ר' אי איך האב אייך פיינט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ר' אי איך האב אייך פיינט!

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג יוני 17, 2019 10:54 am

בס"ד


לאנגע שורות, הויכע גערודער, שווערע דערנידערונגען פון גיין בארוועס אין פובליק, שוויץ גערוך, הונגער, אויסגעמישט מיט א דאגה וואו מען וועט זיך שטעלן מנחה און וואו מען וועט ציילן ספירה.
ניין, כ'בין נישט געווארן ארעסטירט אין תפיסה אין עפעס א דריטע וועלט לאנד, פארקערט, איך האב גאר געצאלט שווערע געלטער פאר די דאזיגע סיטואציע, געווענליך שטיי איך עפעס מער אויף מיינע ביסל רעכטן וואס קומט זיך מיר פארן זיין א באשעפעניש אויף צוויי פיס און פארן נישט עסן קיין גלאז און נישט טרינקען קיין בליטש...

איר האט צוגעטראפן, כ'בין אין עירפארט.

שרעקעוודיגע פארשוינען דרייען זיך דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, גראדע בין איך נישט צופיל ווייניגער שרעקעדיג אין מיין טראגע, אבער דאס נאר זיך באגעגענען מיט אן אראבער וואס גייט אנגעטון פון קאפ ביז פיס ממש ווי די בילדער פון מנחם מענדל'ס לעגענדארע דערציילונגען פון צדיקים ביכלעך אריינגערעכנט די סאנדאלן און די רינגלעך אויף די פיס פינגער ברענגט ארויף אינטערסאנטע שטורעמישן אין מיין קערפער וואס פאראורזאכן מיינע באקן זיך עטוואס צו פארררויטלען, כ'ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די חברה האב איך נישט ליב.

יעצט ווען מען פירט זיך ווען אויף צו מיר אין עירפארט ווי צו א נארמאלער מענטש מילא, אבער די מציאות איז אז די מערהייט פון די באטייליגטע אין עירפארט זענען פיל מער סימפאטיש צו דעם קוזין מיינער ישמעל, ווי צו מיר, זיי, די אראבער און מוסלמענער קוקט מען אן אין די פרייע וועלט מיט די ליבעראלע בליק פון חירות און פרייהייט פון רעליגיע, זיי ווערן סערווירט ווי נארמאלע מענטשן מיט א אנדערע גלויבן, דאגעגן מיר וועט מען נישט אריינרעכענען צווישן די ציווילע בירגער, אויב עפעס וועט מען זיך אפרוקן פון מיר ווי איך בין ווען א קרעציגער באשעפעניש מיט אנשטעקנדע מחלות וואס נעסטיגן אין מיר.

וואו זענען די ליבעראלן פאר א שווארץ יאר ווען עס קומט צו אונזערע רעכטן? פארוואס פארשטייט די גאנצע וועלט אז מיר דארפן נישט באקומען קיין רעכטן כאטש אזויפיל ווי דער פארשטינקענער אראבער? איך טראכט נאך מער, די ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע ווילן אונז אריסזען פון די פאראייניגטע שטאטן פאר יעדן פרייז, האבן ניטאמאל דערמאנט אין זייערע רעדעס אז זיי האב סיי וואסערע פראבלעם מיט די ישמעלים, וועלכע זענען פונקט אזוי א מינאריטעט וואס נוצט אויס די סיסטעם פון פרייהייט ווי אונז, גראדע זענען דא וואס זאגן אז ביי זיי איז גאר דער ציל אויף צו קענען איינפירן די שאריא געזעצן אין די מערב וועלט ווען די צייט וועט קומען, אבער לאמיר אפלאזן יעצט קאנספיראציע.

וואס וויל איך דא וויסן?

איז אזוי, איך וויל פארשטיין, פארוואס זענען מיר אויסגעשפיגן סיי אין די ליבעראלע וועלט און סיי ביי די רעכטע? פארוואס האט אונז יעדע גרופע אזוי פיינט און מען וואונטשט אונז דאס טויט?
דער תירוץ איז ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט וואו מיר געהערן, איינער האלט זיך אזוי און איינער האלט זיך אזי, קיינער רעדט זיך נישט דורך מיט קיין איינעם און כלל ישראל איז בכלל נישט איינשטימיג איינער מיטן צווייטן אין קיין שום פאל, און דער גוי ווייסט עס נישט, ער איז אבער פארט נישט משוגע, ער זעט אויך די פאר גרויסע פאפולערע טוויטער אקאונטס וואס ווערן געפירט דורך באבערדלטע און באפיאות'טע אידן פון ניו יארק, יעצט דער גוי האט נישט קיין מושג אז בעת וואס מעכל איז א פייערדיגער סאטמארער סימפאטיקער איז דער צווייטער חסיד א בעלזער אין די בלוט און עס איז נאר גענוג אז סאטמאר זאל הייסן עפעס טון אז ער זאל טון דאס פארקערטע...

דער גוי זעט נישט די אלע זאכן, ער ווייסט נישט די אלע זאכן, ער זעט איין זאך, א איד מיט בארד און פיאות זאגט אזוי, און עס איז אים גענוג אויף צו אפ'פסק'ענען זיין מיינונג אויף די גאנצע קאמיוניטי.
און אזוי איז עס געלאפן משך אלע יארן וואס אידן זענען געווען אין אמעריקע און יעצט צאלן מיר די פרייז אויף די פראדוקטן וואס אונזערע פארגייער און עסקנים האבן באשטעלט, ווילסט נישט? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, פונקט ווי דו קוקסט אן יעדן שווארצער פאר א גנב ווייל דיין באבע האט אמאל געזאגט אז זי האט געשריגן כאפצעם, די זעלבע קוקט מען יעצט אויף דיר, א איד וואס וויל אויסשפילן די סיסטעם, יעדן טאג האט ער אנדערע מיינונגען, און די ווארט איד איז אומצוויידייטיג ביי זיי, עס איז א נידריגע ווארט היינט ביי זיי, עס איז א לשון פון א מאנסטער וואס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט וואס עס איז אים גוט און באקוועם, זוכט צו גנב'ענען פון די ארעמע קלאס מענטשן, וויל ארומפארן מיט א שיינע קאר און פייפן אויף יעדן איינעם.

ווען איך בין ווען נישט קיין איד וואס ווייסט אז די אלע זאכן וואס איך האב דא אויסגערעכנט איז בכלל נישט די דעפיניציע פון מיין פאלק און ראסע'ס נאמען, וואלט איך פשטות זיך אויך נישט געוואלט לאזן איבערצייגן אז די אידן זענען בעצם נישט שלעכט.

מען קוקט אונז אן ווי דער שלעכטער אינגל וואס טשעפעט און מאכט חוזק פון יעדן איינעם און ווען איינער דערלאנגט אים א שטויס לויפט ער מאכן אן איבערקערעניש אז מען האט אים געשטויסן ווייל מען האט אים נישט ליב ווייל ער האט גרינע הויזן.

ר' איד! מען האט דיר פיינט אין אמעריקע ווייל דו ביסט א איד, פארוואס האט מען פיינט א איד? ווייל איד איז א פארשטינקענע זאך, אבער ווער איז שולדיג אז א איד איז אין די וועלטס אויגן א פארשטינקענע זאך? דו אליין! מיט דיינע סומעטאכעס וואס דו דרייסט אן יעדן שני וחמישי האסטו זיך איינגעקויפט דעם גרויליגן רעפוטאציע, מען האט דיר פיינט פאר דיינע בלאקירונגען אויף די ברוקלינע ראוד'ס יעדעס מאל וואס דיין רבי פארט ארויס קיין מיאמי, פאר דיינע נאכשרייען די מידיא, פאר דיין אויסנוצן די רעליגיע אויף צו מאכן געלט און זאגן ליגנט און פאלשן דאקומענטן, מען האט דיר פיינט פארן נישט קענען דיין לאנדסשפראך און אויך פאר דיין ריזיגע סובארבאן מיט לייטס און סיירענס האט מען דיר פיינט!

נישט נאר דער גוי האט דיר פיינט, יעדער רעכטדענקנדער מענטש וואס האט א הארץ און מח שטענדיג אקטיוו ביינאזאם האט דיר פיינט, איך בין א איד און איך האב דיר פיינט!

ניין, פארשטיי מיר נישט שלעכט, ווען דו וועסט האבן א צרה וועל איך אוודאי מיטשפירן און עס וועט מיר באנג טאן אז דו מאכסט מיט, אויב וועל איך מיט עפעס קענען ארויסהעלפן וועל איך דיר פארשטייט זיך העלפן ווייל דו ביסט מיין ברודער, אבער דיינע אלע אנדערע מעשים זענען מיין גרעסטע שונא, און דעריבער ווען דו זעסט מיר אין סיי וועלכע פובליק פלאץ קום נישט נאנט צו מיר ווייל איך בין נישט גוט מיט דיר, איך בין נישט דיין חבר, איך שטיי נישט מיט דיר אויף איין בלאט, איך בין א ציווילע בירגער אין א לאנד, און איך האלט נישט אזוי ווי דיר אז ווייל איך בין א גרעסערער עושר דארף איך יעצט אויסשטעכן דעם גוי'ס אויגן און אים דערנידערן.

זאג מיר נאר נישט אז איך בין נישט גערעכט, ווייל אויב וועסטו קוקן אין היסטאריע וועסטו זען אז וואו אימער אידן האבן זיך געשפירט בעה"ב האט מען זיי עווענטואל גוט באזייטיגט און געגעבן צו שפירן דעם טעם פון גלות, שפאניע יוכיח, דייטשלאנד יוכיח, און נאך פילע ערטער וואו אידן האבן געליטן האט זיך עס אנגעהויבן ווייל די גוים האבן געזען אז די אידן הייבן אן פירן די זאך.
עס איז זייער אומבא'טעמ'ט איבערצורעדן און איבערצושמועסן יעדעס מאל די זעלבע נקודה אבער עס איז נאכנישט קלאר אריינגעבאקן אין די ביינער.

שוין, גענוג געווען פאר היינט...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 17, 2019 1:36 pm

מאך זיכער: דו האסט לכאורה זייער היקף'דיג אראפגעלייגט דעם מצב פון דעם אידישן פאלק אין דער וועלט. אנגעהויבן מיט זעלבסט באשולדיגונג. דו טוסט גאנץ גוט ראציאנאליזירן די שלעכטע באציאונג וואס די אלגעמיינע (גוי'אישע) באפעלקערונג האט צו אונז אלס איד/ן. אין פארגלייך צו דעם שמוציגן, שטינקעדיגן אראבער (יא, שבת אחים. איך בין א אידישער נאציאנאליסט און א ראסיסט. און איך האף בביאת משיח צדקינו (לשיטתך א לעגענדע) וועלל איך פערזענליך זיך נוקם זיין אין די דייטשן, ימ"ש און די נידעריגע בני ישמעאל. יא. איך וועל זיי פייניגן, פיזיש און גייסטיג. לכה"פ אזוי ווי זיי האבן מיך און מיינע עלטערן און אנדערע בני משפחה געפייניגט אין משך פון אלע יארן און צענטוריאנען און מילענניום'ס...!)

דו האסט אבער פארפאסט איין וויכטיגע נקודה אין דיין אנאליז. אייגנטליך האט עס 2 חלקים...1) פארוואס דעם אפשטויסנדן, שמוציגן, סרחנ'דיגן אראבער באהאנדלט מען מיט זיידענע הענטשוך...! 2) פארוואס דעם איד באהאנדלט מען מיט פאראכטונג און שנאה אין די גאנצע וועלט...!

דער ענטפער אויף די ערשטע רעטארישע שאלה איז. אז די אלגעמיינע גוי'אישע וועלט האט פשוט מורא פון די פארשאלטענע בני ישמעאל. ווייל זיי האבן שוין געוויזן וואס זיי, אלס פאלק צוזאמען מיט זייער עקל'דיגע רעליגיע איסלאם קענען אלץ אפטון.... אכזריות'דיגע שחיטה פון איינצלנע מענטשן און מאסן רציחה. אנדעם וואס זיי זאללן געבן א טרייסל אין זייער פארשמירטע "נשמה"... !

דער (טיילווייזער) ענטפער אויף די 2'טע רעטארישע שאלה איז, אז די אידן זענען בשום אין אופן נישט מסוגל אפצוטון די אלע גרויליגע און עקל'דיגע אקטן פו רציחה און מאסן מערדערייען... ממילא האבן די פעלקער נישט מורא זיך אנצוהייבן מיט דעם איד...! אבער בלא ציונים אי אפשר. אן די ציונים קענמען נישט אויסשמועסן אן עניין...! משא"כ די ציונים אין מדינת ישראל. זיי קלאפן צוריק ב"ה מנה אחת אפיים. און דאס קען שוין דער גוי נישט סובל זיין אדער פארשטיין. יא. דער גוטער גוי, וועט מיט וויינען און קרעכצן מיט דעם איד ווען ער ווערט געקלאפט. אבער אז דער איד זאל צוריקשלאגן. צו דעם זענען זיי שוין נישט צוגעוואוינט...!

דער בעסטער הסבר, אבער איז. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "הן עם לבדד ישכון. ובגוים לא יתחשב"...!

אט דאס איז. אדער דארף זיין א לעקציע סיי פאר די סיקריקים. און סיי פאר די פיהרערס פון די רעגירונג אין ארץ ישראל. זיי קענען פרובירן אלע דיפלאמאטישע קונצן. און די בעסערע, הויכגעשעצטע גוי'אישע וועלט. סיי פון די מדבריות און דזשאנגלס אין אפריקע. און סיי די פענסי אייראפע'אישע פאראיין וועלן זיי נאכאלץ פיינט האבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 18, 2019 8:09 am

יא יא כאילו אונז האבן ליב דער וואס איז אנדערש פין אונז. אין בית המדרש אינדערפרי, קומט אריין איינער משלנו, וואס איז נעבעך אנגעפארען ווייל ער איז א טיפש און רעדט זיך איין אז מען האט אים מאלעסטעט, און גייט מיט לאנגע האר וואס התאחדות האט גע'אסר'ט ביי שייטלעך.

דער גאנצע בית המדרש איז אויף רעדער, היתכן? מען לאזט אין אריין דא? וואס איז ראנג, פרעגט דער האלבער אויפגעקלערטער? וואס הייסט!! ער מיינט ער איז קלוגער פין אונז? און ער דארף עס נאך ווייזן דא אין בית המדרש!! שרייט דער רעכטער נאציאנאלע רעכטער טראמפיסט.

דא ליגט דער תשובה. און דער וואס פארשטייט נישט, זאל איבערליינען
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 18, 2019 9:37 am

האסט אראפגעלייגט א הנחה אז ליבעראלען האבן אונז פיינט. דער אמת איז אבער אז די ליבעראלען האבן אונז נישט פיינט. אפשר פארשטייען זיי אונז נישט. אבער זיי זיצן נישט און בלעימען אלעס אויף די אידן און די מינארטיס פונקט ווי די עכטע רעכטע אין די סאוט וואס האלטן אז די אידן נעמען צו אלע זייערע געלטער און דאמינירן אלע מארקעטס און באצאלן נישט קיין שטייערן. די ״ריינע ראסע״ קאנצעפט איז נאר פארהאנען ביי די רעכטע, ביי די לינקע איז יעדע קאליר און יעדער מענטש וועלקאום. אידן אין אמעריקע וואוינען נאר אין פלעצער וואו די לינקע געוואונען. כ׳זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן אונז פיינט האבן. און זיכער נישט צו פארגלייכן מיט די שנאה פון די רעכטע רעדנעקס און נאציס.
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 18, 2019 11:19 am

Self hating Jew
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1475
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 18, 2019 11:27 am

שבת
דיר האבען זיי נישט פיינט, ווייל ביסט אויך א פרייער איד, פונקט ווי זיי, אונז אבער, אונז האבען זיי יא פיינט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2019 12:14 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:Self hating Jew

קאצקע ציקער:No. Naive Jew...! Just visit any campus of a university in any city in the world. Except for Israel...!

Recently, there was an international conference of the leftist, LGBTQ in Germany. When the Israeli members of that group attempted to join the meeting. The other members chased them clear out of the assembly hall...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 18, 2019 1:08 pm

אישתישבי האט געשריבן:שבת
דיר האבען זיי נישט פיינט, ווייל ביסט אויך א פרייער איד, פונקט ווי זיי, אונז אבער, אונז האבען זיי יא פיינט.


פון וואנעט נעמסטו דאס? אויף וואס איז עס געבעיסט?

א פרייער ווייסע גוי אין מאנהעטן האט פיינט א חסידישע איד? א געלערנטע דאקטער? א לויער?

לאמיר הערן פון וואו דו נעמסט עס? אדרבה!

איך בין דאך אויך אנגעטוהן ווי א פרומע איד געווענטליך. פון וואנעט ווייסן זיי צי איך בין פרום אדער פריי? פאר א גוי קוק איך אויס ווי א פרומע איד פונקט ווי דו. א קאפל, א קליינע בארד, גלעזער, אידישע אקצענט. פארוואס מיינסטו אז איך בין עקזעמפט?


הער אויס! סתם רעדן אין די וועלט אריין איז נישט אינטערסאנט. מיין פערציג יעריגע עקספירענס ארומפארן אין די ברייט און די לענג פון אמעריקע איז די לינקע פרובירן צו זיך לעבן גוט מיט יעדעם איינעם, מיר זענען העפליך צו א יעדעם, everybody is welcome ווידער די רעכטע זענען די ״ריינע ראסע״ פארטיי. זיי זאגן עס אפען און גראב אן קיין בושה. די לינקע שרייען מיר לאזן יעדעם אריין אין אונזער טענט. סקען זיך אלץ מאכן געוויסע לינקע וואס האבן טאקע פיינט חסידים אבער בדרך כלל זענען זיי נישט אזוי.
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 18, 2019 1:39 pm

אין אמתן אריין די פשוטע סיבה פון אנטיסמיטיזם בכלליות איז ווייל אידן זענען בדרך כלל די רייכע און סוקסעספולע און זיי האלטן זיך אלע צוזאמען. און פאר א אינדרוסענדיגער, ספעציעל אויב איז ער א אומגעלערנטער מענטש קוקט עס אויס ווי די אידן קאנטראלירן אלעס און געוועלטיגן איבער אלעס און לאזן נישט אריין איינער וואס איז נישט קיין איד און געבן זיי נישט קיין שאנס רייך צו ווערן.

וואס מ׳דארף טוהן אז ס׳זאל נישט אזוי אויסקוקן פאר זיי ווייס איך נישט פונקטליך. צריך עיון.
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

Re: ר' אי איך האב אייך פיינט!

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג יוני 18, 2019 3:52 pm

אישתישבי האט געשריבן:יא יא כאילו אונז האבן ליב דער וואס איז אנדערש פין אונז. אין בית המדרש אינדערפרי, קומט אריין איינער משלנו, וואס איז נעבעך אנגעפארען ווייל ער איז א טיפש און רעדט זיך איין אז מען האט אים מאלעסטעט, און גייט מיט לאנגע האר וואס התאחדות האט גע'אסר'ט ביי שייטלעך.

דער גאנצע בית המדרש איז אויף רעדער, היתכן? מען לאזט אין אריין דא? וואס איז ראנג, פרעגט דער האלבער אויפגעקלערטער? וואס הייסט!! ער מיינט ער איז קלוגער פין אונז? און ער דארף עס נאך ווייזן דא אין בית המדרש!! שרייט דער רעכטער נאציאנאלע רעכטער טראמפיסט.

דא ליגט דער תשובה. און דער וואס פארשטייט נישט, זאל איבערליינען
אינטערעסאנט צו וויסן אין וועלכע בתי מדרשים דו דאווענסט... ווייל אין די בתי מדרשים וואס איך דאווען קומען כסדר אריין אלע סארט מענטשן, אויך מיט לאנגע האר און קאלירטע העמדער, און קיינער קוקט נישט און זאגט נישט, און אוודאי חלומ'ט מען נישט פון ארויס ווארפן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 604
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

Re: ר' אי איך האב אייך פיינט!

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג יוני 18, 2019 4:07 pm

מאך זיכער האט געשריבן:בס"ד


לאנגע שורות, הויכע גערודער, שווערע דערנידערונגען פון גיין בארוועס אין פובליק, שוויץ גערוך, הונגער, אויסגעמישט מיט א דאגה וואו מען וועט זיך שטעלן מנחה און וואו מען וועט ציילן ספירה.
ניין, כ'בין נישט געווארן ארעסטירט אין תפיסה אין עפעס א דריטע וועלט לאנד, פארקערט, איך האב גאר געצאלט שווערע געלטער פאר די דאזיגע סיטואציע, געווענליך שטיי איך עפעס מער אויף מיינע ביסל רעכטן וואס קומט זיך מיר פארן זיין א באשעפעניש אויף צוויי פיס און פארן נישט עסן קיין גלאז און נישט טרינקען קיין בליטש...

איר האט צוגעטראפן, כ'בין אין עירפארט.

שרעקעוודיגע פארשוינען דרייען זיך דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, גראדע בין איך נישט צופיל ווייניגער שרעקעדיג אין מיין טראגע, אבער דאס נאר זיך באגעגענען מיט אן אראבער וואס גייט אנגעטון פון קאפ ביז פיס ממש ווי די בילדער פון מנחם מענדל'ס לעגענדארע דערציילונגען פון צדיקים ביכלעך אריינגערעכנט די סאנדאלן און די רינגלעך אויף די פיס פינגער ברענגט ארויף אינטערסאנטע שטורעמישן אין מיין קערפער וואס פאראורזאכן מיינע באקן זיך עטוואס צו פארררויטלען, כ'ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די חברה האב איך נישט ליב.

יעצט ווען מען פירט זיך ווען אויף צו מיר אין עירפארט ווי צו א נארמאלער מענטש מילא, אבער די מציאות איז אז די מערהייט פון די באטייליגטע אין עירפארט זענען פיל מער סימפאטיש צו דעם קוזין מיינער ישמעל, ווי צו מיר, זיי, די אראבער און מוסלמענער קוקט מען אן אין די פרייע וועלט מיט די ליבעראלע בליק פון חירות און פרייהייט פון רעליגיע, זיי ווערן סערווירט ווי נארמאלע מענטשן מיט א אנדערע גלויבן, דאגעגן מיר וועט מען נישט אריינרעכענען צווישן די ציווילע בירגער, אויב עפעס וועט מען זיך אפרוקן פון מיר ווי איך בין ווען א קרעציגער באשעפעניש מיט אנשטעקנדע מחלות וואס נעסטיגן אין מיר.

וואו זענען די ליבעראלן פאר א שווארץ יאר ווען עס קומט צו אונזערע רעכטן? פארוואס פארשטייט די גאנצע וועלט אז מיר דארפן נישט באקומען קיין רעכטן כאטש אזויפיל ווי דער פארשטינקענער אראבער? איך טראכט נאך מער, די ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע ווילן אונז אריסזען פון די פאראייניגטע שטאטן פאר יעדן פרייז, האבן ניטאמאל דערמאנט אין זייערע רעדעס אז זיי האב סיי וואסערע פראבלעם מיט די ישמעלים, וועלכע זענען פונקט אזוי א מינאריטעט וואס נוצט אויס די סיסטעם פון פרייהייט ווי אונז, גראדע זענען דא וואס זאגן אז ביי זיי איז גאר דער ציל אויף צו קענען איינפירן די שאריא געזעצן אין די מערב וועלט ווען די צייט וועט קומען, אבער לאמיר אפלאזן יעצט קאנספיראציע.

וואס וויל איך דא וויסן?

איז אזוי, איך וויל פארשטיין, פארוואס זענען מיר אויסגעשפיגן סיי אין די ליבעראלע וועלט און סיי ביי די רעכטע? פארוואס האט אונז יעדע גרופע אזוי פיינט און מען וואונטשט אונז דאס טויט?
דער תירוץ איז ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט וואו מיר געהערן, איינער האלט זיך אזוי און איינער האלט זיך אזי, קיינער רעדט זיך נישט דורך מיט קיין איינעם און כלל ישראל איז בכלל נישט איינשטימיג איינער מיטן צווייטן אין קיין שום פאל, און דער גוי ווייסט עס נישט, ער איז אבער פארט נישט משוגע, ער זעט אויך די פאר גרויסע פאפולערע טוויטער אקאונטס וואס ווערן געפירט דורך באבערדלטע און באפיאות'טע אידן פון ניו יארק, יעצט דער גוי האט נישט קיין מושג אז בעת וואס מעכל איז א פייערדיגער סאטמארער סימפאטיקער איז דער צווייטער חסיד א בעלזער אין די בלוט און עס איז נאר גענוג אז סאטמאר זאל הייסן עפעס טון אז ער זאל טון דאס פארקערטע...

דער גוי זעט נישט די אלע זאכן, ער ווייסט נישט די אלע זאכן, ער זעט איין זאך, א איד מיט בארד און פיאות זאגט אזוי, און עס איז אים גענוג אויף צו אפ'פסק'ענען זיין מיינונג אויף די גאנצע קאמיוניטי.
און אזוי איז עס געלאפן משך אלע יארן וואס אידן זענען געווען אין אמעריקע און יעצט צאלן מיר די פרייז אויף די פראדוקטן וואס אונזערע פארגייער און עסקנים האבן באשטעלט, ווילסט נישט? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, פונקט ווי דו קוקסט אן יעדן שווארצער פאר א גנב ווייל דיין באבע האט אמאל געזאגט אז זי האט געשריגן כאפצעם, די זעלבע קוקט מען יעצט אויף דיר, א איד וואס וויל אויסשפילן די סיסטעם, יעדן טאג האט ער אנדערע מיינונגען, און די ווארט איד איז אומצוויידייטיג ביי זיי, עס איז א נידריגע ווארט היינט ביי זיי, עס איז א לשון פון א מאנסטער וואס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט וואס עס איז אים גוט און באקוועם, זוכט צו גנב'ענען פון די ארעמע קלאס מענטשן, וויל ארומפארן מיט א שיינע קאר און פייפן אויף יעדן איינעם.

ווען איך בין ווען נישט קיין איד וואס ווייסט אז די אלע זאכן וואס איך האב דא אויסגערעכנט איז בכלל נישט די דעפיניציע פון מיין פאלק און ראסע'ס נאמען, וואלט איך פשטות זיך אויך נישט געוואלט לאזן איבערצייגן אז די אידן זענען בעצם נישט שלעכט.

מען קוקט אונז אן ווי דער שלעכטער אינגל וואס טשעפעט און מאכט חוזק פון יעדן איינעם און ווען איינער דערלאנגט אים א שטויס לויפט ער מאכן אן איבערקערעניש אז מען האט אים געשטויסן ווייל מען האט אים נישט ליב ווייל ער האט גרינע הויזן.

ר' איד! מען האט דיר פיינט אין אמעריקע ווייל דו ביסט א איד, פארוואס האט מען פיינט א איד? ווייל איד איז א פארשטינקענע זאך, אבער ווער איז שולדיג אז א איד איז אין די וועלטס אויגן א פארשטינקענע זאך? דו אליין! מיט דיינע סומעטאכעס וואס דו דרייסט אן יעדן שני וחמישי האסטו זיך איינגעקויפט דעם גרויליגן רעפוטאציע, מען האט דיר פיינט פאר דיינע בלאקירונגען אויף די ברוקלינע ראוד'ס יעדעס מאל וואס דיין רבי פארט ארויס קיין מיאמי, פאר דיינע נאכשרייען די מידיא, פאר דיין אויסנוצן די רעליגיע אויף צו מאכן געלט און זאגן ליגנט און פאלשן דאקומענטן, מען האט דיר פיינט פארן נישט קענען דיין לאנדסשפראך און אויך פאר דיין ריזיגע סובארבאן מיט לייטס און סיירענס האט מען דיר פיינט!

נישט נאר דער גוי האט דיר פיינט, יעדער רעכטדענקנדער מענטש וואס האט א הארץ און מח שטענדיג אקטיוו ביינאזאם האט דיר פיינט, איך בין א איד און איך האב דיר פיינט!

ניין, פארשטיי מיר נישט שלעכט, ווען דו וועסט האבן א צרה וועל איך אוודאי מיטשפירן און עס וועט מיר באנג טאן אז דו מאכסט מיט, אויב וועל איך מיט עפעס קענען ארויסהעלפן וועל איך דיר פארשטייט זיך העלפן ווייל דו ביסט מיין ברודער, אבער דיינע אלע אנדערע מעשים זענען מיין גרעסטע שונא, און דעריבער ווען דו זעסט מיר אין סיי וועלכע פובליק פלאץ קום נישט נאנט צו מיר ווייל איך בין נישט גוט מיט דיר, איך בין נישט דיין חבר, איך שטיי נישט מיט דיר אויף איין בלאט, איך בין א ציווילע בירגער אין א לאנד, און איך האלט נישט אזוי ווי דיר אז ווייל איך בין א גרעסערער עושר דארף איך יעצט אויסשטעכן דעם גוי'ס אויגן און אים דערנידערן.

זאג מיר נאר נישט אז איך בין נישט גערעכט, ווייל אויב וועסטו קוקן אין היסטאריע וועסטו זען אז וואו אימער אידן האבן זיך געשפירט בעה"ב האט מען זיי עווענטואל גוט באזייטיגט און געגעבן צו שפירן דעם טעם פון גלות, שפאניע יוכיח, דייטשלאנד יוכיח, און נאך פילע ערטער וואו אידן האבן געליטן האט זיך עס אנגעהויבן ווייל די גוים האבן געזען אז די אידן הייבן אן פירן די זאך.
עס איז זייער אומבא'טעמ'ט איבערצורעדן און איבערצושמועסן יעדעס מאל די זעלבע נקודה אבער עס איז נאכנישט קלאר אריינגעבאקן אין די ביינער.

שוין, גענוג געווען פאר היינט...


בפרט אז דער גוי וואס קוקט די גרויסע טוויטער אקוינטס, קומט נאך דעם ארויף אויף קאווע שטיבל און ער זעהט אז הרב "מאך זיכער" שליט"א געבט איהם נאך רעכט פאר'ן פיינט האבן א איד, ולא זו בלבד נאר ער באשולדיגט דעם איד אינעם שנאה פונעם גוי, און ער אליין - הרב מאך זיכער - האט דאך אויך פיינט דעם איד (הוציא עצמו מן הכלל)... נו מה יעשה הגוי שלא ישנא ?!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 604
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג יוני 18, 2019 5:33 pm

שבת אחים האט געשריבן:האסט אראפגעלייגט א הנחה אז ליבעראלען האבן אונז פיינט. דער אמת איז אבער אז די ליבעראלען האבן אונז נישט פיינט. אפשר פארשטייען זיי אונז נישט. אבער זיי זיצן נישט און בלעימען אלעס אויף די אידן און די מינארטיס פונקט ווי די עכטע רעכטע אין די סאוט וואס האלטן אז די אידן נעמען צו אלע זייערע געלטער און דאמינירן אלע מארקעטס און באצאלן נישט קיין שטייערן. די ״ריינע ראסע״ קאנצעפט איז נאר פארהאנען ביי די רעכטע, ביי די לינקע איז יעדע קאליר און יעדער מענטש וועלקאום. אידן אין אמעריקע וואוינען נאר אין פלעצער וואו די לינקע געוואונען. כ׳זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן אונז פיינט האבן. און זיכער נישט צו פארגלייכן מיט די שנאה פון די רעכטע רעדנעקס און נאציס.

פארקערט, איך האב ארויסגעברענגט אז אפילו די ליבעראלן וואס זענען דא פאר א פריידענקענדער וועלט און האבן נישט קיין פראבלעם מיט א צווייטנס וועג ווילאנג עס שטערט נישט פאר די מענטשהייט רופן זיך אויך גארנישט אן ווען עס קומט צו אנטיסעמיטיזם וויבאלד זיי פארשטייען פארוואס מען האט זיי פיינט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2019 10:10 pm

שבת אחים האט געשריבן:אין אמתן אריין די פשוטע סיבה פון אנטיסמיטיזם בכלליות איז ווייל אידן זענען בדרך כלל די רייכע און סוקסעספולע און זיי האלטן זיך אלע צוזאמען. און פאר א אינדרוסענדיגער, ספעציעל אויב איז ער א אומגעלערנטער מענטש קוקט עס אויס ווי די אידן קאנטראלירן אלעס און געוועלטיגן איבער אלעס און לאזן נישט אריין איינער וואס איז נישט קיין איד און געבן זיי נישט קיין שאנס רייך צו ווערן.

וואס מ׳דארף טוהן אז ס׳זאל נישט אזוי אויסקוקן פאר זיי ווייס איך נישט פונקטליך. צריך עיון.

די אידן האבן שוין פראבירט דעם מיטל פון אסימילירן זיך און אויסזעהן פונקט ווי דער גוי. נישט נאר אויסזעהן. נאר זייער אויפפיהרונג איז געווען נאך גוי'אישער ווי דער גוי. און ס'האט געהאלפן א מכה...!

אין די אלטמאדישע בייבל. די אלד טעסטאמענט, וועלכע איז לשיטתכם שיינע פאעטרי. אבער איז נישט געגעבן געווארן מסיני. שטייט אבער ארויס דער טעם און די סיבה פארוואס אין אמעריקע האט מען פיינט דעם איד אלס קאמוניסט. און אין (קאמוניסטישן) רוסלאנד רודפ'ט מען דעם איד אלס קאפיטאליסט און ספעקולאנט. און אין דייטשלאנד, וואו דער איד האט אויסגעקוקט פונקטליך ווי דער גוי, האבן זיי אויכעט פיינט געהאט דעם איד. און אין פוילן, וואו ס'איז נישט דא קיין מנין אידן, האבן זיי נאכאלץ פיינט דעם איד. דארט אין די אלד טעסטאמענט. שטייט זייער קלאר ארויסגעשריבן..."הן עם לבדד ישכון ובגויים לא יתחשב"...! ס'עט ענק גארנישט העלפן אידעלעך. עטץ מעגטס זיין קאמוניסטן אדער סאציאליסטן. עטץ זענטץ, און וועטץ פארבלייבן אידן לעולם ועד... קעיס קלאוזד...!

הרב שבת אחים. מיין שאלה צו דיר איז. ווען דו גייסט דיך אויפוועקן פון דיינע זיסע סאציאליסטישע חלומות...?! ווען דו וועסט שוין שטיין אין די ליין צוזאמען מיט די אנדערע אידעלעך...! און דיינע סאציאליסטישע פריינט וועללן זיך אפקערן פון דיר. און דיר אריינשמייכלען אין פנים אריין...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך יוני 19, 2019 12:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יוני 19, 2019 12:16 am

אינטערעסאנט

בערל טענה'ט אז די רעכטע האבן אונז נישט פיינט.
שבת טענה'ט אז די לינקע האבן אונז נישט פיינט.
יהודי פשוט טענה'ט אז חסידים פארנעמען מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי פונקט ווי די אייגענע. (ער וויל וויסן ווי איך דאווען!!).

מוז איך מאכן א מסקנה אזוי,
בערל איז א רעכטע און רעדט פין זיך אליין.
שבת איז א לינקע, רעדט אויך פין זיך אליין.
יהודי פשוט, רעדט אויך פין זיך אליין, ער פערזענליך האט גראדע ליב צו שמועסן מיט דער וואס איז אנדערש.

אבער דער כלל איז, אז קיינער פארנעמט נישט איינער וואס איז אנדערש, אפגעזעהן צו מען איז לינק רעכט איד חסידיש ליטוויש וכו'. אמאהל איז דא אזעלכע וואס האבן עס איבערגעטראכט, און זענען געקומען צו א מסקנה אז זיי זענען נישט אנדערש נאר מיט דער לבוש, אבער מיר זענען אלע מענטשען. אבער דער אינסטינקט איז דוחה די וואס זענען אנדערש
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך יוני 19, 2019 3:05 am

זייער גוט געשריבן דער "מאך זיכער" איך האףנאר אז ס'נישט אמת
אויב יא ווי איז אונזער נעקסטע סטאנציע
אין טשיינע זענען מיר נאך אקצעפטירט?
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך הייסע טיי » מיטוואך יוני 19, 2019 11:13 am

מאך זיכער,
ביי די אראבער איז נאך דא אזוינע שנאה ווי ביי אינז ,טוויטער אקאונטס פון "באבערדעלטע" אראבער וואס רייסן אראפ די אייגענע, אלע מעלות וואס דו האסט אויסגערעכענט אויף אינז ועוד.. איז דא בשפע ביי די חיות אין מענטשליכע געשטאלטן
נאר וואזשע דען .. א אלטע כלל פון הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב! טוט נישט עקסקלאדן ישמעאל, אזוי האט די אייבערשטער אריינגעלייגט אין די טבע, און די הסבר הדבר איז גאנץ פשוט, ווייל ביי אונז ליגט דער אמת, און שקר קען נישט סובל זיין אמת.
רעד דיך נישט איין די אלס אן אינעוויניגסטער וואס זעט אונזערע פראבלעמען, אז דאס זענען זאכן וואס טרייבט די גוי צו זיי שנאה. די גראז דארט איז נישט גרינער, די אלגעמיינע גוי זעט נישט ביי אונז מער פראבלעמען ווי ביי זיי און אעפ"כ האט הער דיך פיינט און עם נישט
הייסע טיי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:04 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יוני 19, 2019 12:54 pm

לכבוד ר' מאך זיכער
שלום עליכם א איד
קודם זעצט אייך אראפ מאכט אייך באקוועם. איר קענט אייך אוועקזעצן אין די לאונדזש אדער קענט איר כאפען א מנחה אין די עירפארט שול אויף די לינקע זייט (גיי גראד אראפ, מאך א שארפע רעכטס).
יעצט צום ענין, קודם איז גוט צו וויסען אז איר האט מיך פיינט, ווייל די מאמר החכם לויטעט דאך אז מ'ברויך קענען די שונא. אלזא ווייס איך שוין ווער איז מיין שונא: מאך זיכער פון קאווע שטיבעל.
יעצט איך זע איר זענט א געזונטע פסיכאלאג און פארשטייער צו די מענטשהייט, וויל איך אייך אויסלערנען אז ס'איז דא אזא זאך אין פסיכילאגע וואס רופט זיך projection. דאס טייטש אז עפעס וואס איר זעהט אין אייך מיינט איר אז א צווייטע האט עס.
אין מיין עקספיריענס אלץ א אמעריקאנער איד זעה איך נישט אז איינער זאל מיך פיינט האבען ווייל איך בין א איד. איך גיי רואיג אויפ'ן גאס מיט א ציגרעטל אין מויל און קיינער שטערט מיך נישט.
נאר אמאל אויב איך האלט נישט די טיר פאר איינעם קוקט ער מיך אן מיט בייזע בליקן. אקעי מ'האט שוין געהערט אזאנס. מעשים בכל יום אז א פרעמדע מענטש אויף די גאס שמעקט נישט עפעס וואס דו טוסט.
איך האלט נישט אז עפעס פעלט מיך און איך דריי מיך נישט ארום מיט א טשיפ אויף די אקסלען.
די גויים גייט נישט אן אויב דו גייסט בארד און פיאות, אדרבה ס'איז היפי סטייל, ס'קוקט אויס מעכטיג. נוץ אויס די היפי לוק און מאך דיך אביסל קול. זיי נישט אזוי קאמפלעקס וועסטו דיך נישט איינרעדן מ'האט דיך פיינט. גיי צו צו א גוי אדער א גויע און כאפ א שטיקעל שמועס וועסטו זעהן אז מ'גייט דיך נישט אראפבייסן דיין נאז.
ביי די ועי, איך שריי נישט אויף די מידיע און איך בלאק נישט קיין ראודס. איך גנב'ע נישט פון קיינעם און אפשר שרייב איך אמאל אונטער ליגענט אויף א דאקומענט אבער ווער האט נאך נישט? פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אונז דאך שוין געלערענט אז א קלוגע מענטש דרייט ארום אביסעל און א נאר צאלט איין ווי א טאטעלע. מ'ברויך נישט זיין קיין יוד פאר דעם און אוודאי נישט קיין חסידישע איד.
איך האב נישט קיין קאר, ביי די וועי.
און יעדע רעכטדענקענדע מענטש האט מיך נישט פיינט, איים סארי.
איינער וואס האט מיך פיינט צוליב מיין אויסזען האט א סיריעס אישו און איך וואלט עם געראטן צו גיין צו א טעראפיסט אויסגעבען זיינע האס געפילן.
אה און נאך איין זאך. איך האב דיך נישט פיינט, אפילו דו האסט מיך פיינט.
ביי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך יוני 19, 2019 5:48 pm

אנטשולדיגט טאמער איר זענט וויי געטון געווארן דורך דעם ארטיקל.

די פוינט איז אז וואו אימער דו וועסט זיך דרייען וועט מען דיר אונקוקן, טאקע אומבארעכטיגט, ווי א צרה-לייט, און דאס איז די גאנצע ציל פונעם ארטיקל, ווי איר האט געזען איז עס טאקע געשריבן געווארן אין אן עירפארט וואו איך האב עס געשפירט גאר שטארק.

אידן מיינען אסאך מאל אז זיי זענען די עם סגולה אויך ווען זיי זענען אין דייטשלאנד/שווייץ/בעלגיע/אונגארן/אוקריינע/ארץ ישראל/טערקיי און וואו נישט, און זיי מיינען באמת אז משה דוד נידערמאן קען דארט אין איין רגע ערלעדיגן וואס ער וויל און אז די גאנצע זאך איז נאר א היכי תמצא צו זיין טוריזם דא אין לאנד...

ניין ר' איד, דו ביסט נישט מאכטפול און פארלאנג נישט קיין רעספעקט, אדרבה, נעם א חלק אין איבערווייזן די וועלט אז דו ביסט נישט משוגע און אז דו קענסט זיך אויפפירן ווי א ציווילע בירגער אין א ציווילע קאנטרי.

דעטס אלל וואס כ'האב געמיינט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך רעדנער » פרייטאג יוני 21, 2019 10:34 am

איך גיי נישט דא אריינרעדן אינעם נושא,אבער א קאמפלימענט וויל איך דיך געבן, איך ווער משיגע פאר דיין וועג פון שרייבן, "ר'איד איך האב אייך פיינט..." אדער, "דו אליין..." דאס שרייען דער מענטש אין פנים "דו..." איז א מורא'דיגע טאקטיק.
רעדנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יולי 07, 2019 11:36 pm

אישתישבי האט געשריבן:אינטערעסאנט

בערל טענה'ט אז די רעכטע האבן אונז נישט פיינט.
שבת טענה'ט אז די לינקע האבן אונז נישט פיינט.
יהודי פשוט טענה'ט אז חסידים פארנעמען מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי פונקט ווי די אייגענע. (ער וויל וויסן ווי איך דאווען!!).

מוז איך מאכן א מסקנה אזוי,
בערל איז א רעכטע און רעדט פין זיך אליין.
שבת איז א לינקע, רעדט אויך פין זיך אליין.
יהודי פשוט, רעדט אויך פין זיך אליין, ער פערזענליך האט גראדע ליב צו שמועסן מיט דער וואס איז אנדערש.

אבער דער כלל איז, אז קיינער פארנעמט נישט איינער וואס איז אנדערש, אפגעזעהן צו מען איז לינק רעכט איד חסידיש ליטוויש וכו'. אמאהל איז דא אזעלכע וואס האבן עס איבערגעטראכט, און זענען געקומען צו א מסקנה אז זיי זענען נישט אנדערש נאר מיט דער לבוש, אבער מיר זענען אלע מענטשען. אבער דער אינסטינקט איז דוחה די וואס זענען אנדערש


איך האב נישט קיין נערווען צו טייפן אבער אביסל אמת איז זיכער דא אין דיין תגובה אז כמעט קיינער פארנעמט נישט איינער וואס איז אנדערש, דאס איז איינגעקריצט אין אונזער אינסטינקטן און אין אונזער DNA!!! א הונט וויל הארגענען א קאץ. א קאץ וויל הארגענען א מייז וכו׳ אפילו זיי זענען נישט הונגעריג און זיי עסען עס בכלל נישט. אלעס איז territorial- און וועגן ״פן ירבה״... אז ס׳וועט עקזעסטירן צופיל פון ״יענע חברה״ ווער ווייסט וואס וועט פאסירן??? זיי וועלן דאך איבערנעמען אלעס... אלזא ווייזן די גרעסטע און שטערקערע בעל חי ווי דער קאץ פאר די מייז וואו זיי וואוינען און ווער סאיז דער בעלבאס דא... :lol:

דער פיטבאול׳ס גרעסטע פארגעניגן איז צו הארגענען קלענערע בעלי חי׳- פאר גארנישט און פאר נישט...

אבער אונז מענטשען זענען נאך פילע יאהרן קלוגער און קלוגער געווארן ביז אונז זענען ענדליך ציוויליזירט געווארן. און געקומען צו די החלטה איך וועל דיר לאזן לעבן און דו וועסט מיך לאזן לעבן און אונז ״ביידע״ קענען לעבן צוזאמען זייט ביי זייט אן קיין מלחמות און מחלוקות... מלחמות ברענגט נאר בלוט פארגיסונג געווענטליך פאר ביידע זייטן. ממילא פאר די Greater good דארף יעדער קענען פארליידן די אנדערע מענטשען אפילו זיי זענען אביסל אנדערש!

די פאקט איז אז רוב ליבעראלע זענען געווענטליך מעהר די געלערנטע און קלוגע מענטשען עכ״פ ע״פ רוב. און איך האב קיינמאל ביפאר נישט געזעהן אז מענטשען מיט אזעלכע טאלערענץ פאר אנדערע אפילו סאיז קעגן זייער אייגענע אידאלאגיעס. זיי וועלן זיין די ערשטע צו דיפענדען יעדעמס רעכטן אפילו קעגן זייער אייגענע אגענדעס.

לאמיר דיר געבן איין ביישפיל וואס איך האב אליינס איבערגעלעבט מיט אפאר חדשים צוריק.

בקיצור די מעשה גייט אזוי. איך האב מיך לעצטענס באקענט געמאכט מיט א פראפעסאר אין sociology. ער לערנט פאר אין א גרויסע קאלעדזש אין מאנהעטן. ער איז אויפגעוואקסן אין קראונהייטס אלץ א חבדסקר און ער איז היינט גענצליך פריי, חתונה געהאט מיט א פרייע אידישע פרוי, און ער האט אפאר קינדער, וואוינט אין ניו דזשערזי. זייער א געשמאקער קלוגער און א געלערנטער מענטש.

ער האט מיך איינגעלאדענט מיט אפאר חדשים צוריק צו די קאלעדזש ווי ער מיט נאך אפאר געוועזענע חרדים האבן פאר א פיר שעה lecture גערעדט איבער זייער עקספירענס איבערלאזענדיג די חרדישע קאמיונטי. סאיז געוועהן דארט בערך 120 מענטשען און מ׳האט פארגעשטעלט אפאר פראגעס (איך וועל עס אפשר שפעטער ארויפלייגן דא) און יעדער פון די פיר האט געהאט אפאר מינוט צו ענטפערן. ווידעא איז געוועהן שטרענג פארבאטן אויף די פארלאנג פון געוויסע עקס-חסידים וואס האבן געוואלט פרייוועסי.

אין די פיר שעה האבן זיי אראפגעלייגט חרדיזים אין א מוראדיגע נעגעטיווע ליכט. און יעדער האט אויסגעהערט. רוב סטודענטן האבן אלעס אראפגעשריבן און פארצייכענט און אלע זענען געזיצן שטיל און אויסגעהערט.

די לעצטע קשיא איז געוועהן דירעקטעט צו מיר:

מיט וואספארא בליק קוקסטו אן חרדיזים היינטיגע טעג אלץ אינדערויסענדיגער קעגן אמאל ווען דו ביסט געוועהן א חלק דערפון?

און איך האב זיי געזאגט אז אין אמת׳ן אריין האב איך בכלל נישט פיינט קיין חרדי. נאר פארקערט איך האב זיי ליעב. איך האלט אז רוב פון זיי זענען גיטע מענטשען און מיינען עס אמתדיג. יעדער האט א רעכט צוהאלטן וועלכע רעליגע אדער אידאלאגיעס זיי ווילן. און צולעבן וועלכע וועג זיי ווילן נאכדערצו אויב דאס איז זייער מסורה פאר יאהרן לאנג! און דער עולם וואס איז געוועהן אזוי ערענסט און זויער ביז איצט האבן אלע אנגעהויבן קלאטשן. ביז אלע האבן זיך אויפגעשטעלט און געקלאטשעט פאר א לענגערע צייט!

כהאב געטראכט דעמאלטס צו מיר הלוואי ווען איך האב ווידעא פון דעם און איך קען דאס ארויפלייגן אויף קאווע שטיבל

אט דאס זענען די ליבעראלע פון מיין אייגען עקספירענס און איך האב ערשטהאנטיג אויך געזעהן וויפל ״אהבת ישראל״ די רעכטע האבן... נעקסטע מאל וועל איך דיר פארציילן יענע מעשיות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג יולי 08, 2019 1:36 am, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 08, 2019 12:26 am

אין אמתן אריין מ׳קען גיין אסאך ווייטער פונדעם בנוגע ווער ס׳האט מעהר פיינט אידן די רעכטע אדער לינקע.

די פאקטן:

1)אין די לינקע לענדער וואוינען רוב אידן. אין די רעכטע לענדער האט מען ביז פופציג, זעכציג יאהר צוריק בכלל נישט אריינגעלאזט קיין אידן.

2)רוב אידן אין אמעריקע סיי די פרומע און סיי די פרייע, סיי די ארימע און סיי די גאר רייכע וואס נעמען אפילו נישט קיין גאווערמענט בענעפיטס זענען רעגיסטרירט אלץ דעמאקראטן פאר די לעצטע הונדרעט יאהר זיכער.

3)זייער אסאך פון די גרויסע שישקעס ביי די לינקע זענען אידן. סאיז שווער איינצוזעצן ווי בערל בעלאגעלה און קאך-לעפעל אז אזויפיל מיליאנען אידן במשך פון די יאהרן זענען געוועהן ״זעלבסט האסערס״... געווענטליך האבן זיך מענטשען זייער ליעב און זענען שטאלץ מיט זייער אפשטאם... אוואדי איז דא אויסנאמען אבער נישט אין די שווערע מיליאנען.

4)אידן זענען אימיגראנטן. און די רעכטע זענען געווענטליך קעגן אימיגראנטן. און די לינקע זענען Pro אימיגראנטן און האבן זיך אייביג אנגענומען פאר זיי און זייערע רעכטן.

5)די לינקע/דעמקראטן/ליבעראלע נעמען אריין יעדעם איינעם אין זייער סירקל אפגעזעהן זייער גלייבונגען, ראסע, אפשטאם. די רעכטע נישט ממש!!!
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג יולי 08, 2019 8:08 am

בקיצור, בלייבט אז די אידן וואס פרייען זיך מיט טראמפ'ס אימיגראציע פאליסי'ס זענען אדער אומוואוסנד אדער כאפן זיי נישטאז זיי זענען אט די אימיגראנטן פון וועמען מען רעדט, די זעלבע איז אין אייראפע, טאמער וועט מען ווארפן די אראבער וועט מען אויך ווארפן די אידן פון דארט.

בכלל קען איך נישט פארשטיין וואס איז דער פשט פון אן אמעריקאנער נאציאנאליסט, עס איז דאך נישט קיין אלטע לאנד און עס איז קינמאל נישט דארט געווען קיין מלוכה, איז וויאזוי קען זיין אז אין א פלאץ וואו דעמאקראטיע איז געווען דער הויפט ציל זאל זיין נאציאנאליסטיש?

למשל היימבאך, ער פאררופט זיך נאציאנאלער סאצעאליסט, וואס מיינט דאס?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יולי 08, 2019 11:41 am

רוב פרומע אידען זענען רעכטע, און רוב פרייע זענען לינקע. פשוט ווייל די רעפאבליקאנער זענען רעכטע, און די דעמאקראטען זענען לינקע.

עס האט נישט מיט ליב האבן אידן, פיינט האבן אידן. קיינער האט אונז נישט ליב.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג יולי 08, 2019 11:58 am

אישתישבי האט געשריבן:רוב פרומע אידען זענען רעכטע, און רוב פרייע זענען לינקע. פשוט ווייל די רעפאבליקאנער זענען רעכטע, און די דעמאקראטען זענען לינקע.

עס האט נישט מיט ליב האבן אידן, פיינט האבן אידן. קיינער האט אונז נישט ליב.

וויאזוי קען זיין אז פרומע אידן זאלן זיין רעכט ווען זיי זענען זיך אליין סותר דערמיט?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 08, 2019 12:41 pm

די טאטע און ערפינדער פון די רעפובליקאנער פארטיי איז געווען טאמעס דזשעפערסאן, און די טאטע און ערפינדער פון די דאמאקראטישע פארטיי איז געווען אַנדרוי זשעקסאן. לאמיר ענטוואס צוריק מישן א בלעטל היסטאריע און פארזיכטיג אנאליזירן די פילאזאפיע און אנטשויאונגען פון די דאזיגע צוויי פאליטישע דענקער.

דזשעפערסאן איז געווען א טיף גלויביגער גוי – ער האט גאר שטארק געגלייבט אין באשעפער. ער האט ממש געאטעמט מיטן ביבל. ער האט געשעפט מערסטייל פון זיין פאליטישע פילאזאפיע און זיינע ווירדן פון אויסצוגן פונעם ביבל. ער האט ליב געהאט אידן בלויז צוליב דעם וואס עס שטייט דייטליך אינעם ביבל אז אידן זענען דאס אויסדערוועלסטער פאלק פונעם באשעפער. דזשעפערסאן איז דורכאויס זיין גאנץ לעבן געווען א אייפערדיגער קעמפער פאר רעליגיעזע-פרייהייט. נאך פון זיין פריסטער יוגענט - ווען ער האט נאך געדינט אלס א אלגעמיינער לעגיסלאטאר אינעם רעפרעזאנטן הויז פון ווירדזשיניע, האט ער געקעמפט ווי א פייערדיגער לייב אז אידן אין ווירדזשיניע זאלן באקומען גלייכבארעכטיקייט - און געניסן פון די זעלבע ציווילע רעכטען ווי די אלגעמיינע בירגער פון ווירדזשיניע. און הויפזעכליך שפעטער ווען ער האט אינאיינעם מיט זיינע קאלעגעס - די ערשטע טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן רעדאגירט די קאנסטאטוציע, איז ער געשטאנען אויף דער וואך און זיכער געמאכט אז דער פאלגענדער פּאַראַגראַף זאל אריינגעשטעלט ווערן אין די קאנסטעטוציע אויף שטענדיג: קיין שום רעליגיע פארהער זאל זיך נישט פארלאנגן אלס א קוואַליפעקאציע פאר סיי וועלכע אמט אדער עפנטליכע צוטרוי אונטער די פאראייניגטע שטאטן. זיין נאכפאלגער פרעזידענט אַבראַהם לינקאָלן איז נאך געגאנגען מיט א שטאפל ווייטער – ער האט נישט בלויז געקעמפט פאר רעליגיעזע גלייכבארעכטיקייט, נאר זאגאר אויך פאר ראסע גלייכבארעכטיקייט. ער האט געקעמפט ווי א לייב גענצליך אפצושאפן ראסיסטישע סעגרעגאַציע און קנעכטשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין קורצן: די הויפט אידילאגיע פון די רעפובליקאנער פארטיי איז פון שטענדיג אן געווען גלייכבארעכטיקייט. אלע בירגער זענען אייניג גלייך אפגעזען פון רעליגיע, ראסע אדער קאליר, איין נאציאן פאראייניגט אונטערן אלמעכטיגער ג-ט. דערפאר טאקע זענען די רעפובליקאנער אויסגעשטאנען אויסטערלישע פארפאלגונגען פון די ראסיסטישע און אנטיסמיטישע קיו קלוקס קלען באנדעס. נעמליך, היינט צו טאגס אינדענטיפיצירן זיך געוויסע ראסיסטן וועלכע זענען אין אלגעמיין ווייסע קריסטן און שרעקליכע אנטיסמיטן מיט די רעפובליקאנער פארטיי. דאס איז צוליב דעם וואס די רעפובליקאנער קעמפן אויך פאר קאָנסערוואַטיווע רעליגיעזע ווירדן, גענוי אזוי ווי זיי. און די ליבעראַלען נוצן דאס אויס צו פארבן די רעפובליקאנער אלס ראסיסטן און אנטיסמיטן, זאגאר אין די ווירקליכקייט איז דאס הוילע ליבעראַלע פראפעגאנדע און ס'האט מיטן רעליטעט גארנישט איינגעשטויסן, ס'איז א בחינה פון וכל הפוסל במומו פוסל...

אצינד לאמיר כאפן א בליק אויף אַנדרוי זשעקסאן דער ערפינדער און אויסטרעפער פון די דעמאקראטישע ווירדן.

פרעזידענט זשעקסאן איז געווען א געשוואוירענער אנטיסעמיט - ער איז געווען טיף איבערגעצייגט אין די לעגענדארע אנטיסמיטישע קאנספיראציע, אז די אונטערנאציאנאלער אידענטום מיט זייער לאנגע נעזער און שווענץ קאנטראלירן די גלאבאלע עקאנאמיע. טאקע דערפאר האט ער געפירט א אימערמידליכער קאמף מיט די באנק פון אמעריקע, וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן דורך אַלעקסאַנדער האַמילטאָן. דער האַמילטאָן איז געווען א ווירקליכער ממזר און עפעס אידיש בלוט האט געפלוסן אין זיינע אדערן... זשעקסאן האט ארגומענטירט אז דער רייכער אידישער באנקיר פון ענגלאנד נתן ראטשילד, שטייט אונטער די פינאנצן פונעם באנק פון אמעריקע, און ער באנוצט זיך מיטן באנק אויסצואיבן אידישע איינפלוס אויף די אמעריקאנע אקאנאמיע.

אטאיז וואס פרעזידענט זשעקסאן האט געזאגט אויף אונז אידן. דאס איז נישט קיין ציטאט פונעם מיין קאמף, דאס איז א ציטאט פון די טאטע פון די דעמאקרטישע פארטיי רח''ל: איר זענט א נארע פון רויבער און שלענג און איך בין אויסן אייך אויסצוראטן. און מיטן הילף פון אייביגן ג-ט גיי איך אייך ארויס עסן. דער זשעקסאן מיט אדאלף היטלער האבן מער ווייניגער געהאט די זעלבע מיינונגן אויפן אידישן פאלק.

די דאזיגע אנטיסמיטישע קאנספיראציע, איז אייגענליך געווען אין א געוויסן זין אן אפנויג פון די ארגינעלע אנטיסמיטישע דאקטערין וואס האט געבושעוועט אינעם שווארצן מיטל-אלטער. די אנטיסמיטן פון די מיטל-אלטער האט געהאסט די אידן צוליב דעם וואס די אידן האבן געהאנגן זייער ג-ט יעזעס דער געקרייצטער, זיי האבן געהאלטן אז וואס מער אידיש בלוט זיי פארגיסן אלס מער ווערן די אידן פארגעבן פארן הארבן זינד וועלכע זיי זענען באגאנגן מיטן פארגיסן די בלוט פונעם קינד פון אלמעכטיגן ג-ט... זעט אויס אז אין די צייטן פון אנטיסמיט זשעקסאן איז דער דאזיגער זינד ענדליך פארצייט געווארן, און מ'האט זיך גענויטיגט אפיר צו זיכען נייע זינד וואס די אידן באגייען...

זיינע נאכפאלגער פרעזידענט רוזעוועלט און קענעדי - זענען אויך געווען באוויסט מיט זייער פינסטערע אנטיסמיטיזם, דער פאטער פון קענעדי,זשאזעף, איז גאר געווען אן אפענער וויסטער אנטיסמיט. דאס קינד זיינס איז געווען עטוואס קליגער – ער האט געוויסט דאס צו באהאלטן...

היינט צו טאגס שטעקט זשעקסאן ארויס זיין קאפ פון קבר און שעפט הויפנס פארגעניגען, אז זיין לעגענדע איז צוריק אויפגעפרישט געווארן אין די דעמעקראטישע פארטיי מיט א אפענקייט. זיין אנטיסמיטישע קאנספיראציע אין וועלכער ער האט אזוי טיף געגלייבט ווערט נאכגעזאגט מיט א ברען דורך זיינע נאכפאלגער - די דעמקראטן אינעם רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטען. הויפטזעכליך דורך די באטיכלטע סמאלישער אנטיסמיטקע אילהאַן אָמאַר שר''י. דער אנטיסמיט זשעקסאן לייענט מיט פארגעניגען דעם הייליגן ניו יארק טיימס, וואו ער שטויסט זיך אן מיט די אנטיסמיטישע קארטאנען וואס באצייכענען זיין טעאריע. דער אנטיסמיט זשעקסאן טאנצט פאר פרייד אז מ'האט נישט די מעגליכקייט דורכצופירן קיין אנטי-סמיטיזם רעזעלוציע אינעם דעמעקראטישע קאנטראלירטע רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן.

די דעמעקראטן פראבירן עטוואס אראפצושפילן זייער אנטיסמיטישע ריטאריק, און זאגן אז זיי זענען ווירקליך נישט קיין אנטיסמיטן, נאר זיי נעמען זיך פשוט אן פאר די אנגעבליכע באקריוועטע און פארפאלגטע פאלסטינער וועלכע ווערן ברוטאליש אונטערדרוקט דורך די מדינת ישראל אגרעסארן... אינטערסאנט... פארוואס הערט מען נישט פון זיין קיין פופס איבער די אונטערדרוקונגען פון די כינעזער אויף עטינישע גרופעס אין טיבעט? די דעמעקראטן האבן נישט קיין אגענדע מיט קיין שום מינאָריטישע-אונטערדרוקונג פון קיין שום לאנד איבער די גאנצע וועלט, אפגעזען ווען עס קומט צו די סאמע איינציגסטע פריינד וואס אמעריקע פארמאגט אינעם מיטל-מזרח, מדינת ישראל. ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז אונטער די הויט פון די דעמעקראטן איז טיף איינגעווארצלט פארפוילטע אנטיסמיטיזם - פון די געמיינע זשעקסאן-סארט. און זיי האבן נאך די פרעכהייט צו באשולדיגען די רעפוקליקאנער וועלכע האלטן זיך צו די טאלאראנץ-דאקטערין פון פרעזידענט לינקלאן, מיט זייער אייגענע דורכגעפוילטע פעלערן...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1654
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1793 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט