דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – דער אמעריקאנע באפעלקערונג איז אויפגעשוידערט ביז גאר, הויפזעכליך די אידישע באפעלקערונג. דער קאָנטראָווערסיאַלע רעפרעזאנטיוו פון ניו יארק, "אלעקסאנדריע קאָרטעז" האט ווידער איינגעמאכט און זיך געלאזט הערן. זי האט פראקאלאמירט אין א פייגל אז די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע האלט אויף קאָנצענטראַציע לאגערן ביים דרום גרעניץ וואו אומשולדיגע מענטשען ווערן ברוטאל אינטערנירט אונטער די די ערגסטע אומשטענדן. די דאזיגע שאנדפולע פראקאלאמאציע - רופט ארויס בייז בלוט ביי יעדען רעכטדענקיגען באשעפעניש וועלכער האט נאך נישט פארלוירן זיין גלייכער שכל, און איז נאכנישט אנגעשטעקט געווארן מיט די סאציאליסטישע אנטיסמיטישע קענסער וואס בושעוועט ארויס פונעם ליבעראַלען לאגער.

די פאראייניגטע שטאטן איז פון שטענדיג אן געווען א לאנד פריינטליך צו אימיגראנטן. די סטאטוע פון פרייהייט וואס שטייט הארט ביים אריינגאנג צום ניו יארקער האפן איז אלעמאל געווען א פאקל פון ליכטיקייט פאר ארימע און אונטערדריקטע אימיגראנטן וועלכע האבן מאסנווייז געפליכטעט קיין אמעריקע פון איבער די גאנצע וועלט. נעמליך, מ'האט אבער קיינמאל נישט געקענט אריינקומען אין לאנד אומלעגאל. די פריש-אנגעקומענדע אימיגראנטן זענען געווען פארפליכטעט אפצושטייגן פון די דאמפ-שיפן אין עליס איילענד - וואו זיי זענען דורכגעגאנגען שטרענגע אימיגראציע פראצודורן. נישט יעדער האט באוויזן צופרידן צושטעלן די אימיגראציע אפיצירן. פולע אימיגראנטן זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער לענדער פון וואו זיי זענען געקומען פאר אלערליי אורזאכן. עליס איילענד האט זיך טאקע דערפאר דערארבן דעם נאמען דער אינזל פון טרערן, צוליב די טייכן טרערן וואס די מיטגעמאכטע און אנידערגעשלאגע אימיגראנטן האבן פארגאסן דארט אויפן אינזל ווען זיי זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן.

נאך די גרויסע דעפרעסיע וועלכע האט פאסירט אין יאר 929' למספרם, זענען די טויערן פון אמעריקע אין אלגעמיין געשלאסן געווארן פאר פרישע אימיגראנטן. וויזעס אריינצוקומען אין לאנד זענען בלויז געשאנקן געווארן פאר א ענגע צאל אימיגראנטן איינגעטיילט לויט ראסע און נאציאן. אונזערע עלטערן וועלכע זענען שטעקן געבליבן אין אייראפע נאכן שרעקליכער חורבן האבן טאקע ביטערליך געליטן פון די דאזיגע איינגעצוימטע אימיגראציע אריינצוקומען קיין אמעריקע, פארט איז קיינעם נישט בייגעפאלן אריינצוקומען אין לאנד אומלעגאל. יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז די גרענצן פון א לאנד דארפן פולשטענדיג רעספעקטירט ווערן.

די דעמאקראטן האבן אלעמאל געשטיצט סאציאליזם, זיי האבן אין לויף פון די יארן דורכגעפירט פילע געזעצן צו העלפן די ארימע שיכטן פונעם פאלק און מענטשען אין געברויך. דערפאר האט זיך ארויסגעשטעלט אז אימיגראנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין ארעם און אונטערדרוקט האבן מערסטייל געפונען א ארט אין די דעמעקראטישע פארטיי – די פארטיי וועלכע האט זיך אנגעבליך אנגענומען פאר זייער ווירדן און געקעמפט פאר זייער געברויכן.

זייער גלייך, דאנקבארקייט איז גאר א נאבעלע איינפיר.

מיט די צייט האבן זיך די דעמאקראטן אנגעהויבן צו כאפן ביים קאפ אז זיי פארמאגן אין זייער באזיץ א רייכער גאלד גרוב - זיי זענען געקומען צום אנערקענונג אז די ארימע אימיגראנטן קענען באשיינפערליך גענוצט ווערן אלס פאנדלעך אויף זייער פאליטישען שאך ברעטל. זיי האבן אנגעהויבן צו פארארבייטן טעטיקייטן אז די אימיגראנטן און די מינאָרעטן זאלן אנהייבן צו שטומען אין די וואלן פאר די דעמעקראטישער פארטיי. און ווען זיי האבן געזען ווי זייער סטראטעגיע ארבייט זיך אויס האבן זיי אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו פארגרינגערן אימיגראציע, אזוי אז וואס מער אימיגראנטן זאלן קענען אריינקומען אין לאנד און שטומען מיט די דעמאקראטישער פארטיי. זיי זענען נישט געבליבן שטיין ביי דעם און זיי האבן זיך געריקט צו א שטאפל ווייטער - זיי האבן אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו שוצן אויף די רעכטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך באוויזן אריינצושמוגלן אין לאנד אומלעגאל. און וואס מער די דעמאקראטישע פארטיי האט זיך גענויגט לינקס, אלס מער ראדיקאל און אבסורד זענען די אימיגראציע געזעצן געווארן.

סאציאליסטן לעכטצן אויסטערליש נאך מאַכט און קאָנטראָל – די גאנצע סאציאליסטישע אידאלאגיע איז אוועק געשטעלט אזוי אז דער רעגירונג זאל פולשטענדיג קאנטראלירן יעדעס עספעקט אינעם לעבן פון א מענטש, און אז זיי זאלן גאר זיין די וואס קאנטראלירן דאס באפעלקערונג. דאס איז אין שארפן קאנסטראסט פון די פרייהייט וואס די קאנסטעטוציע פארזיכערט פאר יעדען אמעריקאנער בירגער אפגעזען פון ראסע אדער קאליר. דערפאר זענען זיי אויסן גענצליך אפצושאפן פריוואטע מעדעצינישע פארזיכערונג, פריוואטע ערציאונגס אנשטאלטן, א.ד.ג. ווארום זייער אויסשליסליכסטער ציל איז אז אלעס, אלעס, זאל זיין אונטער די פולשטענדיגען קאָנטראָל פון די רעגירונג, און זיי זאלן זיין די וואס שטייען ביים רעדל און קאנטראלירן און געוועלטיגען אויף די מענטשהייט, און צו דערגרייכן זייערע אמביציעס איז קריטיש אז וואס מער אימיגראנטן זאלן פארפלייצן דאס לאנד און שטומען פאר זיי ביי די וואלן.

לענדער אין צענטראל אמעריקע זענען גענצליך רעאונירט עקאנאמיש און מאראליש. די לאנגע יארן פון לעבן אונטער סאציאליסטישער רעזשים האט געשלאגן צייכנס און גענצליך פארניכטעט יעדע גוטע זאך אין די דאזיגע לענדער. כאאס, דראגס, ארימקייט, ארבייטסלאזקייט, פראסטאטוציע, מענטשן-שמוגלעריי איז א רוטינער טייל פונעם געזעלשאפטליכער לעבן אין יענע לענדער. דאס גאנצער שיינקייט און סוקסעס פון סאציאליזם אנטפלעקט זיך דארט. און ווי איראניש ס'זאל זיך נאר נישט הערן וויל נאך די באלאנד, פרוי קאָרטעז, אינאיינעם מיט איר קאמעראד זיידע סאנדערס פון ווערמאנט פארוואנדלן אמעריקע צו סאציאליסטישע גן עדן. פרעזידענט טראמפ איז אויסן אז אמעריקע זאל זיין א רייכע עקאנאמישע און מאראלישע לאנד, און די ליבעראַלע סאציאליסטן שרייען ניין טראמפ איז א היטלער – ווארום ער שטייט זיי אין וועג דורכצופירן זייער געפארפולע סאציאליסטישע אגענדע... ג-ט באהיט אמעריקע...

די מעקסיקאנע דראג קארטעלן נוצן אויס די דורכגעפוילטע דיסטראקטיווע ליבעראַלע געזעצן אנצופולן זייערע קעשענעס מיט רייכטום. זיי פירן אן מיט א סוקסעספולע שמוגלעריי-אפאראט אריינצושמוגלן וואס מער אומלעגאלע אימיראנטן - וואס זוכן צו אנטלויפן פונעם סאציאליסטישען גן עדן אין צענטראל אמעריקע. און זיי האבן די פולסטע שטיצע און קאאפאראציע פון די סאציאליסטישע ליבעראַלן - וועלכע לעכטצען אז וואס מער אומלעגאלע אימיגראנטן זאלן אריינגעשמוגלט ווערן אין אמעריקע – יעדע אומלעגאלער אמיגא באזונדער איז א פארזיכערטער שטימע פאר די ליבעראַלן און זייערע אגענדעס.

פרעזידענט טראמפ האט דעקלערט א פולשטענדיגער-קריג קעגן מעקסיקאנער דראג לארדן און מיט זייערע קאלאבארירער די סאציאליסטישע ליבעראַלן. ער פירט א אומבויגזאמער קאמף עטוואס איינצוצוימען אומלעגאלע אימיגראציע. אפגעזען פון די אומהויערע שוועריקייטן וואס ער שטייט אויס פון די ליבעראַלן אינעם פרעזענטאטן הויז. און וואס מער דער שטריק ווערט איינגעצויגן אויף די העלצער פון די ליבעראַלע סאציאליסטן, אלס העכער הילכען זייערע גסיסה כארכלען. דער ווילדער טראמפ טרעט זיי אויפן האלץ מיט אייזענע שטיוול, זיי קענען זיך גארנישט צוזאמען געלויבן פון די האס און פיינטשאפט וואס שפריצט פון זייערע נאז לעכער ווי הייסע לאווע פון א וואלקאנישער בארג ערגעצ-וואו אין אינדאנעזיע.

די גייסטיש-בארירטער מיידלע קאָרטעז פארגלייכט גאר די אויפהאלטונג צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראטן זענען אינטערנירט, צו די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן – אפגעזען פונעם רעאליטעט אז די גרענץ וואך טוען אנווענדן אלע זייער מעגליכקייטן נאכצוקומען די הומאנעריאיסטישע געברויכן פון די אינטערנירטע אונטער די שווערסטע אומשטענדן. די ליבעראַלן אינעם רעפרעזאנטן הויז טוען נישט גארנישט אין דער וועלט צו לינדערן דעם הומאנעריאיסטישע קריזיס וואס הערשט ביים דרום גרענץ, זיי זענען צו שטארק פארנומען מיט זייערע אויספארשונג קאנצערטן קעגן פרעזידענט. און זיי האבן נאך דעם פרעצעדענטלאזע פרעכהייט צו פארגלייכען די די אויפהאלטונג צענטערן צו נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן? דער דאזיגער זינלאזע פארגלייך טיט אנדייטן אז די גרענץ וועכטער זענען גאר צוגעגליכענט צו די נאצישע עס.עס איינהייטן. דער היפאקריטיע שרייט דאך ביז צום הימל...

דער דאזיגער שאנדפולער פארגלייך איז א שאנדע צום גאנצן אידישען פאלק וועלכע האט אזוי שרעקליך געליטן אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן. דער זינלאזע און שעדליכער צו שטעל גיבט גאר פייער שטאף פאר די אלוועלטיכע חורבן-אפלייקענער וואס זוכן וואס מער צו מינימוזירן און אוועק מאכן די שוידערליכע צרות וואס אונזערע עלטערן האבן געליטן אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן. און די גייסטיש-בארירטער מיידלע קאָרטעז האט דאס בלויז געזאגט צוליב דעם וואס אפהאלטן אומלעגאלע אימיגראנטן פון אריינצוקומען אין לאנד איז א שטער פאר אירע סאציאליסטישע חלומות, און א שטער צו איר שטרעבן צו מאכט און קאנטראל, אפגעזען פון די ווייטאגליכע נאכפאלגן וואס איז פראקאלאמאציע האט פאראורזאכט פאר די מענטשהייט.

די ניין און צוואנציג יעריגע קרעטשמע סארווירער האט נעבאך ווירקליך געמיינט, אז ווי זי גייט ווערן א רעפרעזאנטיוו אינעם רעפרעזאנטען הויז גייט זי ווערן מאכטפול און זי וועט קענען פארוואנדלן אמעריקע צו א סאציאליסטישע לאנד, ווי אנטוישט איז זי נעבאך ווי זי דערזעט זיך אלס דער שטאטס שוטה...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר