תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 6:17 pm

הקטן האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:א זייטיגע שאלה האב איך אייביג געהאט צו די מענטשען וואס גלייבן דערינען אויב איז עס אמת פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם פאר קאמפיוטער צייטן? נישט די חז״ל נישט די זוהר נישט די ראשונים נישט רש׳״י נישט דער רמב״ם נישט דער אוחה״ק נישט דער אבן עזרא נישט דער חתם סופר נישט ר׳ שמשון רפאל הירש, קיינער נישט!,

ר מיכאל בער זצ"ל האט דאס ערפינדען נאך פאר די קאמפיוטער (נאך פאר די קריג)



@שבת אחים דיין שאלה וואס דו האסט אייביג געהאט אויף דעם (און אויף אסך אנדערע זאכן) נעמט זיך פשוט פין נישט וויסען - אדער פין מיינען אז דו ווייסט
"ידיעת סודות תורתינו הקדושה הוא על ידי הצירופים, והגימטריאות, והתמורות, וראשי תיבות, וסופי תיבות, ותוכי תיבות, וראשי פסוקים, וסופי פסוקים, ודילוג אותיות וצרוף אותיות"

רמ"ק - פרדס רמונים


ויש לך לדעת כי יש בידינו קבלה בפסוק זה של 'בראשית' שממנו יוצא שם בן מ"ב המיוחס למדה"ד עד ל-ב' של "בהו" אך ע"י צרופים רבים, ואם תאיר עיני הלב תמצא בו המנין של בהר"ד שזכרתי למעלה... והוא רשום בפרשה ואותיותיו ארבעתם בין כל אות ואות מ"ב אותיות.
והמשכיל יבין ויוכל להבחין כי אין זה דרך מקרה אבל הוא מופת גמור וכו'...

רבינו בחיי בפרשת בראשית

דאס אז מען קען טייטשען אלע סארט רמזים איז אוודאי נישט קיין חידוש אבער צו קענען טרעפען יעצטיגע געשענישין איז דאכט זיך נישט געווען

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 29, 2015 6:24 pm

chaims האט געשריבן:דער בחור האט א שיינע שיעור ווי ער צולייגט די נושא
ער איז היבש א געלערענטער אבער דוכט זיך אז ער איז נישט א מאמין.

ער איז א בלאפער פין די ערשטע קלאס.
הער וואס ער זאגט 6:33-6:44
וועסטו פארשטיין פארוואס ער ברענגט נאר א חלק פון רבינו בחיי און לאזט אויס ויש לך לדעת כי יש בידינו קבלה

@chaims דא שטעקט די סכנה פין הערן פון די חברה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2499
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 6:30 pm

פארוואס? האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס זענען די בווייזן אויף יא און וואס אויף נישט.

איך האב שוין עטליכע מאל געהאט בדעה, צו צונעמען דעם ענין פון א ריין מאטעמאטישע סטאטיסטיקעל קוק-ווינקל, אבער לא עלתה בידי מחמת חוסר הפנאי, אויב איז דא אן אינטערעסע דערין, וועל איך זיך אפשר מאכן צייט.
אבער אין קורצן, עס איז דא פארשידענע שיטות, עטליכע פון זיי זענען זייער נאריש און קינדעריש, וואס מיט אביסל מאטעמאטיק זעהט מען אז עס איז גארנישט מוכיח, אבער עס איז פארהאן מער א מאטעמאטיש באזירטע מעטאד, וואס פאדערט אביסל א גרעסערע אריכות, אבער די עקסייטמענט איז דארטן אסאך שוואכער, און די נבואות זענען היבש קלענער.

איך בין אינטערעסירט! ס׳גענוג ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 6:30 pm

ער איז ווייט פן א בלאפער

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 6:31 pm

הקטן אפשר צונעמסטו די נושא און בוסט מסביר אויף פשוט אידיש וואס דו ווייסט ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 29, 2015 6:39 pm

chaims האט געשריבן:ער איז ווייט פן א בלאפער

איך האב נישט סתם געזאגט - איך האב מסביר געווען פאר וואס איך זאג דאס
הער וואס ער זאגט 6:33-6:44
קוק און רביינו בחיי וואס איך האב געברענגט און קוק זיין סקרין פין רביינו בחיי

דו ווילסט אים פארענפערן? זיי מוחל..
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2499
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:05 am

ווייסט איינער פון א תורה קאודס קאמפיוטער פראגראם ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך אהרן » דינסטאג מאי 24, 2016 11:25 am

רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:24 am

אךשמח האט געשריבן:ווען די נושא פון תורה קאודס שפרינגט ארויף, קען איך נישט פארגעסן פון א חשובן איד וואס האט מיט א פופצן יאר צוריק, אום שבת צופרי ביי די קאווע ארומגערעדט איבער די קאודס מיט אזא מין אייפער און עקסטאז, אז ס'האט אויסגעזען אז מ'האט געכאפט דעם ריכטיגן מיטל איבערצוצייגן די גאנצע וועלט אז אונזער תורה איז תורת אמת און מן השמים. ער האט טאקע צוגעגעבן אז מען האלט עס נאך אינמיטן שטודירן און אז ס'קען גאר זיין אז אין זייער ניו טעסטאמענט איז אויך דא אזא זאך ווי קאודס, אבער אין יענע מינוטן איז ער געווען מלא התפעלות.

יארן האבן זיך גערוקט מיט א שנעלקייט, און היינט איז דער איד אן אפענער אפיקורוס, און איז באוואוסט מיט זיין אפלאכן פון די גאנצע אידישע רעליגיע רח"ל.

נישט אז די תורה קאודס האבן אים געברענגט אז זיין אמונה און אידישער פונק איז אים פארלאשן געווארן, אבער זעט נישט אויס אז ס'האט צוגעהאלפן...

אדרבה, היא הנותנת. רוב מענטשן זענען בכלל נישט אינטערעסירט אינעם אמת, ווילאנג זיי קענען בלייבן מיט זייער שיינע הויז און קאר, וואס גייט זיי אן צו די תורה איז אמת צו נישט? העכסטנס וועט מען עסן אביסל קרעקערס מיט שאלאטן, שאקלען בלעטער מיט לימענעס, דרייען לעדערנע בענדלעך ארום די הענט, און מ'קען זיך נאך קלאפן אין בייכל אז אונז זענען דאס עם הנבחר און יעדע באנדל איז א מלאך. אזא איינער אבער וואס דער אמת מיינט עפעס פאר איהם, ער ווערט ממש נתפעל פון די פאקטן, און איז גרייט צו גיין דערמיט עד הסוף, קען מען קיינמאל נישט אויסרעכענען וואו די פאקטן וועלן איהם פירן.

אז מ'רעדט שוין, ס'האבן זיך שוין אמאל צאמגענומען אפאר אידישע פרומע פראפעסארן - גערופן די גאנס קאמיטע - צו שטודירן די קאודס, און זיי האבן גארנישט געטראפן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:55 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך Buddy » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:28 am

Dr. Yishayahu Rubinstein, a molecular biologist in Machon Veitzman, researched human DNA cells.
He tells of an amazing thing he found.
When looking at DNA in a microscope, they look like two springs spiral around and attached to each other. As long as the connection continues, the cell is alive.
He found that along the whole DNA there are "bridges" that keep the spirals from detaching, thereby keeping the cells alive. - Keeping US alive.

Looking closer he says, he saw a pattern in these bridges:
10 acids, and then a 'bridge', 5 acids, a 'bridge', 6 acids, a 'bridge', 5 acids, a 'bridge'. Then the pattern repeats itself.

He tried to figure out what this pattern meant, and was in awe. A light came through the microphone!
10 - י
5 - ה
6 - ו
5 - ה

Just as an artist signs his name on his creation, the great artist of all creation, Hashem, leaves his signature on each cell in our bodies!
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:33 am

פארשטייט זיך שטותים מיט הבלים מיט נישט ווייניג פרעכע שקר

https://sharp-thinking.com/2014/08/07/% ... %99%D7%9D/
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1593 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך גראף » דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:26 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פארשטייט זיך שטותים מיט הבלים מיט נישט ווייניג פרעכע שקר

https://sharp-thinking.com/2014/08/07/% ... %99%D7%9D/
אפשר שרייבסטו וואס זיי שרייבן דארט בקיצור?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל

הודעהדורך Buddy » דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:52 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פארשטייט זיך שטותים מיט הבלים מיט נישט ווייניג פרעכע שקר

https://sharp-thinking.com/2014/08/07/% ... %99%D7%9D/

אדערוויל האלט ער זיך פעסט ביי זיין
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:20 pm

איך ווייס נישט איבער דעם דיסקאווערי אין מכון ווייצמאן. דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל. ווייל מ'זעהט דעם צייכן פון הקב"ה אין אלע אנדערע זאכן פון די וועלט באשאף. אבער די טעאריע פון תורה קאודס איז בכלל אן איינגערעדטע זאך אדער גאר א בלאף. פאר א זייער פשוט'ן טעם. (ס'איז בבחינת פאנטאזיע. און א יעדער קען אריינליינען דערין וואס מ'ווילל.)

למשל ביי די רציחה פון פריים מיניסטער יצחק רבין ברענגט דער בעל התורה קאודס רמזים אויף ראבין. ביז אהער קען איך נאך גלייבן. נאר ווען ער ברענגט דעם גוי'אישן דאטום . כאילו אין די תורה שטייט דער גוי'אישער דאטום פון נאוועמבער. דארט האביך אויפגעהערט צו גלייבן אין די פאנטאזיעס און שטותים. ווייל אין די תורה קען נישט זיין מרומז דער גוי'אישער דאטום. אפילו די נעמען פון די אידישע חדשים איז נישט מרומז אין די תורה. ווייל דאס זענען איראקער און פרסי'שע נעמען. אין די תורה שטייט נאר די חדשים לויט דעם נאמבער. אנגעהויבן פון ר"ח ניסן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8932 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:46 pm

באדדי: א ייש"כ. דער קליפ איז מורא'דיג...איך גיי ארויס פון התפעלות...!

אינטרעסאנט אז אין ארץ ישראל זענען פארהאן אידן גרויסע תלמידי חכמים און יראי ה'. וועלכע גייען מיט קאלירטע העמעדער און נישט לינקס אויף רעכטס געקנעפלט...! אזוי ווי הרב ד"ר (פראפעסאר אין ביאלאגיע) רובינשטיין שליט"א. און הרב הגאון ר' אורי שרקי שליט"א...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8932 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:44 am

אט איז א בילד פון עטליכע פאראגראפן פון ספר פרקי מחשבה ווי מו"ר רבי עזריאל זי"ע שרייבט א בדידי הוה עובדא סיפור איבער די 'קאוד'ס' אין די די תורה און די ענינים ארום.
בייגעלייגטע פיילס
קודים א.PNG
קודים ב.PNG
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:48 am

יידל האט געשריבן:אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער די באקאנטע תורה קאודס מיסודם של הרב ווייסמאנדעל זצ"ל.

ווארשיינליך האט רבי עזריאל געקענט דעם מהלך ממורו ורבו הגרחמ"ד
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יולי 11, 2019 12:00 pm

ער האט נאר פארקויפט די דליליגים פין זיין רבי , און דאס איז ממש מדהים און האר אויפשטעלענד

ס'דא וואס האבן דענאך ציגעלייגט אסך פרישע נארישקייטען וואו למשל זאגן נביאות געבויט אויף א ווארט דא און דארט און אזאלכע סארט קינצען קענסטו אויך טרעפען אין Moby Dick אדער אין War and Peace
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2499
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:59 pm

צ/ק
יא אמת!...
בייגעלייגטע פיילס
יא אמת.PNG
יא אמת.PNG (10.97 KiB) געזען געווארן 1636 מאל
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יולי 11, 2019 5:05 pm

דאס האט רבי עזריאל אדער רבי מיכל בער נישט געטון.
דאס קען מיין ווייב אויך באווייזן ווען זי שפילט גיט באגעל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2499
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:53 pm

הקטן האט געשריבן:דאס האט רבי עזריאל אדער רבי מיכל בער נישט געטון.
דאס קען מיין ווייב אויך באווייזן ווען זי שפילט גיט באגעל

וואס זאלעך דיר זאגן @הקטן? האסט א געלונגענע ווייב.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

הודעהדורך פינטעלע איד » דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:10 am

קופערניקוס האט געשריבן:עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג


איך ווייס נישט וועגן זוהר, אבער תוס' מסכת עבודה זרה מ''א עמוד א' ד''ה ככדור: שהעולם עגול כדאיתא בירושלמי שאלכסנדרוס מוקדון עלה למעלה עד שראה כל העולם ככדור ואת הים כקערה פי' ים אוקינוס שמקיף את כל העולם:
.Two things are infinite, the universe and human stupidity, and I'm not sure about the former

Albert Einstein
פינטעלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:22 am

נאר קלארצושטעלן, לויט יענע ירושלמי איז די וועלט א האלבע באל וואס שווימט ארום אין די אושען, די גרעסטע דשאוק איז ס'איז אפילו דא א קלארע עדות'שאפט פון אלכסנדר מוקדון, און נאכדעם ווילן זיי נאך פארשטיין פארוואס די חוקרים נעמען נישט ערנסט די אלע "פאקטן" און "עדות'שאפטן" פון די תורה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:44 am

פינטעלע איד האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג


איך ווייס נישט וועגן זוהר, אבער תוס' מסכת עבודה זרה מ''א עמוד א' ד''ה ככדור: שהעולם עגול כדאיתא בירושלמי שאלכסנדרוס מוקדון עלה למעלה עד שראה כל העולם ככדור ואת הים כקערה פי' ים אוקינוס שמקיף את כל העולם:


ובספרא דרב המנונא סבא פריש יתיר
ובספרו של רב המנונא סבא ביאר יותר, ואמר:,

א
דהא כל ישובא מתגלגלא בעיגולא ככדור,
כי כל ישוב הארץ הוא מתגלגל\מסתובב ככדור

ב
אלין לתתא ואלין לעילא,
יש בני אדם בחלק התחתון של כדור הארץ ויש שבחלק העליון שלו

ג
וכל אינון בריין משניין בחזווייהו,
וכל אותם הבריות שהם משונות במראיהן,

ד
הוא משינויא דאוירא, כפום כל אתר ואתר,
מחמת שינוי האויר שיש בכל מקום ומקום,

ה
וקיימין בקיומייהו כשאר בני נשא
ועומדים בקיומם וחיים כשאר בני אדם

ועל דא ועל כן
(לפי שברא הקב"ה את הארץ בצורת כדור),

ו
לכן אית אתר בישובא, כד נהיר לאלין חשיך לאלין,
יש מקום בישוב שבעת שמאיר לאלו שבצד זה של הכדור, נחשך לאלו שבצד השני של הכדור

לאלין יממא ולאלין ליליא,
לאלו הוא יום ולאלו לילה,

ז
ואית אתר דכוליה יממא,
ויש מקום בישוב שכולו יום, ו

לא אשתכח ביה ליליא בר בשעתא חדא זעירא
ולא נמצא בו לילה רק שעה אחת מועטת. …."

ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא, ו
סוד זה נמסר לבעלי חכמת התורה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:51 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2499
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:30 pm

הייסט עס אז אריסטו איז געווען פון די מארי דחכמתא, שטימט דאך זייער גוט מיט'ן רמב"ם'ס דעה אויף איהם...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט