דער קריזיס איז פארביי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

דער קריזיס איז פארביי

שליחה דורך גדליה »

ניו יארק - די חרדישע חסידישע באפעלקערונג אינעם גרעיטער נעוו יארק האלטן אצינד אינמיטען א דראמאטישע אנטוויקלונג, און לויט עקספערטן איז שוין נישט געווען אזא קריזיס זינט מען האט ערפינדן דעם עירוב מיט א קנאפע דריי טויזענט יאר צוריק דורך שלמה המלך. יא, דער זעלבער וואס האט געמאכט דעם טריפהענעם כותל.
עניוועי ווי בין איך דא פארקראכן? איז יא, די רעדע איז נישט איבער גיוס בני הישיבה, אפילו נישט איבער גיוס בנות, און אוודאי נישט איבער מוסקאווי קאטשקעס, אריזאנע מצות, בראקל טשיקען, צומת הגידין, עיקארן ווייץ, קאקאו פסח, אדער ווייס איך וואס. די רעדע איז איבער טעכנאלאגיע!
מעעע, מאכט איר מיט די אויגען, טעכנאלאגיע דאס איז דאך די טאג טעגליכע געפאר, די נוקלעארע קריג, די דודבן שבקצפת. וואסארא נייעס איז דאס איבער א טעכנאלגיע קריזיס?
דאס זאגט איר סתם ווייל איר ווייסט נאכנישט וואס די רעדע איז, וואלט איר געוואוסט וואס מיר רעדען דא וואלט שוין איינמאל געווען א ויצעקו, און איר וואלט שוין פארשטאנען וואס די באלדיגע קאטאסטראפע איז דא.
נאר איך קען אייך עס נישט זאגען ווייל כ'האב נישט ווי אזוי, אמער די וואטסאפפ וואויסנאטס איז געגאענגען חאדאראם, און אזוי ווי מיין איינציגסטע מיטעל פון קאמוניקאציע איז איבערגעריסען געווארען האב איך פארלוירען מיין שייכות מיט די וועלט.
יא, נישט מער און נישט ווייניגער די וואטסעפ וו"נ זענען געגאנגען שלאפן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. ס'איז געווען וי ווען משיח וועט אנקומען - סתם א גרינעם מיטוואך. די עולם האט געהאלטן אינמיטן די ארבעט, ווי למשל זיך וואטסעפן מיט א חבר איבער די לעצטע ריעל עסטיעט דיעל, צו אינמיטען שמועסן מיט א חבר אויף וואטסעפ, אדער גאר אינמיטען שיקען א לאנגע גערעגטע וואויסנאוט איבער איינע פון יענע וויכטיגע נושאים וואס ס'איז זייער גרינג צו טוישען יענעמס מיינונג, לדוגמא טראמפ. אינגעלייט האבען ווי שטענדיג שפאצירט אויפ'ן גאס, מיט דעם גרויסען עוג מלך הבשן פאון צוגעשמידט צו די פנים, גייענדיג פון מויל צו אויער. קודם הערט מען אויס מיט אנגעשפיצטע אויערן, דאן רוקט מען עס צום מויל און מען זאגט אריין די גאנצע דרשה, מיט אלע פאקסן, מ'רעגט זיך און מ'האקט מיט די פיס, אדער גאר מאכט מען א גרויסע שמייכל און מ'רעדט בא'טעמ'ט.
די נשים צדקניות האבען זיך שוין געפינען אין די קאנטרי, און בין תנור לכיריים האט מען אזוי איבערגעשפילט די וואטסעפ נאוטס פון די פעמילי גרופ. אקיצור א נארמאלע טאג ווי יעדע, און דאן האט זיך אנגעהויבן די קריזיס.
ס'איז געגאנגען צוביסלעך אזוי ווי די שעבוד מצרים, זייער שטייט סטעפ ביי סטעפ, קודם האט מען געשיקט א וואויסנאוט און ס'האט זיך קיינמאל נישט אפגעלאדנט, דו האסט געמיינט יענער האט עס שוין באקומען און געהערט, אבער יענער האט עס נישטאמאל געזען אויף די סקרין.
נאכדעם האט זיך די גזירה גערוקט צו א ווייטערדיגע שטאפעל, און אפילו בילדער האט מען אויך נישט געקענט שיקן, וואס דאס איז שוין א חטא בל יכופר.
קודם האט מען נישט געוואוסט וואס דא טוט זיך, ס'האט געהערשט א צעמישעניש ערגער ווי ביים דור הפלגה. כהאב דיר געזאגט זאלסט קומען צו די קארנער! ווען האסטו מיר געזאגט?!! א מינוט צוריק! יויש ס'איז נישט דורעך...
די נייעס האט זיך פארארגערט ווען מ'איז געוואויר געווארן אז ס'איז א ערענסטע פראבלעם און אפילו דער גרויסער אידישער קאפ מארק זאקערבערג שטייט אויך מיט געפלעפטע אויגען און קען זיך נישט קיין עצה געבען, דאס האט שטארק גענידערט די מאראל ביים חסידישן אידישען פאלק, וועלכע איז אנגעוויזען אויף וואטסעפ ווי א פיש אויף וואסער.
נישט בלויז וואס אלע גאסיפ, ברוך דיין אמת'ן מיט פיקטשערס פון די נפטרים, מחלוקתן פון אדמורים מיט פרטים און בילדער, שיינע מצוה טאנצן פון רבי'ס און מאדערנע קאפעלס, יכלה הזמן והם לא יכלו.
ניין! נישט אויף דאס וויינען מיר, כאטש דאס איז אליין א ביטערע פארלוסט.
מיר האבן געוויינט אויף די פילע ביזנעסער ואס ווערן דורכגעפירט צווישען די קארידארן אויף וואטסעפ, ווער נאך ווי אונז ווייס מער אז וואטסעפ ניצט מען נאר לצורך פרנסה, איז דאך פשט אז די וואטסעפפ איז א אוצר אדיר אנגעפילט מיט אויסגעהארעוועט אידיש געלט. געוואלד די דיעלס וואס קומען פאר דורך א קליינטשיקע וואויסנאוט איז אין לשער ואין לתאר.
נאכדעם וויינען מיר אויף די פילע תורה ווערטער און פערל רייד פון די מגידים למיניהם, פון הרב הפלאי ביז ר' מיילעך בידערמן ביז בעלזע רבי'ס אייניקעל שלום שליט"א ביז לימאנובע, ווער נאך ווי אונז חסידישע אידעלעך האבען אזויפיל השקפה סוגיות דורכגעטון אויף די קליפס און וואויסנאטס אויסצוגען פון די גדולי הרבנים והדרשנים.
ועל דא ודאי קבכינא!
עהרליכע אידן האבן געזעןדערין א באזונדערע גזירה, וויבאלד די חסידישע אידענטום איז שטארק אפגעהיטן אין דעם הינזיכט. בעת ביי די גוי'אישע פעלקער באנוצט מען זיך מיט כל מיני סאושעל מידיע משוגעת'ן, ווי למשל סנעפטשעט פעיסבוק סקייפ, וכל מיני שיקוצים למיניהם, האבן אונז עהרליכע זיך קונה שביתה געווען אין א ריין ווינקעל, די גרינע וואטסעפ, וואס מ'נוצט שוין מקדמת דנא, ס'האט נישט קיין שום אומאיידעלע בילדער פון נשים, און ס'איז ממש נקי מכל. גאר פרומע אינגעלייט האבען מקפיד געווען איינצושטעלן יענעם פילטער וואס מאכט בלורי די אלע פיקשטערס, אזוי אז אפילו די בילדער וואס מ'קריגט אויף די גרופעס זאל מען נישט קענען זעהן.
און איצטערט איז דאס געזען געווארען ווי א שטארקע נידערלאגע, אז די בעלי הוואטסעפ ודומיהם האבען זיך בכלל נישט גערעכענט מיט דעם פאקט אז עהרליכע חרדי'שע אידען זענען שטארק אנגעוויזען דווקא אויף וואטסעפ, און אלץ א רעליגעזע עקסעמפשאן קענען זיי נישט נוצען די אנדערע עפפס, ובעוד יותר, ס'קומט זיי אן שווער דאס שרייבען ענגליש, אדער אפילו יודיש צו לאשענקוידעש, ובמילא קענען זיי אויך נישט ניצען אימעיל, איז ממש א עוולה נוראה צו לאזען א מינאריטעט אן קיין שום פארבינדונגס מיטעל.
מאנכע שוארץ זעער האבען געווארענט אז ביז א וואך איז דער קריזיס נישט פאריבער, און טייל זענען געווארען אזוי אויפגעברויזט אזש זיי האבען אראפגעלאדנט דעם קאנקורירנדיגן טעלעגראם עפפפ, און דערמיט אריינגעשטאכן א גירא בעינא דוואטסעפ. עהרליכע עסקנים האבען פארבראכן די הענט, מורא האבנדיג אז די נייע פרישע יונגעלייטלעך וואס האבן זיך גענומען צו טעלעגראם וועלן אנקומען צו כל מיני נידריגע טשענעללס פון גוי'אישע מאוויס און נאך ארגערס וואס אויף ואטסעפ איז נישט מעגליך אנצוקומען צו זיי.
ברוך ה' מיט די הילף פון א גרופע עסקנים וואס האבן געשתדלט ביים סטעיט סענאטאר האט מען באוויזן צו באקומען א אודיענץ מיט זוקערבערג, וועלכע האט זיך באלד אנטשולדיגט און האט פארשפראכן צו פאררעכטן דעם פראבלעם ווי אמשנעלסטן. עסקנים האבען געסטראשעט אז אויב ער זעהט נישט צו פאררעכטן די פראבלעם ביז ביינאכט, וועט מען אראפנעמען יעדן זכר פון וואטסעפ פון די קהילה פילטערס ווי גדר און משומר וכל שום וחניכה דאית להו.
די אנטשלאסענע - אבער איידעלע - שטעלונג האט שטארק עושה רושם געווען, און ברוך ה' שפעט נאכמיטאג איז אריינגעקומען די בשורה טובה אז טייל וואטסעפ באנוצער האבען אנגעהויבן אריינבאקומען די וואיסנאוטס וואס זענען נישט אנגעקומען. דאס האט אריינגעברענגט א חשד אז דאס איז געווען א אויסגערעכנטע אקציע פון זוקערבערג אפצוטון די חסידישע אידן פאר'ן שרייבען אויף פעיס בוק אונטער פאלטשע נעמען, וואס דאס איז גורם א אויפשטייגונג אין פעיק ניוז, און דערפאר האט ער אריינגעשטעלט אלע זייערע וואויסנאוטס אין סטארעזש צו קענען זאמלען חומר.
אזוי צו אזוי, יאווען זיך שוין עסקנים און גייען ארום צו רבנים חתמנען מ'זאל אויפהערן ניצען וואטסעפ.
איין רב האט זיך אויסגעדריקט מיט ערשטוינונג: וואטסעפפ? וואס איז דאס. און די עסקנים האבען אים מסביר געווען וואס דאס איז, האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר