א שאלה צום רב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

א שאלה צום רב

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]אין אן עפאכע ווי עקסטרעמיסטישע מיינוגען און פאנאטישע געדאנקען דריננגען אריין אין אונזער קולטור, דורך די שפאלטענס פון אלע ערליי תוכן'לאזע אויסגאבעס וואס ערשיינען דבר יום ביומו, אדער דורך גריצילדיגע אודיע קאסעטן וואס באשטייען פון לאנגע דרשות וואס איז צומאל הויל פון אינעווייניג, און באפיצט מיט פאטאסזים און דעמאגאגיע פון דרויסן, דארף מען אמאל שטעלן זאכן אין פרעספעקטעוו.

הערט אן אויסטערלישע געשיכטע וואס האט ווירקליך פאסירט [נעמען זענען פיקטיוו].

זיצט אן עלטערער רב אין זיין ספרים צימער אויף א פארקרומט האלצענע בענקל, פארבויגן אין דרייען איבער אן אלטן גרויסע געל-וואקסענע שלחן ערוך, אין די זייט ליגט אן אפענער רשב"א, א פארמאכטער מדרש תנחומא, און א לאנג-אויסגעקילטע גלעזעל צימרינג טיי, וואס די רביצין האט אהער געברענגט שוין אן ערך פון א שעה צוריק, די שמעק פון צימרינג מישט זיך אויס מיטן גערוך, שטויב, און מילבן וואס קומט ארויס פון די פאליצעס אנגעפילט מיט ספרים פונעם ערשטן דרוק.

ער ברומט איבער די ווערטער פונעם מגן אברהם איינמאל און נאכאמאל, פרובירנדיג צו מאכן מיינונג פון זיינע ווערטער, קעמענדיג דערביי זיין לאנגע ווייסע מילך בארד, ער שפירט ווי די ווערטער ווערן פארוואנדעלט אין אותיות, די אותיות כאפן זיך איינע מיטן אנדערע און כאפן א טענצל, עס איז א טענצל אן א ריטם אפשר מער ענליך צו א געלויפאכטס, טראכטענדיג פין די פארשווערטע מצב הפרנסה ביי כלל ישראל.

זיינע מחשבות ווערן איבערגעריסן פון א קלאפ אויפן האלצערנע טיר.

חיים אביון שטייט ביים טיר, אפגעריסן און אפגעשליסן אזוי ווי אייביג, דאס יידישע דלות זינגט ארויס פין יעדעס מלבוש זיינע, די שיך צוריסן, די הענט פארשווארצט, און דאס פנים פול מיט קנייטשן.

דער רב נעמט עם אויף מיט ווארעמקייט ער זעצט עם אוועק אויף א אפגעראסטעטע בענקל, ער זאגט די רעבעצין זאל אריינברענגען איבערבייס מיט א גלעזל טיי פארן גאסט. דער רב איז שטארק מכבד חיימ'ען נישט פאר זיין תורה, נאר פאר זיין תמימות און ערליכקייט.

- רבי, כ'האב א שאלה.

דער רב לייגט ארויף זיין ווארעמע ציכטיגע האנט אויף חיימ'ס קויל שווארצע הענט, עס דאכט זיך חיים'ען פאר א מינוט אז זיין הענט ווערט עם אויך ציכטיג און ריין.

- פרעג מיין קינד, פרעג, זאגט דער רב מיט א שמייכל.

- די מעשה איז אזוי, פאנגט אן ר' חיים מיט א צובראכענע שטימע, איך ציה מיין פרנסה פון האנדלען מיט א גוי א גראביאן, א מגושם, עשו'ס אייניקל בן אחר בן, פארמאגט א מיאוס'ע שפראך און א היבשע אומאיידלע אויפירונג. איך אליין, זאגט ר' חיים, האב נישט אזא פראבלעם, כ'מאך זיך נישט וויסענדיג, כ'בין מסיח דעת און פטור אן עסק.

אבער דער פראבלעם איז אז איך אליינס טויג נישט האנדלען, איך בין א קנאפער מבין אויף די סחורות וואס דער גוי פארקויפט מיר, און אז ער וויל קאן ער מיר אפנארן אזוי אז איך זאל ארויסגיין נקי מכל. דערפאר האב איך אריינגענומען מיין טאכטער יענטל אין געשעפט, אה ב"ה, זי איז א בריה, זי איז א סחור'טע, איר קאן מען נישט אפנארן, זי איז ווערד אזוי ווי צען מענער.

זי איז אויך קניינע-הארע א יפת תואר, מענטשן זאגן זי איז געראטן אין די באבע שרה אמנו, לאנגע געלע לאקען, גרויסע העל בלויע אויגן, הויעך, שלאנק...

- נו, נו, האקט עם דער רב איבער, בקיצור..

- א קיצור, יענטל האנדעלט מיטן גוי, איך גיב אבער זייער אבאכט אז יענטל זאל נישט גיין אליין צום גוי, צוליב דעם שיק איך אייביג מיט איר מאמע, נישט ווייל יענטל איז חלילה נישט קיין צנועה אדער וואס, חס ושלום, זי איז א כשרה אן ערליכע, נאר איך וויל נישט דער גוי זאל זיין אליינס מיט איר, איר ווייסט דאך רבי, אז א יפת תואר פאר א גוי איז אזוי ווי א מייזל פאר א קאץ, אדער ווי א הערינג פאר א גערער.

- יא יא, נו, ווערט שוין דער רב אביסל אומגעדולדיג.

לעצטענס אבער איז דער גוי אריבער אלע גבולים, א יעדעס מאל מיין טאכטער ערשיינט ביי עם אין שטוב נעמט דער ערל איר ארום און צוקישט איר, ער צופירט זיך זיינע טמא'נע הענט ארום איר קערפער, פארשטייט זיך אז זי, ווי אן ערליכע צנועה, איז אים מדחה בשתי ידים. אין אנפאנג האב איך נישט געוויסט דערפון, ווי נאר כ'בין געוואויר געווארען אז דער גוי טוט מעשה תעתועים מיט מיין יענטל האב איך איר ג'אסר'ט, יענטל'ען, אז זי זאל מער נישט איבערטרעטן זיין שוועל. ווען דער גוי האט געזעהן אז יענטל קומט מער נישט, האט ער געשווארען ביי אלעס הייליג אז ער וועט מיך מער נישט מהנה זיין קיין פרוטה.

רבי, וואס טוט מען דא? איך בין נישט ביכולת מפרנס זיין מיין משפחה אן דער הילף פון מיין יענטל, מענטשן זאגן אז איך ברויך ליבערשט גיין מחזיר זיין על הפתחים און נישט חלילה שיקן מיין טאכטער אהין. נאך מער, זיי זאגן אז עס גייט אריין אין כלל פון לא תחלל את בתך להזנותה, עס איז יהרוג ואל יעבור, וואס זאגט איר רבי?


וואס טראכט איר, ליבע חברים, האט דער רב עם גענטפערט?

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע בעל דמיון זיך פארשטעלן וואס ר' זלמן לייב ר' שלמה לייב ר' יצחק לייב וכו' וואלטן גענטפערט אזא איד. קודם וואלט זיי עם באגאסן מיט א קיתון של שופכים פארן בכלל אריינעמען זיין טאכטער אין געשפעט, כ'מיין וויפיל מאל דארף מען זאגן אז א מיידל באלאנגט נישט אין קיין אפיס אדער געשעפט, נאר אין א צוועלעפטע קלאס סעמינאר, עס איז ווי איינער זאל פרעגן וואס פאר א ברכה מאכט מען אויף א געבראטענם שטיקל חזיר.

אדער שטעלטס ענק פאר די שאלה קומט פארן דובנער מגיד בדורנו, וואס האט שוין לאנג אויסגע'פסק'נט אז ארבעטן אין א אפיס איז א פרייע רייזע בילעט צום שאול תחתית, ער וואלט זיך צוגעכאפט צו אזא מעשה ווי א זייגעדיג קינד צו א נאקעטע ברוסט, ס'טייטש, ס'איז דאך ממש הוא אשר דברנו, דאס איז די תוצאות אז א מיידל גייט ארבעטן, דאס איז דאך די שאול תחתית אליין.

דער אנדערער מיטן געבלימטע בעקיטשע, וואס זיצט אויף אויף קרח'ס פארמעגן, ער וואלט דאך גענוצט זיין גאנצע טאלאנט צו שאנטאזירן אונזער חיים מיטן כף הקלע אין הייסע אויל אנגעפילטע טעפ, ווי די מאמע דארף אליין אפקאכן דעם טאכטער.

איי וואס זאל ער טוהן אז ער האט א משפחה ברוכות ילדים, געבענטשט מיט קינדער און הונגער? ער האט שוין פראדוצירט מער ווי י"ב שבטי קה, און נישט דורך פיר פרויען נאר בלויז דורך אחת יחיד ויחידה, עס איז א בחינה פון עד שלא שקעה שמש של הילד החד עשר כבר זרח השמש של הילד העשתי עשר, עס איז טאקע מקוים געווארן ביים אים דעם בניך כשתילי זיתים סביב לשלחנך, אבער די איילבירטן זענען שווארץ און טריקן פון הונגער.

וואספארא נארישע שאלה, אויף דעם וועט מען אימפארטירן אזעלכע מאמרים ווי מאן דיהיב בני יהיב מזוני, מן השמים ירחמוהו, און ענליכס.


למעשה האט אים דער רב גענטפערט, ר' חיימ'ען, א פאנטאסטישע תשובה. הערט אין שטוינט:

- דאס וואס מענטשן זאגן דיר, חיימקע, אז עס איז יהרוג ואל יעבור, מן הסתם האבן זיי נישט געמיינט צו זאגן אז זי זאל זיך טאקע ממש לאזן הרג'נען, ווייל סוף כל סוף טוט זי נישט קיין שום מעשה, און זי האט נישט קיין הנאה, אין אזא פאל דארף מען זיך נישט לאזן הרג'נען [אזווי מען לערנט פון אסתר המלכה], מן הסתם האבן זיי געמיינט צו זאגן אז איר זענט מחויב צו גיין מחזיר זיין על פתחים אין נישט לאזן איייער טאכטער מער אהינגיין.

אבער, איך האלט, זאגט דער רב, אז דאס איז כלל נישט קיין אביזרייהו דג"ע, ווייל לא תחלל את בתו להזנותו מיינט זנות ממש, נישט פריצות בעלמא, און בפרט אז עס איז נגד רצונה, און צוליב דעם ביזטו נישט מחויב מפקיר צו זיין דיין פרנסה, און זיין א מחזיר על הפתחים.

וואס יא, לייגט צו דער רב, זי זאל ווייטער גיין מיט איר מאמע אזוי ווי ביז איצט, עס זאל נישט זיין קיין יחוד, אויך זאל זי זיך אהיים איילן דאס שנעלסטע וואס מעגליך. און טאמער מיט דעם אלעם וועט דער גוי זיך נאך אלץ לאזן וואויל גיין, ער העט זיך אנזעטיגן מיט פארגעניגען און תאוה, איז שוין נישט דיין עסק.

אויב קענסטו זיך אן עצה געבן דורך שווערער ארבעטן, למשל שלעפן באקסעס, תבא עליך ברכה, און אויב קענסטו טרעפן א צווייטן גוי פון וואו דו קענסט שאפן סחורה, ביזטו מחויב בדבר, אבער א מחזיר על הפתחים, דאס נישט! ע"כ המעשה.


כ'פארשטיי אז איר שטייט און שטוינט, כ'מיין ווי נעמט א רב בימינו דעם דרייסט מתיר זיין אזא הארבע ענין? נניח אפי' אז ער איז באמת איבערצייגט אז דער דין איז אזוי, אבער אין א דור וואס די מעסיגע רבנים טאנצן מה יפית פאר די עקסטרעמיסטן, און די מנהיגים זענן שדרה'לאז ווען עס קומט עפעס צו טוען כדי צו לינדערן דעם מצב הפרנסה ביי אחינו בני ישראל, אין א עפאכע ווי כוחא דהיתרא עדיף איז געבליבן ביים קרעפל פשעטיל אדער העכסטענס לגבי גזילת עכו"ם וכדו', און אויסער דעם ווייסט מען נאר פון המחמיר תבא עליו ברכה, ווי קומט עס אז א רב זאל האבן דעם ענערגיע קראפט זיך ארויסשטעלן אקעגן דעם גאנצע שטראם?

דער ענטפער איז אז די מעשה איז זיך נישט פארלאפן לעצטענס, נאר פאר א קנאפע פאר הונדערט יאר צוריק. און נישט אין וויליאמסבורג, נאר אין פראנקפורט. און נישט ביי א היינטיגן רב, נאר ביי אן אמאליגען רב: דער הייליגען חוות יאיר [כאפטס א בליק אין ח"א סימן ק"ו]. ס'איז געווען אסאך אסאך יארן פאר די עפידעמיע פין שדרה'לאז סינדראם האט אויסגעבראכן צווישן אונזערע מנהיגים.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר