ידיעות חז"ל און די מציאות

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג יולי 05, 2016 1:51 pm

אולי האט דער הרב אמיתי גאר אויך א ניק דא
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך איש חזון » דינסטאג יולי 05, 2016 2:02 pm

אויב איז ער א יוד, קען יודיש, און נוצט זיין קעפל, האט ער דאך זיכער א ניק דא...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג יולי 05, 2016 3:28 pm

איך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך איש חזון » דינסטאג יולי 05, 2016 3:38 pm

געוואלדיג האט געשריבן:איך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל

יצויין אז הרב ענבל אין זיין ספר תורה שבעל פה האט א קאפיטל איבער דעם ענין פון דברי טבע בחז"ל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך כפתור » פרייטאג יולי 08, 2016 4:56 pm

גענומען פון מעלות. איינער פארשטייט די ענטפער?
בייגעלייגטע פיילס
aYYrPXaHKTPDdUe4tHBUdT7R.jpg
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך מצפצף » דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:11 am

ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )

די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט
מצפצף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:51 am

א מראה מקום ביטע.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2266
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1775 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג יולי 25, 2019 8:58 am

ער מיינט צו זאגן אז דער מורה בכללות קומט אויפצוווייזן אז עס איז דא א גאט מיט חקירה = לאגיק.

עס איז נישט ריכטיג ווייל נישט דאס איז דער מורה. דער מורה איז מסביר וואס איז גאט לויט חקירה. איך האף די דארפסט נישט א מראה מקום אויף דעם.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:09 pm

מצפצף האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )

די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט

די רמב"ם, עט-עי-מינימום, האלט זאלסט ניצען לאגיק דארט וואו ס'מאכט סענס צי ניצען לאגיק, איז אויב וואס הרב יצחק ברויאר זאגט איז לאגיש, דאן לויף דערמיט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יולי 28, 2019 1:33 am

רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.

די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.

משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יולי 29, 2019 4:07 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.

זייער שיינע דברים של טעם.

אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.

בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך calculator » מאנטאג יולי 29, 2019 4:41 pm

אישתישבי האט געשריבן:
זייער שיינע דברים של טעם.

אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.

בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?

צו וויסען א זאך וואס מען זעהט בגלו, דארף מען נישט זיין קיין חכם, אבער אויף א זאך וואס איז באהאלטן און מיט חכמה קען מען עס אנדעקען, ווער עס אנדעקט עס נישט איז א טיפש.
און דאס אז מען קען עס נישט מסביר זיין מיינט נאך נישט אז עס פעלט אין השגה.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:35 pm

אישתישבי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.

די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.

משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!

זייער שיינע דברים של טעם.

אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.

בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?

ווייל א נארמאלער מענטש ווען ער זעהט א וואונדערליכע מאשין וואס דרייטציך אויסגערעכנט און פראדוצירט וואונדערליכע זאכן פארשטייט ער אליינס אז די מאשין האטציך נישט געשאפן דורך אן עקספלאוזשן. נאר איינער א קלוגער מייסטער האט עס געבויעט. איי ס'דרייטציך און ער זעהט נישט ווער ס'דרייט עס. מוז זיין אז ס'איד דא א פיהרער...! אויף דעם האביך אן אינטרעסאנטע מעשה'לע. נאר איך בין נישט אין די מאאד )(Mood vs. Mode) עס איבערדערציילן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 11:10 am

יאיר האט געשריבן:א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.

ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס. (איך פארשטיי אז דאס פרעגט נישט אפ בכלל וואס יאיר זאגט.)
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ-וואו אין חז"ל ווערט געברענגט (אזוי האב איך געהערט, קיינמאל נישט געזעהן אליינס) אז א חלום פון א מענטש געדויערט נישט מער ווי 7 סעקונדעס. איז דאס אמת?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.

מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.

איבער דעם ענין פון זמן אין חלום איז אינטרעסאנט צו זעהן דעם פילם Inception.
איחוד פעלד האט געשריבן:דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.

בנוגע דאס אז חכמות הגוים קומט פון חכמות ישראל זאגט דער מצודות דוד (מלכים א ה יב), עכ״פ לגבי די משלי חכמה פון שלמה המלך וז״ל, ״והנה המשלים ההם אינם נמצאים אצלינו, כי רבים מספריו נאבדו מאיתנו בגלותינו ובאו ליד האומות, ומהם העתיקו מילים וקראו על שמם ואולם גנוב הוא אתם״ ע״כ.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 7:14 pm

די קלוגע אויסדרוק "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דאס קומט אויך במקור פון די אידן...?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 8:15 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די קלוגע אויסדרוק "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דאס קומט אויך במקור פון די אידן...?

רביה"ק זי"ע: איך וועיס נישט. (אזוי ווי דער העיליגער רעבע פון ראקלענד קאונטי.). אויב די גמרא איז א גריכישע אינווענשן. און די תנאים און אמוראים זענען געווען גריכישע פילאזאפן, דאמאלס איז דאס זיסע און פונקטליכע ווערטל א גריכישע חכמה. און אויב די גמ' און די לערנערס זענען אידן. דאמאלס איז עס א אידישע חכמה. (די קארעאנער האבן נאך דאמאלס נישט געלערנט קיין גמרא. און ס'איז נאכנישט געווען קיין מירער ישיבה. אפילו טעלעוויזשן איז נאך אויכעט נישט געווען אין יענע צייטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:40 am

די רא"ש זאגט (שבועות פרק ו, אות יג; מא:), כי יאמרו העולם הרוצה לשקר ירחיק עדיו ע"ש...
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט