נאך צוואנציג יאר פון יענע סדר נאכט אינטער די שאטען פון אזוי געריפענע עפעל סיידער.. וואס האט צושטורמעט טויזענטער אידען ... רבנים ותלמידהון מראשי קהלה מאהבה מוסתרת הקרובים והרחוקים, מלחמות ומחלוקת הלבנת פנים בתי דינים וערכאות של עכו"ם ומסירות ומלשינות פעמלי קוארט גזלנים וחמסנים בתי חיים און שילען בניני מוסדות און קעמפס מולטי ביליאן דאלערס אויף פראפערטי בכל קצוי תבל וואס מ'שלאגט זיך און מפלינדערט, אלטע אידען זענען שוין געשטארבען שוויגער'ס זענען צוקריגט מיט שנירען ברידער'ס און שוועסטערס, מיטעל יעריגע רואיגע אידען וואס שווימען אין פלארידע זענען פארשוועמט און געשטארבען מיט מתות משינות! נאך צוואנציג יאר מחלוקת עד לב השמים ווי האט רח"א גראס געווארענט עס ברענט א פייער הונדרעטער וועט עס נעמען צו לעשען! יא יא שוין דורעך א צוואנציגער, יא נישט הונדרעט, אבער יא א פערטעל יאר הונדרעט, און עס איז שוין עטוואס ראויגער, די אלטע היץ קעפ האבן זיך שוין בארויגט האבען שוין אייגענע דאגה'ס אייגענע פראבלעמם ווייסען שוין אויכעט ס'נישט פונקט אזוי ער איז נישט אזא ת"ח ער איז נישט אזא עם הארץ די געשריבענע ווארט איז נישט תורת לאקשען..
ענדליך א הארת פנים.... וואס איז נייעס האסט נישט געהערט ? סשוין ווייטער לעבעדיג.. וואס הייסט משלאגט זיך אין סאטמאר! וואס ווי? און וועליכע שטאט? וועליכע סאטמאר? וואס הייסט אין די וויגעלע אין בני ברק? ניין אין ווילאמסבורג יא וואס די ווייסט נישט נעילת החג כזעה די ווייסט נישט וואס טוט זיך ? כהאב געמיינט ביסט א אלץ ווייסער? אייזיק דאסקאל מיט מואל ראמפויט זענען טויט צוקריגט מהאט נישט באגלייט אויף בעדפארד עוווניוא אה ממש החייתינו סלכאורה א חיים הערש מיט א יעקב בער פייט ווער איז מיט וועם?
ממש אזוי זעהט אויס אין די אורינישע לאגער און די זעלבעע צייט ווען ביי זיי איז תוהו ובהו מיט משפחת מייזליש פארסאמאקען זיך מיט א ערענסטע מלחמה און ראדני- נעבאך