן איינעם, געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב, ובפרט פאר די אייניקלעך און פאר אלע אידן וואס זענען זקוקים לדבר ישועה ורחמים בבני חיי ומזוני, להפקד בדבר ישועה ורחמים.
נאך די דברות קודש האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה, און מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הרה"צ רב דקהלתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א.
נאך די סעודת הילולא האט מען געדאווענט מעריב דארט אויפן פלאץ. דער בעל תפלה איז געווען הרבני הנגיד מוה"ר אהרן הערש מיטטלעמאן הי"ו פון בארא פארק, יו"ר קרן מלמדים ד'סאטמאר.
אויף די נאכט איז מען פארבליבן דארט אין האטעל, און אין די פארטאגס שעה'ן נאכ'ן עוסק זיין בתורה עטליכע שעה איז דער רבי שליט"א געגאנגען אין די מקוה, און איז דערנאך געגאנגען פריוואט צום ציון המצוינת פון זקניו הק' זי"ע וואו דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מעתיר געווען בתפלה ותחנונים לטובת הכלל והפרט באמירת תהלים מיט גרויס התעוררות.

דינסטאג תרומה אדר"ח אדר א'
היינט פארטאגס האט דער רבי שליט"א פארלאזט די שטאט סיגוט און איז געפארן קיין באניע, וואו מ'האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל.
נאכ'ן דאווענען און סעודת ראש חודש איז מען ארויף אויפן פריוואטן פליגער מיט וואס מען איז געפארן קיין פראנקפורט, און פון דארט זיך ארויסגעלאזט צוריק אויפן וועג קיין ניו יארק, האפענדיג מיטצוברענגן הויפנס מיט ישועות לטובת הכלל והפרט.
היינט אין אווענט וועט אי"ה זיין זמני כניסה אל הקו"פ בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג – ווי יעדע וואך.
מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:46 pm

מיטוואך פ' תרומה
פארגאנגענעם מיוואך פ' תרומה אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' יעקב יחזקי' היימליך הי"ו פון מאנטרעאל אבי החתן, און הרה"ג ר' שמואל בהרר"מ פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קדושת יום טוב, אבי הלכה, און ביים זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אלימלך גרין הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר מרדכי הערש הויער הי"ו אבי הכלה.

דאנערשטאג פ' תרומה
צומארגענס דאנערשטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, צו די שמחות הברית פון בני: הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א מנה"ר בת"ת קרית יואל און מוה"ר יואל דוד ווייס הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט דעם וועכענטליכער באזוך אין "בית השחיטה" וואו דער רבי האט ספעציעל מיטגעהאלטן די שחיטה פון די "טוירקיס". שפעטער האט דער רבי שליט"א באזוכט אין די "מצה בעקעריי".

פרייטאג ערש"ק פ' תרומה
ערש"ק נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין שטוב פון הרה"ח ר' טובי' שרייבער הי"ו וואו דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען די בני משפחה ע"פ בנו\אחיהם האברך החשוב מוה"ר ישראל זעליג שרייבער ע"ה מחשובי אברכי אנ"ש אין בארא פארק.

שבת קודש פרשת תרומה
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה מיט גרויס התעוררות. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
צום טיש איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה גדולה. מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א פון בני ברק איידעם ביי האדמו"ר ממאחנובקא-בעלזא שליט"א, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ח ר' אברהם יצחק שוויממער הי"ו פון אנטווערפן.
ביי די תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן מדרש "בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה" און דאס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון כמות און איכות.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מלעלוב-ירושלים שליט"א, מיטן בענטשן הגה"צ ר' חיים יצחק טווערסקי שליט"א פון ארה"ק, מיט "קה רבון עלם" נכדו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א און מיט "אז ביום השביעי" נכדו הרה"ג ר' מנחם שלמה אשכנזי שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי וועלוול מטשארנא-אויסטראה זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן מאנטאג ו' אדר.
שבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, מיט תפלת השחרית האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בב"פ שליט"א, און מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם וויעדער הי"ו ראה"ק.
נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר וואלף ברא"י לאנדא הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שבת נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט "תפלת המנחה" מוה"ר אלחנן טויב הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה ביי סעודת רעווא דרעווין האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויקחו לי תרומה" אויף וואס דער מדרש זאגט "הה"ד שמע ישראל ה' אלקינו וכו'" און עס אויסגעטייטשט, אז מיט יעדע מצוה וואס א איד טוט, צייגט דאס אויף אמונה שלימה אין בוכ"ע, און אויף דעם איז דא שכר אויף די וועלט אויך, דעריבער שטייט ויקחו, צו צייגן אז אויף די מצוות וואס מען איז מקיים דורך אמונה, איז דא שכר אויך אוף די וועלט.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב עסטרייכער הי"ו מראה"ק אין לאנדאן, מיט "קל מסתתר" הרה"ג ר' יחזקאל לאנדא שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין לאנדאן, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.

מוצש"ק פרשת תרומה
מוצש"ק איז דער רבי שליט"א געפארן קיין מאנסי, וואו דער רבי האט אפעשטאהט א "ביקור גומלין" ביי האדמו"ר מגור שליט"א, ווי עס איז אנשטאנען א שיינער שמועס בד"ת.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן מפאר זיין בראש המסיבה, ביים שיינעם באנקעט וואס איז אפגעראכטן געווארן לטובת די ישיבה קטנה "קנין תורה" פון מוסדותינו הק' אין מאנסי.

זונטאג פ' תצוה
פארגאנגענע וואך זונטאג פ' תצוה אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר יעקב מרדכי בר"מ טייטלבוים הי"ו אבי החתן, און הרה"ח ר' מרדכי מתתי
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:51 pm

מאנטאג פ' תצוה
פארגאנגענע וואך מאנטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר חיים מענדל בר"ד כהן הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה "סניף דברי יואל". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געזאגט א תהלים שיעור, און ארומגערעדט איבער דעם כח התורה פון די בחורים תלמידי הישיבות, פארגאנגענעם כ"ט שבט, וואס האט זיכער עושה רושם געווען אז די תפלות ביים ציון הק' פון הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים: מוה"ר אברהם שמואל פארקאש הי"ו אבי החתן און מוה"ר שלום אליעזר גראד הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר שמואל מרדכי דרעזנער הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל ברי"א גאלדבערגער הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו פון וויליאמסבורג און הרה"ג ר' חיים קליין שליט"א מגי"ש בישיבה קטנה סניף ייטב פנים אבי הכלה.
בביתו נאוה קודש האט אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א האדמו"ר מוויזשניץ-מאנסי שליט"א.
אויך האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א האדמו"ר מ'פשעשלאוו שליט"א פון אנטווערפן ווי עס איז אנשטאנען א שיינער שמועס בד"ץ וסיפורי צדיקים.
שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביי די שבע ברכות פון בן האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א עב"ג הכלה נכדת האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין זאל פון קרן ויואל משה.

דינסטאג פ' תצוה
אום דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". נאכ'ן דאווענען האט דער רב שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור.
אין די אווענט שעה'ן זענען נישט פאהרגעקומען קיין זמן קבלת קהל צוליב'ן שווערן וועטער אין קרית יואל.

מיטוואך פ' תצוה
דעם פאלגענדן אינדערפרי שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה "סניף עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רב שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור.
שפעטער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי הרה"ג ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א אבד"ק טאלטשאווא ע"פ אביו הגה"צ אבדק"ק לעידזש זצ"ל פון לאנדאן, און דערנאך ביי הרה"ח ר' יעקב בר"מ פארקאש הי"ו ומשפחתו ע"פ בתו ע"ה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים, הרה"ג ר' חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א מגי"ש בישיבה קטנה ייטב פנים אבי החתן און הרה"ח ר' צדוק היילברון הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים, הרבני הנגיד ר' יואל ברא"י עפשטיין הי"ו חבר הנהלת ועד בפועל דקהלתינו הק' בקרית יואל אבי החתן און הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו אבי הכלה.
שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך באטייליגט ביי די לוי' פון האשה החשובה מרת הילמאן ע"ה אשת הרה"ח ר' חנני' יום טוב ליפא ז"ל מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק'.

דאנערשטאג פ' תצוה
פארלאפענעם דאנערשטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחות הברית פון בני: מוה"ר יואל סאאל הי"ו, מוה"ר יונה לעוו הי"ו און מוה"ר ירוחם יאקאב הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "ברך משה". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור אין די סוגיא פון ל"ט מלאכות וואס מ'לערנט איצט אין די ישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער תלמידים פון "כתה מכינה לישיבה" פון מוסדותינו הק' איבער דער גרעיטאר ניו יארק, וואס זענען געווען אנגעשלאסן אינעם "יום האיחוד". די תלמידים האבן געזינגן ניגונים און חרוזים, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק "ונשמע קולות בבואו אל הקודש ובצאתו" אז אצינד ווען עס ענדיגן זיך שוין די ימי השובבי"ם ת"ת דארף מען מיטנעמען די אלע שעות רצופות, די לימודים פון פרייטאג-פארטאגס, די אלע תפלות און קבלות טובות אויף שמירת עינים, עניני חסד ועוד, אז עס זאל יעדן באגלייטן אויף א גאנץ יאר.
דערנאך האבן די תלמידים געדאווענט תפלת מנחה צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א, און דאן זענען אריבער אלע תלמידים וואס האבן געלערנט צענדליגער שעות רצופות, צו באקומען געבענטשטע מטבעות פון רבי'ן שליט"א.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו חבר הנהלת הישיבה גדולה שיעור ד' אבי החתן און הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר מאיר יודא מלאח הי"ו אבי החתן און מוה"ר דניאל ניבאח הי"ו אבי הכלה.
נאך תפלת מעריב און קידוש לבנה, איז בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א אפגעהאלטן געווארן א מסיבת לחיים דורך די תלמידי ישיבה קטנה "מעיין התורה" פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען פאר די בחורים דברי חיזוק והדרכה לרגל סיום ימי השובבי"ם ת"ת, און זיך געשטעלט אויפן פסוק "כתית למאור" וואס מ'דארף זיך מייגע זיין אויף תורה ותפלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו לרגל וואס בנו הרבני הנגיד ר' משה אליעזר הי"ו פון וויליאמסבורג, האט מנדב געווען א סכום גדול און אופגעקויפט א זכות כיתה בבנין בית רחל אויף קאזניץ רד. אין קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר בנו החתן ני"ו ובני המשפחה, און מען האט געחתמ'ט שטרות.

פרייטאג ערש"ק פ' תצוה
אום ערש"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר הערש אלימלך זילבערשטיין הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית אין היכל הישיבה גדולה סניף "דבר יואל".

שבת קודש פ' תצוה
פרייטאג-צו-נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן מוה"ר צדוק היילברון הי"ו.
צום טיש איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה גדולה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם אייניקל הב' פצע"ח הרב מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל לאנדא שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין לאנדאן, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ח ר' משה שפיטצער הי"ו פון בית שמש.
ביי די תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן מדרש "בשעה שאמר הקב"ה ואתה הקרב אליך הרע למשה" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קברי עמים מטמאים.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שאול יחזקאל שרייבער הי"ו פון לאנדאן, מיטן בענטשן נכדו הר"ר פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הרבני הנגיד ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו פון וויליאמסבורג, און מיט "אז ביום השביעי" נכדו הר"ר ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל אבדק"ק קראקא וואס די הילולא געפאלט ט"ז אדר. נאך די פירות האט דער רבי שליט"א טועם געווען בונדלעך לרגל דעם שמחת השלום זכר לבן הנולד ביי נכדו הר"ר מרדכי יודא הלברשטאם שליט"א, און מ'האט געזינגען ניגוני שמחה.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו פון וויליאמסבורג, צו שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און מיט "תפלת המוספין" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
שבת נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ח ר' נח גפן שליט"א שו"ב, און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די מסורה פון דריי מאל "ונשמע" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר והתחזקות, אז אפילו אויף עבירות וואס מ'האט ליידער עובר געווען דורך דעם וואס מ'האט אליינס מגרה געווען יצר הרע אנפשי', העלפט דער אויבערשטער אז מ'זאל קענען תשובה טון, ולא ידח ממנו נדח.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' יצחק ברא"ד טירנויער הי"ו, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו.

מוצש"ק פרשת תצוה
פארגאנגענעם מוצש"ק איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, צו באשיינען דעם דינער לטובת דעם "כולל דברי יואל" דקהלתינו הק' וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די "ליפשיץ זאלן".
דערביי האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, אויפן מדרש פון "ואתה תצוה, ילמדינו רבינו קטן לכמה נימול" און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה, איבער דעם ענין אז פאר הכנה למצוה באקומט מען שכר אויף די וועלט, וואס דאס איז ווען מען געט צדקה פאר לומדי תורה, וואס אויסער דער עצם מצוה פון צדקה איז דאס אן הכנה למצוה אז די לומדים זאלן קענען זיצן און לערנען, איז דא אויף דעם שכר בעולם הזה און מ'איז זוכה צו אלע השפעות ט ובות.
נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר די חשוב'ע חברי הנהלה און פאר די תומכים החשובים, און דאן פארטיילט פרסים פאר די לומדים מופלגים רבני הכולל שליט"א וואס האבן זיך מצטיין געווען מיט די לימודים.
שפעטער איז אריין בקודש פנימה הרה"ג רבי אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' 18טע עוו. לרגל נישואי בתו הכלה, צוזאמען מיטן מחותן אבי החתן הרה"ג רבי יעקב ישראל ישורין רובין שליט"א ר"מ בישיבת באר התורה סאטמאר אין וויליאמסבורג, אינאיינעם מיט בנו החתן.
אויך איז אריין אל הקודש פנימה א דעלעגאציע פון חברי הנהלת ביהמ"ד דקהלתינו הק' 15טע עוו., און באזונדער הרה"ג ר' שלמה ראבינאוויטש שליט"א אב"ד דינוב-ב"פ, בן האדמו"ר מדינוב שליט"א לרגל נישואי בנו.
דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת השבע ברכות לכבוד הכלה בת הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' 15טע עוו. עב"ג החתן נכד האדמו"ר מצאנז-זמיגראד שליט"א. דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים שליט"א.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 1:00 pm

זונטאג כי תשא
פארגאגנענע וואך זונטאג אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה פון המחותנים הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ר"מ ישיבה גדולה שיעור ד' אבי החתן און מוה"ר פישל ברמ"א כ"ץ הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו אבי החתן און מוה"ר איסר יודא בערגער הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג כי תשא
צומארגענס מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה "סניף דברי יואל". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געזאגט א "תהלים שיעור".
שפעטער האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט דעם וועכענטליכער באזוך אין בית השחיטה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר נפתלי פריינד הי"ו אבי החתן און מוה"ר מענדל וואלף טייטלבוים הי"ו אבי הכלה, און ביים זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר יוסף חיים קרויס הי"ו אבי החתן און מוה"ר יצחק יחזקאל פריעדמאן הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א מרביץ תורה בקהלתינו הק' בקרית יואל, מפאר צו זיין בראש השמחה ביים "סיום הש"ס" וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך די משתתפי השיעור פון הר"ר הערשל שליט"א וועלכער האט זוכה געווען מסיים צו זיין כל הש"ס ברבים. דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואטנשן פאר'ן מגי"ש און פאר די משתתפי השיעור, און ארויסגעברענגט אז אזא סיום איז א כבוד פאר די גאנצע שטאט קרית יואל.
אויך האט דער רבי באזוכט ביים לאקאל פון דעם נייעם "גמ"ח פעסיל לאה" וואו מ'קען דינגן "כלה קליידער" פאר בלויז הונדערט דאלאר, וואס איז א געוואלדיגע הילף פאר בעלי שמחה, און איז נתנדב געווארן לע"נ הרה"ח בנש"ק ר' חיים פרנס ז"ל. דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און עסקני החתונה-תקנות דקהלתינו הק'.
בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א איז אנגעקומען אויף א באזוך האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ביי וועלכן עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות.
שפעטער איז אנגעקומען צום רבי'ן שליט"א חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה צוזאמען מיט בנו החתן נ"י אפצונעמען דעם ברכת מזל טוב לרגל שמחת האירוסין וואס איז אפגעראכטן געווארן אין ירושלים עיה"ק.
אויך האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד-מאנסי במעח"ס אוצר הזמנים ועוד.

דינסטאג כי תשא, פורים קטן
דעם פאךגענדן דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק אין די מגילה "איש יהודי הי' בשושן הבירה" אויף וואס חז"ל זאגן "שהאיר עיני ישראל" און דער רבי האט דאס אויסגעטייטשט אז מרדכי הצדיק האט משפיע געווען אז אידן זאלן האבן הייליגע ליכטיגע אויגן.
נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין ביי האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו.
שפעטער האט דער רבי שליט"א געפראוועט א פורים קטן סעודה צוזאמען מיט נכדיו ובני המשפחה, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש, און פארפירט שיינע שמועסן איבער כמה ענינים.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געוען ביי הרה"ח ר' הערשל לעפקאוויטש הי"ו ע"פ אחותו האשה החשובה מרת הילמאן ע"ה אלמנת הרה"ח ר' חנני' יום טוב ליפא ז"ל מראה"ק אין בארא פארק.
שפעטער האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה מיט רבנים ועסקנים בנוגע דעם גזירת החינוך דאהי אין ניו יארק בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו מראה"ק,. נאך די אסיפה האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב בבית האכסניא.
דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "עטרת גאלדא" מפאר צו זיין בראש השמחה, ביי די חתונה בחצרות קדשינו פון נכדת אביו מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, אן אייניקל פון אחיו הרה"צ רב דקהלתינו הק' 15טע עוו. שליט"א, הכלה בת לחתנו כבנו הרה"ג ר' אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' 18טע עוו. בן הגה"צ אבדק"ק טאשקאווע שליט"א עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ישראל יעקב ישורין רובין שליט"א ר"מ בישיבת באר התורה אין וויליאמסבורג, בן הגה"צ אבדק"ק גלאגוב שליט"א וחתן הגה"צ אבדק"ק ציעשנוב שליט"א ר"י ישיבתינו הק' בב"פ, חתן הגה"צ האדמו"ר מסטריזשוב שליט"א.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום קבלת פנים, און דערנאך מסדר געווען די כתובה. דאן איז דער רבי שליט"א צוזאמען מיט די מחותנים געגאנגען צום "באדעקן".
ביי די חופה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם עלטער זיידן, סטריזשובער רבי שליט"א מיט סידור קידושין. מיט "קריאת הכתובה" איז מכובד געווארן דער זיידע אבדק"ק טשאקאווא שליט"א, מיט די ברכות ראשונות דער זיידע אבדק"ק גלאגוב שליט"א, מיט דריי ברכות דער זיידע אבדק"ק ציעשנוב שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע רב דקהלתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א.
דער רבי שליט"א איז דערנאך געפארן קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז געווען זמני כניסה ווי אלע וואכן. שפעטער איז דער רבי שליט"א צוריק קיין בארא פארק מפאר צו זיין בראש השמחה. דער רבי שליט"א האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א געזאגט די "שבע ברכות".
דאן האט דער בדחן מוה"ר יושע ווייס הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, און א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א געפראוועט דעם עבודת הריקודין מיט גרויס פייערליכקייט. דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיטן חתן, מחותנים און באזונדער מיט אחיו הרה"צ שליט"א.

מיטוואך שושן פורים-קטן
אום מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה "סניף עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה אויפן פסוק "אם על המלך טוב" און ארומגערעדט איבער דאס חשיבות פון אויפשטיין פארטאגס, וואס איז א בחינה פון מסירת נפש.
אינמיטן טאג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי הרה"ג ר' אברהם כהן שליט"א רב דביהמ"ד נאסאד-קרית יואל ואחיו שי' ע"פ אביהם מוה"ר אהרן ז"ל.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ג ר' יחיאל גוטמאן שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים-וויליאמסבורג אבי החתן און מוה"ר משה מענדל ווערטהיימער הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר ליפא זינגער הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל ב"ר ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו אבי הכלה.

דאנערשטאג כי תשא
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום דאווענען אין די ישיבה גדולה "סניף ברך משה". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור אין די סוגיא פון קליטה כמי שהונחה דמיא, וואס מ'לערנט אצינד אין מסכת שבת.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר הערש אליעזר וויינבערגער הי"ו אבי התן און מוה"ר יואל דוד שווארטץ הי"ו אבי הכלה.

שבת קודש פרשת תשא
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה גדולה.
דעם עריכת השולחן האט דער רבי שליט"א געפראוועט צוזאמען מיט די בחורים תלמידי הישיבה גדולה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו פצע"ח הב' מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יחזקאל שווארטץ הי"ו פון בני ברק, און מיט "מנוחה ושמחה" מוה"ר משה שווארטץ הי"ו פון בני ברק.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "כי תשא את ראש בני ישראל" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון "טעם כעיקר".
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר מרדכי קעניג הי"ו פון בית שמש, מיטן בענטשן הגה"צ ר' יצחק אייזיק כהנא שליט"א מזידיטשוב-בית שמש, מיט "קה רבון עלם" הר"ר הערשל כהנא שליט"א פון בארא פארק, און מיט "אז ביום השביעי" מוה"ר נחמן בראך הי"ו פון בית שממש. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן די וואך דינסטאג. פאר דעם האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער די מחלוקת הפוסקים, ווען צו האלטן א יארצייט אין א שנת העיבור.
ביום השבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט פסוקי דזמרה הר"ר הערשל כהנא שליט"א פון בארא פארק, צו שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן מוה"ר וואלף שטארק הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער שמחת הברית פון בן מוה"ר נחמן כהנא הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה מוה"ר יודא שווארטץ הי"ו שו"ב.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב, און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "כי תשא את ראש" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, מיט הקדמות פון די דברי חז"ל אין מסכת מגילה, אז דורך מצוות צדקה האבן די חיצונים נישט קיין שליטה אויף די מצוות וואס א מענטש טוט, און דורך מחצית השקל וואס איז אויך אן ענין פון צדקה ווערט מען ניצול פון שווערע חטאים דורך וועלכן דער מענטש קען זיך האלטן בקדושה אין אלע זמנים.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו פון וויליאמסבורג, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' אפרים שווארטץ הי"ו פון מאנסי, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' אברהם שמחה הערשקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג.

מוצאי שבת כי תשא
דעם פארלאפענעם מוצאי שב"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום ביהמ"ד אבני צדק דקיט"ל קרית יואל אין שכוהת עצי תמרים, צום מעמד "חתימת השטרות" לרגל די הרחבת גבולי הקדושה פון דאס פילפאכיג פארברייטערן דעם בנין ביהמ"ד. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך זענען די מתפללים אריבער פאר'ן רבי'ן שליט"א אונטערצושרייבן די שטרות פון גרויסע סכומים געלט וואס מ'האט זיך אונטערגענומען למען הרחבת הגדולי הקדושה פונעם היכל הביהמ"ד.

זונטאג ויקהל
אום זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר בעריש לאוב הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
תפילת שחרית האט האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה".
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר ברוך קאלער הי"ו אבי החתן און מוה"ר אלי' רייזמאן הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ג ר' איתמר טובי' וויעדער שליט"א ר"מ בישיבה גדולה אבי החתן און מוה"ר שמואל זאנוויל ברי"ש כהנא הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג ויקהל
נעכטן – מאנטאג אינדערפר צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די ישיבה גדולה "סניף דברי יואל" און נאכ'ן דאווענען פארגעלערנט א תהלים שיעור.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מנחם אבל צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ג ר' אברהם כהן שליט"א רב דביהמ"ד נאסאד-קרית יואל אבי החתן און מוה"ר נתן חיים זגיל הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר חיים מרדכי בוכינגער הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג ויקהל כ"א אדר
היינט – דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין די ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געזאגט ברוב עם די "תפלה קודם התפלה" פונעם בעל הילולא הרה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע.
נאכ'ן דאווענען ביים תהלים שיעור, האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם גרויסן כח פון צדיקים ובפרט פונעם רבי'ן ר' אלימלך זי"ע וואס בזכותו קען מען היינט דאווענען און טון מצוות מיט אן התלהבות.
שפעטער האט דער רבי שליט"א געפראוועט א "מסיבת לחיים" מיט די בחורים, און שטארק מחזק געווען די קבלות טובות וואס די בחורים האבן זיך מקבל געווען. דערביי האט דער רבי שליט"א מעורר געווען זיך מקבל צו זיין צו לערנען בקביעות דעם "צעטל קטן" פנועם בעל הילולא זי"ע וואס איז
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 1:08 pm

דינסטאג פ' ויקהל
דעם פארגאנגענעם דינסטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג ווי עס זענען פאהרגעקומען די וועכענטליכער זמני כניסה. עס איז געקומען אויף א באזוך דער מחותן האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אפצונעמען דעם ברכת מזל טוב לרגל דעם שידוך שליסן פון נכדתו הכלה תחי' עב"ג החתן נכד כ"ק מרן רבינו שליט"א. דערביי איז אויך אנוועזענד געווען דער חתן פצע"ח הרב מאיר אליעזר מייזליש נ"י, בן חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה. עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס, דערנאך האט מען געטרונקן לחיים, און מ'האט געזינגן א ניגון של שמחה. דאן האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד.
שפעטער איז אנגעקומען צום רבי'ן שליט"א ח"א הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן אחיו הגה"צ אבדק"ק קהלתינו הק' 15טע עוו. שליט"א אפצונעמען דעם ברכת מזל טוב לרגל אירוסי בנו למז"ט עב"ג הכלה בת האדמו"ר מקראלי שליט"א.

מיטוואך פ' ויקהל
צומארגענס מיטוואך אינדערפרי צו תפלת שחרית איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געזאגט א תהלים שיעור, און ארומגערעדט איבער דאס גרויסקייט פון אמירת תהלים.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געווען ביי די ברית'ן פון די צווילינג-קינדער פון מוה"ר יואל חיים פילעפף הי"ו.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום זאל פון "אולם עקשטיין" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ג ר' שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר-ב"פ אבי החתן און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קרית יואל אבי הכלה, און דערנאך צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים מוה"ר יוסף משה מעהרל הי"ו אבי החתן און מוה"ר אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר אהרן שאול סאנדעל הי"ו אבי החתן און מוה"ר מנחם שמואל פראנקעל הי"ו אבי הכלה.
בביתו נאוה קודש האט אפגעשטאט א באזוך האדמו"ר מפינסק-קארלין שליט"א ביי וועלכן עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס.

דאנערשטאג ויקהל
היינט – דאנעשטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחות הברית פון בני: מוה"ר דוד מאיר ברא"ש גוטמאן הי"ו און בן מוה"ר שמשון בהרר"א אינדיג הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מו
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 1:15 pm

בצל הקודש
דאנערשטאג פקודי אדר"ח אדר ב'
פארגאנגענעם דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה "סניף ברך משה".
נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש דורך א טעלפאנישן פארבינדונג, פאר די תלמידי מוסדותינו הק' פון אלע מקומות אין ארה"ק, פון ירושלים, בני ברק, בית שמש און אלעד, וועלכע קומען זיך צוזאם יעדן שבת צו אמירת תהלים ביי די לאקאלע חברות תהלים אויף יעדן מקום באזונדער, און האבן זיך אצינד פארזאמעלט צום געהויבענעם מעמד "כה תברכו" אפצוצייכענען 25 יאר זינט די ערשטע חברת תהלים פון קהלתינו הק' איז נתייסד געווארן אין ארה"ק, די חברת תהלים אין בני ברק, וואס איז דאן נתייסד געווארן בפקודת הקודש פון מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, וועלכער האט ממנה געווען הרבני הנגיד ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מייסד צו זיין און אנצופירן די חברת תהלים אין בני ברק, וממנה יסד ופנה פאר די חברות תהלים פון קהלתינו הק' איבער גאנץ ארץ ישראל.
דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין גערער זאל אין ירושלים, און דער הויכפונקט פון דעם מעמד איז געווען, די דברות קודש וואס די תלמידים האבן זוכה געווען צו הערן פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. דער רבי שליט"א האט שטארק מחזק געווען די תלמידים אנצוהאלטן דאס זאגן תהלים, און דערביי באזונדער מחזק געווען דעם ענערגישער מנהל הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו ממשיך צו זיין בעבודת הקודש.
שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך פארבינדן קיין בני ברק, מנחם אבל צו זיין די משפחה פון הרה"ח ר' משה יוסף ענגל ז"ל מחשובי אנ"ש אין בני ברק וועלכער איז פארגאנגענע וואך נפטר געווארן.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון כינור דוד מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין לאנדאן אבי החתן און הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט שליט"א מלמד מומחה ובעל קורא קבוע בביהמ"ד הגדול דקרית יואל אבי הכלה, און דערנאך צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו אבי החתן און מוה"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו אבי הכלה.

שבת קודש פרשת פקודי
פארגאנגענעם ליל שב"ק צום דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" הגה"צ ר' אלטר לייזער שליט"א רב דביהמ"ד פשעווארסק-וויליאמסבורג בן האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף פאנעט שליט"א פון מאנסי בן האדמו"ר מדעעש-ב"פ שליט"א און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין לאנדאן.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "אלה פקודי המשכן משכן העדות" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יואל פרענקל הי"ו פון לאנדאן, מיט "ברכת המזון" האדמו"ר מטשחוב שליט"א פון ירושלים, "קה רבון עלם" הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג, און מיט "אז ביום השביעי" מוה"ר הערשל שרייבער הי"ו פון לאנדאן.
סיפורים ועובדות האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאלוב זי"ע וועמענס יומדה"ל עס געפאלט ז' אדר.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט פסוקי דזמרה הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'-לאנדאן. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית, און מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם וויעדער הי"ו ראה"ק.
מיט תפלת המנחה איז מכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הר"ר נח גפן שליט"א שו"ב, און מיט "שיר המעלות הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו פון וויליאמסבורג.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן אלה פקודי המשכן, וואס די ר"ת פון "פ'קודי ה'משכן" איז פ"ה. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בגנוז פון מדת השקר, און ארומגערעדט אז ווען איינער איז דבוק אין מדת השקר קען ער שווער תשובה טון, ווי עס שטייט פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע, ווייל מ'אנערקענט נישט דעם גודל פגם החטא. דער רבי האט אויך פארטייטשט דערמיט די פסוקים און מדרשים פון מגילת אסתר, און אנגעוואונטשן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין דבוק אין מדת האמת.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' מאיר קרויס הי"ו פון אנטווערפן, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו פון וויליאמסבורג, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט שליט"א פון וויליאמסבורג.

מוצש"ק פקודי
פארגאנגענעם בקודש פנימה זענען אריין א גרעסערע קבוצה מאנ"ש תושבי לאנדאן, וועלכע האבן געוויילט אויף שבת קודש בצל הקודש, און האבן מקבל געווען ברכת והדרכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצע בחורים פון לעיקואווד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אין קרית יואל, און דער רבי שליט"א האט זיי פארהערט זייערע לימודים.

זונטאג ויקרא
נעכטן – זונטאג אינדערפרי בעפאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, בני: הרה"ח ר' יוסף לייב הכהן סאנדער הי"ו פון וויליאמסבורג, מוה"ר דוד אייזיק שווארטץ הי"ו פון בארא פארק, און מוה"ר אלעזר געשטעטנער הי"ו פון קרית יואל.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' בנציון לאנדא הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און הרה"ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק הכהן פריעדמאן הי"ו אבי החתן און הרה"ח ר' יעקב מרדכי לאנדא הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג ויקרא
היינט אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום דאווענען אין די ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די תלמידי הישיבה, און זיך געשטעלט אויף די משנה "באחד באדר משמיעין על השקלים ועל הכלאים". דערביי האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט פון א געוויסע סארט תבואה מיטן נאמען "אייקקארן" מיט וואס מ'האט לעצטענס אנגעהויבן צו פראצעדורן מצות אויף פסח, וואס איז ספעציעל לייכט פאר די וואס ליידן אויפן מאגן, און קענען שווער פארדייען אנדערע סארט מצות. למעשה אבער זענען חשוב'ע תלמידי חכמים גרויסע מומחה נאכגעגאנגען דעם סטאטוס פון די תבואה, און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט נכלל אין קיין איינס פון די חמשת מיני דגן מיט וואס מ'קען יוצא די מצוה פון מצה. אזוי אז מיט מצות פון די סארט תבואה אייקקארן איז מען נישט יוצא די מצוה פון "אכילת מצה", און מ'דארף זיין נזהר אין דעם.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הכהן כ"ץ הי"ו אבי החתן און הרה"ח ר' משה הערש ברח"א בראך הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' משה אלימלך זאבעל הי"ו אבי החתן און מוה"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים הר"ר שמואל עקשטיין שליט"א מו"ל ספרי ליקוטי אורה אבי החתן און מוה"ר יצחק פייערשטיין הי"ו אבי הכל
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 1:24 pm

בצל הקודש
היינט פארטאגס אום 5:45 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל, אויפן וועג צום לופטפעלד, פון וואו דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין אייאווע, צו באזוכן ביי די "גסות שחיטה" פון קהלתינו הק'. צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א זענען מיטגעפארן די רבני קהלתינו הק', הגה"צ אבדק"ק קהלתינו מאנסי שליט"א און הגה"צ אבדק"ק קהלתינו לאנדאן שליט"א צוזאמען מיט הגה"צ אבדק"ק נייטרא-מאנסי שליט"א דער אפיציעלער רב המכשיר פון דעם פלענט אין פאטסוויל, אייאווע.
אויפן פליגער האבן די רבנים הגאונים שליט"א נושא ונותן געווען איבער די שאלה פון די נייע סארט תבואה פון וואס מ'האט אנגעהויבן צו פראצעדורן מצות אויף פסח. מ'האט ארויפגעלייגט אויפן טיש אלע חמשת מיני דגן, ווי אויך דער נייער סארט "אייקארן" און מ'האט דן געווען איבער אלע צדדים און אלע שאלות וואס עס קען זיך מאכן אום פסח.
מענין לענין האט זיך דער שמועס פארצויגן איבער אנדערע עניני כשרות ביי מצות, ווי אויך ביי פלייש, וויין און נאך, און מ'האט ארומגערעדט איבער אידישקייט אמאל און היינט, דעם מסירת נפש וואס פריערדיגע דורות האבן געהאט פאר יעדע מצוה, און דאקעגן ווי עס איז אכשר דרא ווען מ'קען היינט לייכטער צוקומען צו מהודר'דיגע תפילין, שחיטה, מצות, שופר, סוכה און נאך.
נאך א וועג פון צוויי שעה, האט מען געלאנדעט אין אייאווע אום 7:00 אינדערפרי (ארטיגע צייט, 8:00 ניו יארק צייט) און פון דארט איז מען גלייך ארויסגעפארן דעם שעה וועג ביז בית השחיטה אין פאטסוויל.
גלייך נאכ'ן אנקומען איז מען אריין אינעם ביהמ"ד פון דעם פלענט, וואו מ'האט געדאווענט שחרית, און דאן האט מען אנגעהויבן זיך אומצוקוקן אויף די סדרי השחיטה. א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א מיטגעהאלטן אלע פרטים, בודוק געווען די חלפים, מיטגעהאלטן די שחיטה און אלעס ארום, די בדיקות און דערנאך אריבער מיטהאלטן די בדיקות, סיי בדיקת פנים און סיי בדקת חוץ וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט. שפעטער איז דער רבי שליט"א אריבער צום אפטיילונג פון מליחה. דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די שרי', מליחה, הדחה א. א. וו. ווען במשך די גאנצע צייט איז דער רבי שליט"א נושא ונותן מיט די רבנים הגאונים שליט"א אויף יעדן פרט באזונדער.
דער רבי שליט"א צוזאמען מיט די רבנים הגאונים זענען שטארק נתפעל געווארן פון אלע פרטים און גאר שטארקע הידורים מיט וואס דאס פלייש ווערט צוגעשטעלט לויט די הוראות פון מרנן רבוה"ק, און ווי יעדע הנהגה און הידור וואס איז איינגעשטעלט געווארן במשך די יארן, ווערט אויסגעפירט מיט אזא פונקטליכקייט.
נאך 5 שעה באזוכן אינעם בית השחיטה, האט מען געדאווענט מנחה אין ארטיגן ביהמ"ד און פון דארט צוריק אויפן וועג צום לופטפעלד צוזאמען מיט די רבנים שליט"א, בעת הגה"מ מאנסי'ער רב שליט"א איז פארבליבן אויף נאך א טאג מיטצוהאלטן דעם ווייטערדיגן סדר השחיטה.
אויפן וועג צוריק האט מען ווייטער אויסגעשמועסט פארשידענע וויכטיגע פרטים בנוגע שחיטה, בדיקת סירכות וריאות און נאך שאלות, ומענין לענין פארשידענע שווערע שאלות בהלכות שבת וואס די היינטיגע טעכניק ברענגט מיט זיך.
אום 8:00 ביינאכט האט מען געלאנדעט אין ניו יארק, און מען איז אנגעקומען צום לופטפעלד פון וואו דער רבי שליט"א איז גלייך געפארן קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז דא זמני כניסה ווי אלע וואכן.
שפעטער וועט דער רבי שליט"א מפאר זיין בראש השמחה ביי די שמחת חתונה בחצרת קדשינו, די חתונה פון יונגסטן אייניקל פון מרן אביו רביה"ק הברך משה זי"ע, החתן בן לחדב"ן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א מנה"ר ישיבה לצעירים בוויליאמסבורג, בן האדמו"ר מצאנז-גריבוב שליט"א וחתן האדמו"ר מדזשיקוב זצ"ל.
די חתונה ווערט אפגעראכטן אין די זאלן פון "תפארת רבקה" מיט דאס השתתפות פון א גרויסן ציבור אנ"ש ובפרט אנ"ש תושבי מאנטרעאל וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג מאי 21, 2019 1:41 pm

דינסטאג ויקרא
פארגאנגענעם דינסטאג פ' ויקרא אין די אווענט שטונדן, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צוריק קיין ניו יארק, נאך דעם באזוך אין פאטסוויל, אאייווע, ביי די שחיטה פון קהלתינו הק' – ווי שוין באריכטעט – איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז געווען זמני כניסה ווי אלע וואכן.
בקודש פנימה איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת החאלאקע פון בן הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א נכד האדמו"ר מאלעסק-סטאניסלאוו שליט"א פון לאנדאן וחתן האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, ווי אויך פון בני: מוה"ר יואל גליק הי"ו און מוה"ר דוד לייביש ווייסמאן הי"ו.
אויך האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי האברך מוה"ר זאב ב"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי"ו ע"פ בתו הילדה ע"ה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א געפארן קיין בארא פארק, וואו דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה ביי די חתונה פון נכדו הצעיר פון מרן אביו רביה"ק הברך משה זי"ע, החתן פצע"ח הרב חיים מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א עב"ג בת הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א מנה"ר ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג, בן האדמו"ר מצאנז-גריבוב שליט"א וחתן האדמו"ר מדזשיקוב זצ"ל.
די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין די זאלן פון "תפארת רבקה" וואו עס האט זיך באטייליגט א שיינער ציבור אנ"ש פון אומעטום. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען סוף פון די ריקודין. אנקומענדיגן האט געטרונקן לחיים און געוואונטשן מזל טוב פאר'ן חתן און מחותנים. דאן האט מען געבענטשט, און דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט אמירת שבע ברכות.
גלייך דערנאך האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, און א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א געטאנצן די ריקודין מיט א געוואלדיגן התלהבות און ברען. נאך די ריקודין לפני הכלה האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די ריקודין מיטן חתן, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט גיסו הגה"צ מאנטרעאלער רב שליט"א. שפעטער האט דער רבי שליט"א אריינגענומען אינעם רינג גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און אחיו הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א. דערנאך האט מען אויסגעברייטערט דעם רינג, ארייננעמענדיג אלע נכדי מרן רביה"ק הברך משה זיע, ועצי התמרי"ם ימחאו כף פון דעם געהויבענעם מאמענט.

מיטוואך ויקרא
צומארגענס מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א תהלים-שיעור, משולב מיט עניני חג הפורים.
אינמיטן טאג איז אפגעהאלטן געווארן ביים רבי'ן שליט"א אן אסיפת הרבנים שליט"א איבער די פארשידענע סארט עופות וואס מ'שעכט אין די היימישע בתי שחיטה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר זלמן דוב ניימאן הי"ו פון קרית טאהש אבי החתן און מוה"ר ישראל אברהם פעדער הי"ו אבי הכלה.

דאנערשטאג ויקרא
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קדושת יום טוב, און מוה"ר שמעון יצחק פילעפף הי"ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די ענינים וואס מ'לערנט אצינד ביי די שיעורים אין די ישיבה גדולה, און ארומגערעדט איבער די גזירה פון "שמה יעבירנו" משולב מיט עניני פורים.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר מיכל יקותיאל פריעדמאן היו פון קרית טאהש אבי החתן, און מוה"ר משה יצחק האס הי"ו אבי הכלה.
נאך תפלת מעריב האט דער רבי שליט"א מחדש געווען די לבנה, און געוואונטשן א גוטן חודש.

שב"ק פרשת ויקרא-זכור
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו מלמד מומחה ובעל קורא קבוע בביהמ"ד הגדול דקרית יואל.
צום עריכת השולחן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות בבנין מבצר הכוללים צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה גדולה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח הרב מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר מיכל בהרר"ש בראנסדארפער שליט"א פון בית שמש, און מיט "מנוחה ושמחה" מוה"ר הערשל בערקאוויטש הי"ו פון אשדוד.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די מדרשים פון די פרשת הקבנות אין פרשת ויקרא, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שמחה הכהן פריעדמאן שליט"א, מיט "ברכת המזון" הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, "קה רבון עלם" נכדו הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א פון ירושלים עיה"ק, און מיט "אז ביום השביעי" בנש"ק הרב נפתלי משה ווייס שליט"א פורים-ראב"ד דק"ק קרית יואל.
"סיפורים ועובדות" האט דער רבי שליט"א דערציילט עניני חג הפורים ביי פריעדיגע צדיקים זי"ע.
שבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית ואמירת היוצרות. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען מפטיר און געליינט די קריאה פון פרשת זכור. מיט "תפלת המוספין" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים אהרן קליין הי"ו.
נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון די קריאה פון "זכור" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז עמלק איז געקומען אויף צוויי אופנים מכשיל צו זיין אידן, איינס במטמוניות, דאס מיינט אז ער האט מכשיל געווען אידן במחשבה שבלב, און דאס צווייטע בגלוי, דאס מיינט אז ער האט מכשיל געווען אידן במעשה. אויף דעם וואס עמלק האט מכשיל געווען אידן במעשה איז דער דער חיוב פון תמחה את זכר עמלק, אבער אויף וואס ער האט מכשיל געווען אידן במחשבה, אויף דעם זאגט דער פסוק אז השי"ת זאגט "מחה אמחה" ווייל די מחשבה דאס איז דער חלק אלקי ממעל וואס דאס דערגרייכט ביז צו השי"ת, און מיט דעם וואס יעדער איז מקיים דעם "תמחה את זכר עמלק" איז מען זוכה אז השי"ת איז מקיים דעם "מחה אמחה" ווען מ'וועט שוין בקרוב זוכה זיין צו מחיית עמלק בביאת משיח צדקינו.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' חיים אלטר בראך שליט"א, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו. אויך האבן די קינדער געזינגן ניגוני שמחה לכבוד שבת-זכור.

מוצא שבת ויקרא-זכור
בקודש פנימה איז אריין מוה"ר ארי' האפפמאן הי"ו מחשובי אנ"ש אין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אותיות לגומרה של תורה אין די נייע ספר תורה וואס ער האט אריינגעגעבן אין בית מדרשינו הגדול אין מאנסי
אויך זענען אריין בקודש פנימה די מלמדי תשב"ר פון תלמוד תורה "אמרי אמת" דחסידי גור פון בארא פארק, מקבל צו זיין ברכת והדרכת הקודש.

זונטאג צו
זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון מוה"ר יעקב ברמ"ח הכהן פריעדמאן הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: העסקן החשוב מוה"ר בעריש פעלדמאן הי"ו, מוה"ר ירחמיאל וואלף פריעד הי"ו מלמד במוסדותינו הק', מוה"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו און מוה"ר מאיר בער קאהן הי"ו פון וויליאמסבורג.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו אבי החתן און מוה"ר דוד שטוהל הי"ו אבי הכלה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צום קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יואל ברש"ע מיטעלמאן הי"ו פון מאנטרעאל אבי החתן און מוה"ר יעקב יוקל ברי"ב הירש הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום זאל פון "כינור דוד" צו באשיינען דעם שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגה"צ הדומ"ץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת לחתנו הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג ומו"ץ ב'קהלתינו הק' ב'וויליאמסבורג בן האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א עב"ג החתן בן הרה"ג ר' איתמר מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ווייטצען שליט"א וחתן הגה"צ אבדק"ק גמזו שליט"א.
עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בהלכה ובאגדה, ובפרט איבער דעם נושא פון פנים חדשות אום פורים. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א געזאגט "שבע ברכות" און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיטן חתן און מחותנים און עקסטער מיט'ן דיין שליט"א.

מאנטאג צו
דעם פאלגענדן מאנטאג אינדערפרי בעפאר'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד צום שמחת הברית פון בן מוה"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור. שפעטער זענען אריין בקודש פנימה די בחורים וואס האבן זיך געגרייט ארומצוגיין בימי הפורים לטובת די צדקה קאסע "אבני חסד" פאר וועמען דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים מוה"ר יחזקי' פייוויל ווייס הי"ו אבי החתן און מוה"ר יוסף יודא פישער הי"ו אבי הכלה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש צו "קריאת התנאים" צווישן המחותנים מוה"ר חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל בהר"ר יעקב פארגעס הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג צו
אום דינסטאג פ' צו אינדערפרי בעפאר'ן דאווענען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום שמחת הברית פון בן מוה"ר יואל ב"ר קאפל שעהנברוין הי"ו.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "ויואל משה". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור.

מיטוואך צו, תענית אסתר
מיטוואך ביום תענית אסתר אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו און מוה"ר ישראל לעבאוויטש הי"ו פון מאנסי.

ליל פורים
אום תעית אסתר נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען מלובש בבגדי שבת צו תפלת המנחה. פאר'ן עמוד האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען שלישי.
ביי מעריב איז געווען דער בעל תפלה הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. גלייך נאך מעריב האט דער רבי שליט"א אנגעטון דעם טלית און פארגעליינט די מגילה מיט א געוואלדיגן התרגשות, ובפרט ביי עטליכע פסוקים ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט געפייערט מיט א געוואלדיגן קאך. דאס ליינען די מגילה האט זיך פארצויגן אויף בערך א שעה-און-א-פערטל.
שפעט אין די נאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות צום עריכת השולחן לכבוד הלילה. מ'האט מאריך געווען בשירות ותשבחות, און דער רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט "אשר הניא" הרה"ח ר' זלמן לייב שווארטץ הי"ו פון בני ברק, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה בקרית יואל.
דער רבי שליט"א האט עטליכע מאל געזאגט דברי תורה אויף די פסוקי המגילה, בדרך דרוש ואגדה, ארויסברענגענדיג דעם תקוף הנס.
נאך די דברי תורה האט הר"ר שמואל בהררא"מ קרויס שליט"א משגיח בישיבה גדולה, אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזים, איידערן איבערגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א דער משלוח מנות פון נאנט צו 2,000 תלמידי ישביתינו הק' איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן זיך אונטערגענומען א קבלה טובה, נישט צוצורירן צו די כלי סמארטפאון.
גלייך דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם קונטרס מיט די חתימות פון די בחורים, וואס דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט מיט גרויס התרגשות, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די בחורים. דאן זענען אלע בחורים וואס האבן אונטערגעשריבן, אריבער כבני מרון, און דער רבי האט פאר יעדן פארטיילט געבענטשטע מטבעות, פון די ספעציעל-געגאסענע מטבעות לכבוד המאורע.
מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם פ"ר-ראב"ד הרב נפתלי משה ווייס שליט"א.

יום הפורים
ביום הפורים אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען בערך 10:15 נאכ'ן אויסזאגן ספר תהלים בביתו נאוה קודש. פאר'ן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען שלישי.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אנגעטון די תפילין דרבינו תם, און איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת המגילה. פאר אנהייבן ליינען איז ערשינען אויף די בימה דער משמש ביהמ"ד הגדול מוה"ר יואל קויפמאן הי"ו. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און דערנאך מקיים געווען דעם מנהג פון "מחצית השקל".
דאן האט דער רבי שליט"א פארגעליינט די מגילה, וכמעשיהו בראשונה מיט א קאך און ברען, מיט בכיות און רגש של שמחה וקדושה וואס האט יעדן שטארק מעורר געועון.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן "מתנות לאביונים" פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת קרית יואל. בביתו נאוה קודש האט דער רבי שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און דערנאך געפראוועט די ערשטע סעודה פריוואט.
אין די נאכמיטאג שעות האט א ריזן ציבור איבערגעפולט ביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א קומענדיגן זיך מזכיר זיין להפקד בדבר ישועה ורחמים אין דעם גרויסן טאג.
שפעטער האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה און דאן ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום סעודת משתה היין. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה, און נאכ'ן זאגן "לשם יחוד" מקיים געווען דעם מחויב אינש מיט עטליכע כוסות וויין. במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א כסדר משמיע געווען געהויבענע דברי תורה, בגודל קדושת היום און איבער דעם תוקפו של נס, ובין הפרקים האט מען געזינגן ניגוני שמחה ודביקות. עטליכע מאל אינמיטן טיש האט דער רבי שליט"א זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א געוואלדיגן התרגשות, ובפרט אינצווישן ווען דער רבי שליט"א האט נאך א דבר תורה מעניני שבת, באפוילן צו זינגן ניגוני שבת קודש ביי וועלכן מ'האט זיך געהויבן אין די לופטן.
בין הדברים האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם וואס אפילו די גופים פון אידן זענען העכער און אנדערש ווי די גופים פון אומות העולם. מיט דעם רבי שליט"א ממליץ טוב געווען אויף דעם וואס מ'הערט צומאל אז דאקטוירים האבן געמאכט די און יענע סטאטיסטיקס וואס איז נישט אלץ אזוי גינסטיג. אבער די אלע סטאטיסטיקס האבן זיי דאך געמאכט אויף גופים פון גוים, וואס דאס האט גארנישט צו טון מיטן גוף פון א איד וואס גאנץ אן אנדערע זאך, און אידן וועלן אי"ה זיין געזונט און שטארק בכל רמ"ח אבריהם ושס"ה גידיהם.
במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א פארגעזינגן כנהוג "אדון עולם" מיט א געוואלדיגן התרגשות און מיט בכיות עצומות, וואס האט נאכגעפאלגט מיט ניגוני אמונה און אנדערע ניגונים.
כנהוג האט דער רבי שליט"א פאררויכערט א ציגאר, און דערביי זיך אונטערגעזינגן א תנועה קדושה פון הרה"ק מקאלוב זי"ע. דעם איבעריגן טייל האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן פאר הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו. עקסטער האט דער רבי שליט"א געגעבן א ציגאר פאר'ן בחור המשב"ק נחום שמשון שווארטץ הי"ו.
מיט "אשר הניא" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מראה"כ ומו"ץ בקרית יואל, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה גדולה. דער פ"ר-ראב"ד הרב נפתלי משה ווייס שליט"א האט פארגעזינגן "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט" פון הייליגן קדושת לוי זי"ע.
מ'האט געהערט דברי בדחנות פון הרה"ח ר' שלום אליעזר דים הי"ו, און קרוב לחצות הלילה האט דער רבי שליט"א געבענטשט אויפן כוס, נאך קרוב צו זעקס שעה פון געהויבענער התרוממות הנפש.
גלייך נאכ'ן טיש האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

פרייטאג ערש"ק צו-שושן פורים
אום שושן פורים ערש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר מרדכי הערש היימאן הי"ו פון מאנסי און מוה"ר וואלף גרובער הי"ו.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן לכבוד היום, ביי וועלכן מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני התרגשות ושמחה. מיט "אשר הניא" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אבדק"ק הוניאד, און מיט "שושנת יעקב" הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב-קרית יואל. עטליכע מאל במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה אויף די פסוקי המגילה ומאמרי חז"ל וואס דער רבי האט אויסגעטייטשט בדרך אגדה וחסידות, און בסיום דבריו ארומגערעדט איבער די קופת צדקה "אבני חסד" רופענדיג דעם ציבור זיך אנצושליסן מיט שיינע סכומים. דער רבי שליט"א מכבד געווען אלע מיטן נאמען "יצחק" ארויפצוקומען אויפן טיש, צו זאמלען געלט פאר די קופת צדקה.
א לענגערע צייט האבן די גבאי צדקה זיך געדרייט אויפן טיש און געשאפן גרויסע סכומים, און נאכ'ן אנהויפענען דעם גאנצן סכום פארענט פון רבי'ן שליט"א האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מתנדבים בעם.
ועוד הוסיף האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען א בקשה שני' צום ציבור אז מ'זאל זיך ווארעם אנרופן לטובת די הייליגע מוסדות "יטב לב בארה"ק" וועלכע זענען אצינד ספעציעל אנגעוויזן אויף די ווארעמע שטיצע פונעם ברייטן ציבור.
דערנאך איז ערשינען אויפן טיש דער פ"ר הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א וועלכער האט משמיע געווען פאסיגע דברי תורה אויפן פורימ'דיגן אופן. שפעטער האט מען געהערט דברי בדחנות פונעם פ"ר-משב"ק הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו און דערנאך פונעם פ"ר-ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א וועלכער האט אויך משמיע געווען הארציגע חרוזים.
דער רבי שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס.

שב"ק פרשת צו
דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די תפלות אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה.
צום ערשטן חלק פון קבלת שבת איז צוגעגאנגען דער פ"ר ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א וועלכער האט לכה דודי געזינגן אן אנדערן ניגון ביי יעדן שטיקל. ספעציעל האט מען מאריך געווען ביי "בואי בשלום" מיט עטליכע ניגונים במשך א לענגערע צייט. דערנאך האט איבערגענומען הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו וועלכער האט פארגעדאווענט ביז צום סוף.
צום טיש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל השולחנות. מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל היילברון שליט"א פון וויליאמסבורג, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו פון בארא פארק.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "זאת תורת העולה" אויף וואס דער מדרש זאגט "אימתי בן דוד בא" און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה, אז דורכ'ן כח פון מסירת נפש איז מען זוכה צו כפרה אויף אלע עוונות.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א מו"ץ ומגי"ש בישיבה קטנה קרית יואל, מיט "ברכת המזון" און "קה רבון עלם" נכדיו בני חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א, מיט ברכת הזמזון הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א פון ירושלים עיה"ק, מיט "קה רבון עלם" נכדו הרה"ג ר' יוקל טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבה קטנה באר התורה און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
סיפורים ועובדות האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן דאנערשטאג.
אום שבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הר"ר יחזקאל שרגא געלבשטיין שליט"א מרבני מבצר הכוללים, צו תפלת השחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו משב"ק. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער שמחת הברית פון בן מוה"ר חיים יחזקאל ראזענבערג הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
נאכמיטאג איז מכבוד געווארן מיט תפלת המנחה הר"ר יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "זאת תורת העולה" אויף וואס דער מדרש זאגט "אימתי בן דוד בא" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז אן עולה איז מכפר אויף הרהור הלב, וואס איז טאקע נאר אן התחלה, אבער התחלה איז חצי הכל, וואס מ'קען זיך אראפלערנען דעם געוואלדיגן כח פון אן התחלה לדבר מצוה.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א פון וויליאמסבורג, מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' יודא שטיינמעץ הי"ו און מיט "שושנת יעקב" הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנה"ר בית רחל.

זונטאג שמיני
פארגאגנענע וואך זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר משה שמואל ברי"א שטיין הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' קלמן גפן שליט"א מרביץ תורה במוסדות קרית יואל, מוה"ר שלמה הכהן שעהנברוין הי"ו, מוה"ר משה וואלף מארמארשטיין הי"ו און מוה"ר יעקב יואל פריעדמאן הי"ו פון בארא פארק.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן, און מוה"ר משה ברח"א ראטה הי"ו אבי הכלה.

מאנטאג שמיני
צומארגענס מאנטאג אינדערפרי צו תפלת שחרית איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה סניף "דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן הגה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל רב דביהמ"ד משכנות הרועים בקרית יואל. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים-שיעור.
שפעטער זענען אריין בקודש פנימה די אנדערע בחורים וואס האבן אויך אונטערגעשריבן די קבלה טובה נישט צוצורירן צו א סמארטפאון און האבן איבערגענומען געבענטשטע מטבעות קודש פון רבי'ן שליט"א.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענער הי"ו גבאי נאמן בביהמ"ד הגדול אבי החתן און מוה"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר נפתלי הירצקא וויינבערגער הי"ו אבי החתן און מוה"ר ישראל טובי' ווייסמאן הי"ו אבי הכלה.

דינסטאג שמיני
אום דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית אין היכל הישיבה גדולה סניף "ויואל משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר אליעזר זוסיא זילבער הי"ו. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה סניף "דברי יואל" וואו דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט דעם ערשטן "סוגיא שיעור" אין די סוגיא פון "מצוות עשה שהזמן גרמא" וואס מ'לערנט אצינד אלס הכנה צו שבת הגדול ויום טוב פסח.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז געווען קבלת קהל ווי אלע וואכן.

מיטוואך שמיני
מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין די ישיבה גדולה סניף "עצי חיים". נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א "תהלים שיעור". שפעטער האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א לענגערן שיעור אין די "סוגיא" פון מצות עשה שהזמן גרמא.
נאכ'ן שיעור האט דער רבי שליט"א מתעסק געווען בדבר מצוה צו "מאלן ווייץ" פאר די מצות פון חג הפסח הבעל"ט. אויך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט מיט די בחורים איבער דעם אויסזען פון ווייצלעך וואס זענען מבוקעות וכו'.
פארנאכטס האט דער רבי שליט"א געפראוועט צוזאמען מיט יוצ"ח א סעודה לרגל די יארצייט פון זיין חותנו האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יחיאל אלתר טויב הי"ו אבי החתן און הרה"ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנה"ר בישיבה קטנה קרית יואל אבי הכלה.
עס האט אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א האדמו"ר ממבקשי השם שליט"א.
פאר מעריב האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע.

דאנערשטיג שמיני, כ"א אדר
פארגאגנענעם דאנערשטאג אינדערפרי צום דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הישיבה גדולה "סניף ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר מנחם ווייס הי"ו פון מאנטרעאל.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט און געזאגט מיט גרויס התרגשות די "תפלה קודם התפלה" פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תהלים שיעור, געבויט א ווארט פונעם בעל הילולא זי"ע, און ארומגערעדט פון דעם גרויסן טאג, ובפרט פון דעם התעוררות וואס הערשט על מקום מנוחת קדשו אין ליזענסק.
מיטאג-צייט האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט דעם דריטן שיעור אין די סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גרמא.
נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש קיין בני ברק צו אן אסיפת הנהלת הקהלה והמוסדות, און ממנה געווען הרה"ג רבי מיכל פריעדמאן שליט"א אלס דומ"ץ דקהלתינו הק' אין בני ברק, און אלס מנהיג הביהמ"ד בשיכון קרית יואל לאחר פטירתו פונעם פיליעריגער רב הגה"צ רבי אלי' כ"ץ זצ"ל. אויך האט דער רבי שליט"א ממנה געווען הרה"ג ר' יושע צבי הלוי יאזשעף שליט"א אלס מו"ץ בקהלתינו הק' אין בני ברק.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר זלמן לייב קליין הי"ו אבי החתן און מוה"ר אברהם יצחק פלאהר הי"ו אבי הכלה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר שמשון גפן הי"ו אבי החתן און מוה"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "שאפינג סענטער" מפאר צו זיין בראש ביים שמחת השבע ברכות פון נכדת הגה"צ הדומ"ץ שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א ראה"כ כוללי ערב שבת וכולל עטרת חכמים, בן הגה"צ אבד"ק תפארת משה שליט"א בן הגה"צ מלאנצוט שליט"א וחתן הגה"ק האדמו"ר מספינקא זצ"ל עב"ג בן הרה"ג ר' מרדכי שמואל שטויבער שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו הק' אין בארא פארק.
עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א אין כמה ענינים. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א געזאגט שבע ברכות, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיטן חתן והמחותנים און עקסטער מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

פרייטאג ערש"ק פרשת שמיני
פארגאנגענעם ערש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר ארי' ברח"מ בוכינגער הי"ו פון מאנטרעאל.

שב"ק פרשת שמיני-פרה, מברכין החודש
פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א ראה"כ כוללי ערב שבת. נאכ'ן דאווענען האט הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ווערטער לטובת די פעולות פונעם "מטה הסברה" קעגן די בחירות הטמאות וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די קומענדיגע וואכן.
צום עריכת השולחן איז דער רבי שליט"א ערשינען צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבות. מיט "אשת חיל"ל האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב אביגדור פריעדמאן הי"ו פון בני ברק, און מיט "מנוחה ושמחה" מוה"ר מאיר פאנעט הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" און עס אויסגעטייטשט בדרך דורש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הר"ר נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א, מיטן בענטשן הר"ר חיים הלברשטאם שליט"א נכד אחיו הגה"צ אבדק"ק קהלתינו הק' 15טע עוו. שליט"א בן לחתנו הרה"ג ר' אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' 18טע עוו. מיט "קה רבון עלם" מוה"ר יואל פערלמאן הי"ו פון בארא פארק, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו שו"ב פון וויליאמסבורג.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק בעל חידושי הרי"ם מגור זצ"ל וואס די הילולא איז אויסגעפאלן אום שבת קודש.
ביום השב"ק אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית ואמירת היוצרות, און נאכ'ן ליינען האט דער רבי שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט התעוררות. מיט תפילת המוספין איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין הי"ו ראה"ק דק"ק קרית יואל.
נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הברית פון בן מוה"ר יואל בהר"ר ישראל העניך שעהר הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
מיט תפלת המנחה איז מכבד געווארן מוה"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת פרה, און ארומגערעדט פון דעם וואס קברי עכו"ם זענען נישט מטמא, נאר קברי ישראל, מיטן משל פונעם אוה"ח הק' אז די שרצים קלעבן נאר צו אן אויסגעליידיגטע פאס פון האניג. אבער פון דעם וואס מ'זעט אז אויך די קברים פון א מומר ח"ו איז מטמא וואס דער טעם איז, אז שמא הרהר תשובה אין די לעצטע מינוט, זעט מען פון דעם דאס חשיבות פון א קליינע תנועה פון א איד אויב מ'טוט דאס מיטן גאנצן אמת'דיגקייט, וואס דאס איז פשט פון "זאת חקת התורה" דאס איז א לימוד אויף כל התורה כולה צו וויסן דאס חשיבות פון יעדע תנועה קלה פאר'ן אויבערשטן.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, מיט "קל מסתתר" הרה"ח הרב משה יונה ראזענפעלד שליט"א מנהל "בית לפליטות" און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' ישראל ברוך בלום הי"ו.

מוש"ק שמיני
פארלאפענעם מוצש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" צו באשיינען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די לומדי כוללי "ערב שבת" פון אומעטום לכבוד השמחה בבית המייסד וראה"כ הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א. דערביי האט דער ראה"כ הר"ר יוסף מרדכי שליט"א אויפגעטרעטן בדברי פי חכם חן. דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן ומחותנים ובראשם פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און ארומגערעדט דאס חשיבות פון לומדי תורה וואס זענען מקדיש די צייט פון ערב שבת אויף לימוד התורה. דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבחו פונעם ראה"כ הר"ר יוסף מרדכי שליט"א וואס טוט אויף אזעלכע גדולות ונצורות, וואס מ'זעט פון דעם אז מ'דארף נישט זיין דער גרויסער עושר אויף צו קענען אויפטון, נאר מ'דארף טון אין עסקנות מיט וואס מ'קומט אן זייער ווייט.
דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין ריקוד נלהב מיטן חתן און מחותנים שליט"א.

זונטאג פרשת תזריע
נעכטן – זונטאג אינסערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין היכל הישיבה גדולה סנוף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר יוסף אירגאס הי"ו און מוה"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו פון וויליאמסבורג.
שפעטער האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט דעם סוגיא-שיעור אין די סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גרמא.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך לך לך » דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:59 am

עפעס איז נעכטן געווען א גרויסע מיטינג אין קר"י וועגן ב"ב
איינער מיט דיטעילס ?
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:39 am

יו"ט אין דער וואכן.
בקיצור הדברים:
ר' חיים הערש טאר נישט אריין קומען אין ביהמ"ד נאר מיט רשות פון די הנהלה.
מ'זאל נישט שטיצן זיין קאסע, ווייל עס גייט פאר פאשקעווילן.
כ"ץ ווערט א האלבע רב.

די ארוינישע פארטיי איז אויף רעדער. זיינע גרעסטע חסידים ווייזן דעם רבי'ן דעם מיטלסטע פינגער. עס קומט לכאורה א גרויסן יחץ.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך לך לך » דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:59 am

נעגעל וואסער האט געשריבן:יו"ט אין דער וואכן. כ"ץ ווערט א האלבע רב.
וויאזוי ווערט מען האלב רב? :?:
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג יוני 13, 2019 12:31 pm

ער דארף זיך נאך מיישב זיין צו כ"ץ זאל ווערן רב, אויף דערווייל קען ער זאגן עפעס א שיעור אין ביהמ"ד.
מען קען אויך ווערן רב אויף א האלבע קהלה, אויב די אנדערע האלב אנערקענט נישט אין איהם...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך לך לך » דאנערשטאג יוני 13, 2019 1:01 pm

מיין געוויסן זאגט מיר אז מייזליש גייט פליען ווי א ..
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך moneyminded » דאנערשטאג יוני 13, 2019 1:48 pm

פרעצעדענטלאז:
*"מייזליש" פאמיליע אונטער א מיאוס'ע אויסגעשפראכענע אטאקע מצד אדמו"ר מהר"א מקרית יואל*
*ביי א מיטונג פון זיינע ראשי הקהלה פון ניו-יארק געלאזט פאלן די פאלגענדע ווערטער: די מייזליש משפחה זענען אוממענטשן איינער ביי איינער * דער טאטע ז"ל האט בכלל נישט געוואלט דאס שידוך מיט רד"ב * פאדערט זיך נישט צו טאן מאכן פון די "דמעות יללות התנינים" פון משפחת מייזליש עס איז פאלשע וויינערייען * איסור דריסת הרגל פאר רח"צ מייזליש אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון צו פירן די מינדעסטע זאך * ווער עס שטיצט זיין "קמחא דפסחא" גוט געלט פאר טעראר אין פאשקעווילן * בני ברק פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר * גאנצטע קהילות פון מהר"א מקרית יואל איבער די וועלט ווערן חרוב ווי ת"ח ות"ט.*
בני ברק.- וואס עס גייט פאר אין בני ברק ביי די קהילה פון מהר"א האט קיינער נישט געקענט פאראויסזעהן, אפילו די איצטגניני פרעה וואלטן עס נישט געקענט שרייבן פון פאראויס, אזוי ווי קיינער האט נישט געקענט גלייבן מיט 25 יאר צוריק אז ר' ישראל פון וויזשניץ וועט נאך אמאל זיין דער רבי פון קרית וויזניץ אין בני ברק, האט קיינער נישט געקענט פאראויזעהן אז די שטערקסטע באזע פון מהר"א וועט צוברעקעלט ווערן אויף פיצלעך, פאר נארישקייטן פון קמצא בר קמצא, די גרעסטע קטני אמנה מיזן שוין מודה זיין אז דער באשעפער איז גרויס, אין עוד מלבדו.
מהר"א מקרית יואל איז אריין א משוגעת אז זיין פלומעניק (בן אחותו ווי ער רופט עם) ר' חיים הערש מייזליש וויל עם ירשנ'ען בחייו, און ער פירט מיט עם א מערכה כבדה מיט אלע מיטלען, און לצורך דעם המטרה מקדשת את האמצעים, און ער האט באשלאסן אויסצומעקן די גאנצע "מייזליש" פאמיליע וואס זענען געשטאנען מיט עם האנט ביי האנט ביי די מערכה קעגן זיין ברידער מהרי"י מסאטמאר.
נעכטן מיטוואך נאכט ד' נשא האט ער פאררופן א מיטונג פון אלע ראשי הקהלה זיינע פון ניו-יארק, פון קרית יואל, וויליאמסבורג, מאנסי, בארא פארק, לייקוואוד, בני ברק, צו באהאנדלען די "מייזליש" געשיכטע פון בני ברק, מיט איר אומפאראויסגעזענע סיטאאציע, אז רח"צ מייזליש האט 70 פראצענט פון קהלה מיט זיך, קעגן די אויסגערופענע מיינונג פון זייער רבי'ן מהר"א מקרית יואל.
דער רבי דער מהר"א האט דארטן געגאסן פעך אין שוועבך אויף גאנץ משפחת מייזליש, ווען אלע זיינע ראשי קהלה האבן מיט געשאקעלט מיט עם "הן", אזוי ווי זיי וואלטן געשטאנען פראנט פון א "קאפא" ביים צוויטן וועלט קריג, און מורא געהאט עם פארהאלטן און עם זאגן דעם אמת: רבי האסט געכאפט א נערוון בראך.
דער יו"ר ההנהלה פון בני ברק יחזקאל ראטער האט געלאזט הערן איבער א שעה צייט דאס מציאות המחלוקת וואס גייט דארטן פאר, און אראפגעלייגט מייזליש אלס א שוואכלינגער, א פערזאן אן א רוקן, און האט גע'טענה'עט אז וואס נאר מ'האט דורכגעפירט אין בני ברק אין די לעצטע 20 יאר, אפילו וואס מייזליש איז געווען פארמישט דערין, איז אלעס נאר בזכותו, אנדערש וואלט דארט גארנישט געקענט געשעהן.
דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז מייזליש מיט זיינע קינדער שטייען אונטער אלע רודערייען און אלע אטאקעס, און עס איז נתברר געווארן די זאך מעל לכל ספק.
יעצט וועט איר הערן די פנינים היקרים ודבש נופש צופים וואס דער מהר"א מקרית יואל האט געלאזט הערן אויף זיין שוואגער זיינע פלומעניקעס נעפיו'ס און די גאנצע ברייטע מייזליש פאמיליע, אומגלויבליך, עליונים ששו ותחתונים עלזו.
די באריכטן זענען פון 3 אידן וואס זענען געוועזן אנוועזענד דארטן.
 
*ערשטע באריכט:*
דער רבי גערעדט אויף בעריש, בעיקר דאס אומענטשליכקייט געגעבן א משל אז ווען געווען באזוכן יעצט פסח בעריש געליגן מיט א רויז, האט מען נישט אריינגעלאזט דעם יואלי פריעדמאן (דער בילדער מאכער), אן עסקן וואס איז זיך מקריב פאר 53 סטריט, און דאס ווייזט ווער בעריש איז.
דער טאטע האט נישט געוואלט מאכו דעם שידוך מיט בעריש, און מ'האט פון עם צער מיט עגמ"נ.
ווייטער איבער חיים הערש האט ער אראפגעלייגט  די גאנצע פרשה אז מ'האט אים געשיקט צו א פסעכיאטער און ער האט פונקטליך ארויסגעהאט וואס ער האט אין מיינד ביי זיך, און איך ווייס אלעס וואס ער וויל.
חיים הערש שטעלט א פנים ווי א "נרדף", זאל יעדער וויסן אז ער איז א "רודף", איך האב געהייסן ער זאל אפשטילן די מערכה דארטן, ער זאל ווארפן 3 יונגעלייט מחוצפים פארפירער'ס און ער פאלגט נישט, ער טוט גארנישט, דאס מיינט אז ער שטייט אונטער אלעס, ער איז א "רודף".
ובעיקר מען זאל נישט ווערן באנומען פון זיי (מייזליש'עס), און נישט אויסהערן וואס זיי רעדן, זייערע "דמעות יללת התנינים" איז פאלש, זייערע וויינערייען איז כולו פאלש עס איז נישט מער ווי א "פלעי", וביותר זיין געווארענט נישט צו געבן געלט דארט, ווייל אלעס גייט פאר פאשקעווילן, ער איז אליין איבערצייגט אזוי, און דער עולם ווייסט אז א מערכה און פאשקעווילן קאסט אסאך געלט
בנוגע אברהם שלמה כץ (זון פון ר' אלי' ז"ל וואס עס איז דא א געדאנק עם אויפצונעמען אלס רב) האט ער געזאגט אז ס׳איז דא 3 מהלכים, אדער מאכן רב, אדער אויסקויפן מיט געלט, אדער זיך אנפייפן, למעשה ער גייט אים נישט מאכן רב יעצט, גראדע ער איז דא געווען יו״ט ער קוקט אויס א פיינער אינגערמאן, ער האט געבעטן מען זאל אים געבן א שיעור אין ביהמ״ד
 
*צווייטע באריכט:*
די רבי האט זיך אופגערעדט אויף אלע בערישס קינדער.  וויפעל ער טיט פאר זיי. אויסגערעכנט אלע קינדער בייזינדער  אלעס וואס זיי האבען בייקומען וועזשעס, שטעלעס, געלטער, אפי זיי זענען נישט ווערט.
מיינע קינדער האבן מיר שוין די פארגאנגענהייט פארגעהאלטן פארוואס זיי האבן נישט קיין נארמאלע וועידזשעס, פארוואס? ווייל מיר הייסן נישט "מייזליש" ?
דער רבי זאגט ער וויל מזאל מחזק זיין די קהילה די מוסדות דארטן די הנהלה, .. מזאל געבען דאס "גרעסטע כבוד" פאר חיים הערש, אבער ביי זיך אין "זכרון מאיר" שוהל, זאל ער אלעס ווייטער פירן, אבער נאר דארטן, אבער אין די גרויסע שול אין שיכון קען ער נאר קומען ווען מ'רופט אים רעדן.
חיים הערש מעג נישט גיין נאך געלט, ער איז נישט אין די הנהלה רוחניות, ער מעג נאר זיין אין ישיבה גדולה מיט די טיטל ראש הישיבה
און ער האט נישט קיין דריסת הרגל אין בית המדרש אין שיכון
דער רבי שטיל געמאכט חזקאל ראטער אינמיטן רעדן און געזאגט דער עולם האט שוין גענוג געהערט. א גוטע נאכט.
איינע פון די עוולות פון ר' בעריש, וואס דער רבי האט אויגערעכענט, אז ווען די רבי איז געקומען באזיכן חול המועד פסח ר' בעריש צוליב דאס וואס ער איז געווען אין שפיטאל, האט מען נישט אריינגעלאזט פיקטשער פריעדמאן. מיט דעם האט ר' בעריש געטשעפעט דעם רבין.
 
*דריטע באריכט:*
די רבי האט דערציילט אז בערישס קינדער האבן אים געברענגט אין די פארגאנגענהייט א פארמאכטע ענוועלאפ בריוו פין די שוועסטער ע"ה (חייקי) ווי זי האט געבעטען ער זאל קעיר נעמען פין אירע קינדער.. ער האט זיך אופגערעדט אויף אלע בערישס קינדער. איינס ביי איינס.  וויפעל ער טיט פאר זיי. אויסגערעכנט אלע קינדער בייזינדער  אלעס וואס זיי האבען באקומען, ער האט יעדן אויסערעכענט ביים נאמען די מענער מיט די ווייבער מיט די שנורן וכו' און אראפגעריסן יעדן כיד הטובה עליו, און זיי באשולדיגט מיט טענות.
לגבי בעריש האט ער געזאגט, "מ'מיינט אז איך ווייס נישט וואס גייט פאר אלע יארן אין 53 וואס פיסטעוועט און ווייטאגט געפערליך, נאר איך שווייג אין איך שטופ ווייטער כדי נישט צו טשעפענען קיינעם".
מאטכע אהרן האט ער געזאגט איז אן עקסטערע פרשה פארזיך, און עס איבעריג צו רעדן, פרעגט אברהם בראך.
מענטשן טענה'ען וואס דארף מען זיך צו טאן מאכן פון בני ברק עס רעדט זיך פון א 300 אידן, לעומת דעם איז דא טויזענטער אידן איבער די וועלט וואס ארבעטן געטריי. אבער עס איז נישט אזוי, די פון בני ברק ברענגען אן הרס אין די גאנצע וועלט.
דער רבי האט געזאגט: "דערציילט דא איינער, אז איינער וואס האט עפעס שלום געמאכט אין בעלז האט ער אים געשיקט קיין ב"ב  פראבירן שלום צומאכן. איז ער צוריקגעקומען אין געזאגט סאטמערע רבי אויב איר ווילט ס'זאל זיין א קהילה אין בני ברק זאלט איר ארויסווארפן חיים הערש, דער רבי האט פארלאנגט מ'זאל מחזק זיין די קהילה.
מזאל געבען דאס "גרעסטע כבוד" פאר חיים הערש. ביי זיך זאל ער אלעס ווייטער פירן. אבער אין די גרויסע שיל קען ער נאר קומען ווען מ'רופט אים רעדן. אין ווען זיי קומען פאר קמחא דפסחא זאל מען זיי נישט געבן קיין געלט ווייל דאס גייט פאר פאשקעווילן
 
דער סיכום פון אלע 3 באריכטן איז ווי פלגענד:
*א) אסר עליו להיכנס לבית המדרש הגדול בשיכון - למעט כשמזמינים אותו.*
*ב) אסר על חסידיו לתרום כספים ל'קמחא דפסחא' של בן אחותו, בתואנה שזה הולך לטרור ולפשקווילים.*
*ג) לגבי הצוואה של רב הקהילה הרה"ג ר' אליהו כץ זצ"ל למנות את בנו ר' אברהם שלמה כ"ץ לממלא מקומו, הציע האדמו"ר שלושה מהלכים: 1) למנות אותו כרב באופן מיידי. 2) לקנות את רבנותו בכסף. 3) להתעלם מהצוואה.*
*בהיעדר החלטה ברורה בעניין, מינה אותו האדמו"ר כמגיד שיעור בביהמ"ד הגדול בשיכון.*
על אם הדרך האט ער אויך אויסגעטאן אלע בגדים פון ר' אברהם שלמה כ"ץ און עם געלאזט אזוי אין גאס, עם ארויסגעברענגט "שבועות" קיין קרית יואל און עם פארשווארצט ביי אלע סאטמארער נגידים און זיין טאטנ'ס ידידים אין סימפאטיקער אלס אן "אהרוני", עם באשמיצט אלס א ביליגער מענטש וואס האט אן "הוא אמינא" צו זיך לאזן אויספארקויפן מיט זיין טאטנס צוואה פאר געלט, און דערנאך האט ער עם אהיים געשיקט צוריק קיין בני ברק, אן א געלט, אן א פאסטן, נאר מיט די מינימאלע בקשה פאר'ן ציבור אז מ'זאל עם געבן פארלערנען א שיעור אין ביהמ"ד אין שיכון, וואס דאס מיינט צוזאגן אז פון די נעקסטע וואך גייט מען זעהן אין ביהמ"ד ר' אברהם שלמה כ"ץ פארלערענען א שיעור פאר די גרעסטע בלוט צאפער'ס און שופכי הדם ורוצחי אביו זצ"ל, ווי הערשל האלצער, יואלי דאסקאל, שלום יצחק דאסקאל, קותי בראך, הערשי ווייס, איציק ווייס וכו' וכו', די אלע וועלן זיך אוודאי צוזעצן צום שיעור כדי לקיים רצון צדיק.
עס האט נאך קיינער נישט געקענט מסדר זיין דעם ר' אברהם שלמה כ"ץ אזוי מיאוס ווי מהר"א האט געטאן.
בני ברק פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר, יונג און אלט רעדן אויף מהר"א כאחד הריקים והפוחזים, גאנצעטע אהרוינישע קהילות איבער די וועלט גייען צוגרונד און ווערן חרוב ונחרב און אויסגעמעקט ווי די אידישע קהילות ביי ת"ח ות"ט.
און יעדער דארט זאגט: דער רבי איז אראפ פון זינען, ווער ווייסט ל"ע וואס דער מארגענדיגער טאג גייט ברענגען, מי יודע מה יולד יום מה יולד מחר!!!

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג יוני 14, 2019 7:43 pm

נעמענדיג א היסטארישע פערספעקטיוו דאכט זיך אז עפעס א מיניראל אין די אטאלנטיק אקעאן פארפעסטעוועט די קשר צווישן די סאטמאר רבי אין ניו יארק און די סאטמאר ראש ישיבה אין ארץ ישראל. סאקמיר רב זי"ע האט ענליך פארארדערט אז זיין סאטמארער ראש ישיבה אין ירושלים הרב משה אריה פריינד פון הוניאד (שפעטערדיגער ראב"ד וגאב"ד עדה החרדית וצי"ע) טאר נישט באקומען שישי און דאווענען פארן עמוד אדער זאגן ה' מלך, אויכעט צוליב א מחלוקה מיט די הנהלה ועסקנים. אין חדש תחת השמש. חיים הערש'ס עתיד קען נאך שיינען ווי הרב פריינד'ס.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3831 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג יוני 16, 2019 10:23 am

יואליש האט געשריבן:נעמענדיג א היסטארישע פערספעקטיוו דאכט זיך אז עפעס א מיניראל אין די אטאלנטיק אקעאן פארפעסטעוועט די קשר צווישן די סאטמאר רבי אין ניו יארק און די סאטמאר ראש ישיבה אין ארץ ישראל. סאקמיר רב זי"ע האט ענליך פארארדערט אז זיין סאטמארער ראש ישיבה אין ירושלים הרב משה אריה פריינד פון הוניאד (שפעטערדיגער ראב"ד וגאב"ד עדה החרדית וצי"ע) טאר נישט באקומען שישי און דאווענען פארן עמוד אדער זאגן ה' מלך, אויכעט צוליב א מחלוקה מיט די הנהלה ועסקנים. אין חדש תחת השמש. חיים הערש'ס עתיד קען נאך שיינען ווי הרב פריינד'ס.

אינטערעסאנט, קיינמאל געהערט דערפון, קום אריין מיט מער דעטאלן.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » זונטאג יוני 16, 2019 12:55 pm

זינט די דרשה אין די באהאלטענע בונקער ווי בעבר זענען די אטאם באמבעס ווערען געווארפען א שטייגע ווי פלניא גזלנא הוא, אדער ימח שמו אויף א"ק, יעדע דרשה איז לויט זיין שטייגע אויף א אנדערע ארט, סדא וואס ווערען געזאגט אין א טוויט ווי א א"ג תהילים שיעור, סדא ביי א סטעיט אוף יואניאן וויא כ"א כסליו אדער א חול המועד פסח, סדא אין בונקער! עס דאכט זיך מיר דארט זענען די בעסערע סארט דרשות, אבער די מילער איז א ס'נישטא קיינע קאסעטעס! ווייל און אזא פאל ציטערט די גבאי אליינ'ס און קאנטארלירט די צוהערער און וויל נישט סזאל זיין בפהרסיא, זעהט אויס ער פארשטייט עס איז מער נזק ווי ריווח!
לאחר המעשה זעהט אויס אז משפחת מייזליש איז יעצט געווארען דורך די אדמור חפוי! אנגעהויבען פון בערישן ביז די לעצטער קינד איינס ביי איינס האט ער אויסגעפראקט ווי סדארף צו זיין! ווייטער דער הרב קאטץ איז לכאורה אויכעט אויווער! סנישטא גארנישט נישט קיין מייזליש און נישט קיין קאטץ!
אוודאי ער איז נישט געווען מסכים פאר שותפים ער דארף נישט קיין רב בשום מקום ער טיילט זיך ניטש מיט קיינעם, הלואי זאל ער קענען פטרן מענדלא מיט משה מנחם ווייס מיט אברהם הערשן ער דארף נישט קיינע שותפים ער קען ב"ה אליינס!
אין די ארטיקעל וויל איך דעבאטירען ווער האט געגעבען מער פאר וועים, מהר"א טענהט אז ער איז זיך מוסר נפש פאר זיי 53 פיסטעוועט, און ער טיילט וועידזשעיס און גבוד און ער ליידט זיך אהן פון זיי אלע, רעב אהרן לאמיר נאר גיט געדענקען, ווען די ביסט געווען אינדרויסען פון ירושלים ווער האט געווארפען פאשקווילען א קעגין רעב משה ארי? ווער? נישט בן אחותך, ווער האט געפירט קריג מיט דיין טאטען און געחתמט א סופינע נישט זיי משפחת מייזליש? ווער האט טערארזירט זלמן לייב ארין ירושלים ניטש בני ברק מיט חיים הערש בראש? ווער געדענקט נישט ווי די האסט דיך מחייב געווען ווען מלאכתך נעשה על ידי חיים הערש?
ווען די האסט געוואלט בעלות און בני ברק, ווער איז געגאנגען מרב לדיין מיט שקרים וכזבים און אריינגנערט אלע בני ברקע רבנים פאר דיין כבוד, נישט חיים הערש? די שעמסט דיך נישט? ער האט דיר דעליווערט למרות רצון הברך משה מיט גניבה ממש בני ברק זאל נישט מיט גיין מיט ירושלים! כפוי טובה איינער! די האסט געטון פאר אים? וואס? ווען נישט בעריש איז די בנין 53 ביי די אריגענעלע בעלי בתים און קהל יטב לב און ווילאמסבורג די שעמסט דיך נישט? ווען נישט מרדכי אהרן איז דא א וואלבאט?
שייגעץ גנב געוותן איינער? ווער איז שילדיג פאר וועים?
און צו אייך מייזליש אוי פארדינט איר דאס ערליך! יא יא יא גייטס ארויס צום זיידענס ציון בארגט מנין פון בעלזא דיינים און זאגט אים אשמים אנחנו!
און איך בעט מיך ביי יעקב בער מיט מהרז"ל האטס נישט רחמנות אויף זיי לכלב תשליכון אותם! געגעסען פארשטיקענע פיש קיקט נישט אויף זייער זייט! זה פריה וזה שכרם!
די מחלוקה שרייט אויס נאכאמאל אז יש דין בישראל! די גרויסער באשעפער באצאלט זיי אלע ועוד יבוא היום צו חמישה עשר ובניו הקדושים ! צו מענדלא ומשפחתו1 יעדער וועט באצאלט ווערען כפי עבודתם כי יש דין ודיין אשרינו מיר זעהן דאס בעינינו
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג יוני 16, 2019 2:09 pm

ימים ידברו האט געשריבן:זינט די דרשה אין די באהאלטענע בונקער ווי בעבר זענען די אטאם באמבעס ווערען געווארפען א שטייגע ווי פלניא גזלנא הוא, אדער ימח שמו אויף א"ק, יעדע דרשה איז לויט זיין שטייגע אויף א אנדערע ארט, סדא וואס ווערען געזאגט אין א טוויט ווי א א"ג תהילים שיעור, סדא ביי א סטעיט אוף יואניאן וויא כ"א כסליו אדער א חול המועד פסח, סדא אין בונקער! עס דאכט זיך מיר דארט זענען די בעסערע סארט דרשות, אבער די מילער איז א ס'נישטא קיינע קאסעטעס! ווייל און אזא פאל ציטערט די גבאי אליינ'ס און קאנטארלירט די צוהערער און וויל נישט סזאל זיין בפהרסיא, זעהט אויס ער פארשטייט עס איז מער נזק ווי ריווח!
לאחר המעשה זעהט אויס אז משפחת מייזליש איז יעצט געווארען דורך די אדמור חפוי! אנגעהויבען פון בערישן ביז די לעצטער קינד איינס ביי איינס האט ער אויסגעפראקט ווי סדארף צו זיין! ווייטער דער הרב קאטץ איז לכאורה אויכעט אויווער! סנישטא גארנישט נישט קיין מייזליש און נישט קיין קאטץ!
אוודאי ער איז נישט געווען מסכים פאר שותפים ער דארף נישט קיין רב בשום מקום ער טיילט זיך ניטש מיט קיינעם, הלואי זאל ער קענען פטרן מענדלא מיט משה מנחם ווייס מיט אברהם הערשן ער דארף נישט קיינע שותפים ער קען ב"ה אליינס!
אין די ארטיקעל וויל איך דעבאטירען ווער האט געגעבען מער פאר וועים, מהר"א טענהט אז ער איז זיך מוסר נפש פאר זיי 53 פיסטעוועט, און ער טיילט וועידזשעיס און גבוד און ער ליידט זיך אהן פון זיי אלע, רעב אהרן לאמיר נאר גיט געדענקען, ווען די ביסט געווען אינדרויסען פון ירושלים ווער האט געווארפען פאשקווילען א קעגין רעב משה ארי? ווער? נישט בן אחותך, ווער האט געפירט קריג מיט דיין טאטען און געחתמט א סופינע נישט זיי משפחת מייזליש? ווער האט טערארזירט זלמן לייב ארין ירושלים ניטש בני ברק מיט חיים הערש בראש? ווער געדענקט נישט ווי די האסט דיך מחייב געווען ווען מלאכתך נעשה על ידי חיים הערש?
ווען די האסט געוואלט בעלות און בני ברק, ווער איז געגאנגען מרב לדיין מיט שקרים וכזבים און אריינגנערט אלע בני ברקע רבנים פאר דיין כבוד, נישט חיים הערש? די שעמסט דיך נישט? ער האט דיר דעליווערט למרות רצון הברך משה מיט גניבה ממש בני ברק זאל נישט מיט גיין מיט ירושלים! כפוי טובה איינער! די האסט געטון פאר אים? וואס? ווען נישט בעריש איז די בנין 53 ביי די אריגענעלע בעלי בתים און קהל יטב לב און ווילאמסבורג די שעמסט דיך נישט? ווען נישט מרדכי אהרן איז דא א וואלבאט?
שייגעץ גנב געוותן איינער? ווער איז שילדיג פאר וועים?
און צו אייך מייזליש אוי פארדינט איר דאס ערליך! יא יא יא גייטס ארויס צום זיידענס ציון בארגט מנין פון בעלזא דיינים און זאגט אים אשמים אנחנו!
און איך בעט מיך ביי יעקב בער מיט מהרז"ל האטס נישט רחמנות אויף זיי לכלב תשליכון אותם! געגעסען פארשטיקענע פיש קיקט נישט אויף זייער זייט! זה פריה וזה שכרם!
די מחלוקה שרייט אויס נאכאמאל אז יש דין בישראל! די גרויסער באשעפער באצאלט זיי אלע ועוד יבוא היום צו חמישה עשר ובניו הקדושים ! צו מענדלא ומשפחתו1 יעדער וועט באצאלט ווערען כפי עבודתם כי יש דין ודיין אשרינו מיר זעהן דאס בעינינו


איך וואלט געזאגט יש מנהיג בישראל

אוי ווען דער ר' חיים הערש מייזליש האט ווען שכל זיצט ער איין פון אנפאנג וואלט ער אויסגעקוקט כאטש אזוי גוט ווי אלע רבני סאטמאר בכל מקומות מושבותיהם

חבל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 16, 2019 2:19 pm

ער וואלט אויסגעקוקט אזוי 'גוט' ווי זיין טאטע, הא?...

ווען בעריש האט ווען שכל גייט ער צום אינגערן ברודער, וואלט ער געקענט פראווען פונקט ווי חיים שיע'לע...

חבל
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2081
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » זונטאג יוני 16, 2019 2:30 pm

כהאף אז ער גייט נישט צום אינגערן ברידער
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג יוני 16, 2019 2:42 pm

און יעצט זעיט ער ניטאמאל אויס ווי זיין טאטע

ער האט נישט קיין שום פיוטשער

בד"א חיים יושעלע איז ווייט נישט צופרידן ווי גוט ער קוקט אויס ער האט אבער גאנץ שנעל איינגעזעין אז דאס ביסל מוז ער לאזן פאר זלמן לייבן ווייל אז נישט פארלירט ער דאס אויך דאן וואלט ער אויסגעקוקט ווי חיים הערש זעיט יעצט אויס.....
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג יוני 17, 2019 1:29 am

יואליש האט געשריבן:נעמענדיג א היסטארישע פערספעקטיוו דאכט זיך אז עפעס א מיניראל אין די אטאלנטיק אקעאן פארפעסטעוועט די קשר צווישן די סאטמאר רבי אין ניו יארק און די סאטמאר ראש ישיבה אין ארץ ישראל. סאקמיר רב זי"ע האט ענליך פארארדערט אז זיין סאטמארער ראש ישיבה אין ירושלים הרב משה אריה פריינד פון הוניאד (שפעטערדיגער ראב"ד וגאב"ד עדה החרדית וצי"ע) טאר נישט באקומען שישי און דאווענען פארן עמוד אדער זאגן ה' מלך, אויכעט צוליב א מחלוקה מיט די הנהלה ועסקנים. אין חדש תחת השמש. חיים הערש'ס עתיד קען נאך שיינען ווי הרב פריינד'ס.
דו מיינסט דעם ערשטן סאטמאר רב, אדער דעם צווייטן?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט