פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין

שליחה דורך גדליה »

ס'איז שטארק אנגענומען ביי די פרומערע מקומות אז מ'טאר זיך נישט אריינלאזן אין חקירה. אפילו דו וואס האלטן אז מ'מעג יא פילאזאפירן לאזן עס נאר צו אונטער געוויסע אומשטענדן, מ'מוז שוין זיין גענוג ערוואקסען, וכו' וכו'. עכ"פ יעדער איז מודה אז חקירה קען זיין א גרויסע פראבלעם אין אידישקייט, די שאלה איז נאר ווי א שטארקע פראבלעם ס'איז. ס'איז א דבר ידוע ומפורסם אז פיל אידן זענען שוין ליידער אפגעפארן במשך הדורות ווייל זיי האבן צופיעל געליינט ביכער און אריינגעטראכט אין פיליזאפיע.
יעצט וויל איך וויסן, לכאורה אויב עפעס איז אמת, דעמאלטס וואס מער מ'וועט חוקר זיין אלץ מער וועט מען טרעפען אז ס'איז אמת. למשל אויב האלט איך אז פיזיקס איז אמת, וועל איך מחזק זיין מענטשן צו שטודירן פיזיקס און טאקע איינזעהן די ראיות דערצו און ווי אזוי מ'איז עס מוכיח. אדער למשל אויב האלט איך אז די האלאקאוסט האט פאסירט, וועל איך זאגן פאר א האלאקאוסט לייקענער אז ער זאל לייענען ביכער איבער די האלאקאוסט און אריינטראכטן איבער די פילע דאקומענטן און די אלע ראיות.
כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א מענטש זאל זאגען, "איך האלט אז עפעס א שיטה איז אמת, אבער מ'טאר נישט צופיהל אריינטראכטן אויב ס'איז אמת אדער נישט, ווייל אלע וואס האבען אריינגעטראכט דערינען האבען צום סוף איינגעזעהן אז ס'איז נישט אמת."
ס'קוקט טאקע אויס פאני, אבער ווען דו זאגסט פאר א מענטש אז מ'טאר נישט חקר'ענען זאגסטו אים ממש די זעלבע זאך. דו זאגסט אים: דו מוזט גלייבען און דו טארסט נישט טראכטען, ווייל טאמער דו וועסט טראכטן וועסטו אויסגעפינען זאכען וואס איך וויל נישט דו זאלסט וויסען, און דעמאלטס וועסטו אפשר אויפהערן גלייבען.
האב איך געטראכט אז אפשר איז פשט אז די מערכה קעגען חקירה איז פשט אז מ'לייקענט אין די גאנצע כח פון חקירה. אוודאי ווייסען מיר אז מיט חקירה קען מען אנקומען חלילה צו פלעצער וואס טויגען נישט, פארדעם טאקע גלייבן מיר נישט אין חקירה, ווייל ס'געבט דיך פאלטשע אינפארמאציע. ווייל חקירה איז דאך נישט אמת.
וה' יראנו מתורתו נפלאות.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 69 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר