מיינע שרעקעדיגסטע מאמענטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

מיינע שרעקעדיגסטע מאמענטן

שליחה דורך berlbalaguleh »

אזוי ווי ס'איז דאך היינט די שבע ברכות פון אונזער רעזידענט שפראכן פראפעסאר, לאשיצער באטשי, וועל איך זאגן א שטיקל תורה מעניינא דיומא...!

פארוואס האביך געשריבן שרעקעדיג/ און נישט שרעקליך. ווייל שרעקליך איז געוויינליך א מצב וואו איך בין נישט קיין פארטיסיפאנט/באטייליגטער. דאס רופט מען אין ענגליש...Horrible...!

משא"כ שרעקעדיג באשרייבט א מצב וואו איך בין אויך א באטייליגטער. אין ענגליש הייסט דאס...Scary...!

די ערשטע מעשה וואס איך קען מיך יעצט דערמאנען איז געשעהן מיט בערך 13 יאר צוריק.

פארנדיג בערך אום 9 אזייגער ביינאכט מיט א פולן באס. אויפ'ן וועג אהיים פון מתמידים סדר. האביך באמערקט ווי א ספארטס קאר, געטריבן דורך אונזערע היימישע שאבאב'ניקעס פארט זייער ווילד. פון איין זייט גאס צו די 2'טע. שטעלט זיך אפ האסטיג אינמיטן (שארט סטאפס, בלע"ז) און פארט ווייטער ווילד. (הנקרא בלשונינו, בוירנינג ראבבער). איך האב מיך פרובירט צו האלטן א שטיקל מרחק פון זיי. זעענדיג אז זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין די פארקערטע ריכטונג פון א טו-וועי סטריעט. און 2 פון די וואוילע יונגען זענען ארויס פון קאר. ביניך ווייטער געפארן אויף מיין רוט. פלוצלינג.. אן קיין שום ווארנונג זענען זיי ווילד אריבערגעקומען אויף מיין זייט און זיך אפגעשטעלט 2 פוס פון מיין באס. איך האב אין מיין פאנטאזיע געזעהן ווי איך פאר ארויף אויף זיי מיט'ן באס און איך מאך א קרעפל פון זיי מיט זייער קאר צוזאמען. איך האב אין מיינע מחשבות שוין געזעהן די הצלה אמבולאנסן פליען און די פאליציי מאכן חקירות ודרישות...! בחסדי ה' האב איך געקענט סטאפן 1 אינטש פאר זייער קאר...! עד כאן סיפור #1.

די צווייטע מעשה איז געשעהן ווען איך האב געטון עלעקטרישע ארבעט ביי א חשוב'ע משפחה אין בארא פארק. שטייענדיג אויפ'ן לייטער אין די קאך האביך באמערקט ווי די פרוי, די בעלת הבית האט גענומען דעם קאפפי פערקאלעיטאר וואס איז געווען איינגעפלאגט אין א פלאג העכער דעם סינק. (וועלכער אומ-נארמאלער עלעקטרישן האט געמאכט א פלאג העכער דעם סינק, ווייס איך נישט) און זי פולט עס אן מיט וואסער. און דער פלאג איז אויך נישט געווען פון די פראטעקטיוו טייפס וואס מ'דארף לויט'ן געזעץ אריינלייגן אין א קאך. איך האב געגעבן א שפרונג אראפ פונ'ם לייטער. און איך האב איהר געזאגט אז זי האט יעצט געלייגט איהר לעבן אין א גרויסע סכנה...!

ניין. מעשיות פון די מאפיא מיט אנדערע רויבערס מיט גאנס קען איך מיך יעצט נישט דערמאנען.

ווער ס'ווייסט פון נאך שרעקעדיגע מצבים וועלכע האבן זיך ב"ה געענדיגט גוט, ווערט געבעטן ארויפצולייגן דא.

נאך א זאך. ווער ס'ווילל דא פארציילן ווי גוט דער טשאלנט און קוגל איז געווען ביים קידוש שבת אין ביהמ"ד, קען עס אויכעט דא ארויפלייגן. איך וועל נישט קאמפלעינען אז ער פארדרייט דעם אשכול...!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר