ס׳ווענדט זיך ווער ס׳הארגעט און ווער ס׳ווערט געהארגעט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

ס׳ווענדט זיך ווער ס׳הארגעט און ווער ס׳ווערט געהארגעט!

שליחה דורך שבת אחים »

היינט האט א צודרייטער ארבייטארער פון וואלמארט אין מיסיספי געשאסן צוויי מענטשען צום טויט און פארוואונדערט נאך אפאר מענטשען.

נעכטן אין קאליפארניע האט א צודרייטער געשאסן 3 מענטשען צום טויט.

וואס זאגן די רעפובליקאנער וואס שטיצן אז יעדע משוגענער זאל מעגן האבן הונדערט שיסער אן עס רעגיסטרירן ביי די גאווערמענט?

זיי זאגן וואס הייסט? מ׳דארף בויען א וואנט אז די מעקסיקאנער זאלן נישט קענען אריינברענגן קיין דראגס!


איי וועט איר פרעגן וואס וועט העלפן א וואנט?

אלע גרויסע דראג לאורדס האבן אריינגעברענגט דראגס קיין אמעריקע דורך sophisticated טונעלן א שטייגער ווי El Chapo???

איי וועט איר פרעגן? וואס דארף מען א וואנט וואס וועט קאסטן ביליאנען דאללערן ווען די גאווערמענט קען זיך באנוצן מיט די נייעסטע טעכנאלאגיע ווי drones וואס סקענט פון אויבן מיט לעזער (מיט וואס די ארכאלאגען באנוצן זיך) און קען פונקטליך אנווייזן וואס טוט זיך אינטער דער ערד, און וואו די חברה שמוגלען עס?

נאר א וואנט איז א ״סימבאל״ פון א צווישענשייד. היות די ווייסע רעפובליקאנער וואס האבן זיך באזעצט דא אינגאנצן איינס אדער צוויי דורות צוריק און שטונקען נאך פונעם שיף ווילן אנטיילן פאר אנדערע מענטשען וואס זענען אביסל מעהר ״טונקעל הויטיג״ וואו זיי מעגן זיך באזעצן און וואו נישט.

סאיז א פשוטע דיסטרעקשאן distraction פון די אמתע פאקטן און פון די ״מכת מדינה״ אז אין אמעריקע איז דא 25 פראצענט פון אומציוויליזרטע מענטשען וואס לעבן נאך ווי חיות מיט די פארצייטשע מענטאלעטי פון די reptilian brain
To kill or to be killed...
מענטשען וואס האבן מורא אריינצוגיין אין א לייבערי אדער א קאפע הויז אן א גרויסע מאשין-גאן ארום זייער אקסעל...

און זיי אלע האלטן נאך אז די גאווערמענט האבן נישט קיין שום רעכט זיך אריינצומישן אין זייער פריוואטע לעבן!


אבער וויאזוי האט דער רבי דזשאורש קארלין געזאגט?

...They want the government off their back’s

״זיי זענען אזוי מוראדיג שטארק פארנומען אז די גאווערמענט זאל זיך ח״ו נישט אריינמישן אין זייערע פריוואטע געשעפטן, אבער ווען ס׳קומט צו abortion האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך אריינצומישן אין יענעמס בויך אריין- ביז אין יענעמס קישקעס...! און זיי ווילן קאנטראלירן וואס מ׳זאל מעגן זאגן אויף די ראדיא און טעלעוויזע, זיי ווילן דיקטירן אז די קינדער זאלן מוזן דאווענען אין ״פובליק סקול׳ס״ און אז מ׳זאל נישט לערנען קיין עוואלוציע וואס איז א חלק פון היינטיגע ׳ביאלאגיע׳ און איז אנגענומען ביי די גאנצע נארמאלע ציוויליזרטע וועלט. זיי ווילן אז מ׳זאל ארעסטירן יעדער שמויגער ספעציעל אויב איז ער א שווארצער אדער א ספאנישער וואס נעמט דראגס ביי זיך אינדערהיים, און אז מ׳זאל אויסראטן די געי׳ס, זייער קולטור און זייער וועג פון לעבן״

!Go look for consistency in religion

ווען זיי זאגן אז די גאווערמענט זאל זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן, מיינען זיי צוזאגן:
״מיש דיך נישט אריין אין מיין וועג פון לעבן, נאר אין יענעמס וועג פון לעבן מיש דיך אריין״ ביסטו אנדערש פון מיר? זאל זיך טאקע די גאווערמענט אריינמישן אין דיין לעבן! נאר אין מיין לעבן נישט...

זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט הריגות און מיט סעקיורטי. ווייל אויב יא וואלטן זיי עפעס געטוהן פאר אמעריקעס פראבלעם מיט גאנס. זיי האבן א פראבלעם מיט ספאנישע און מינארטיס און זיי לייגן אן די שולד דורך פראפאגאנדע אז די ספאנישע זענען אלעס שולדיג פונקט ווי די נאציס האבן אלעס געבלעימט אויף די אידן.

״היינטיגע טראמפיזים איז נאציזים 2.0״

נאך א מזל סאיז דא סאושעל מידיע און אז בערך זעכציג פראצענט פון אמעריקע איז נישט מיט זיי. ווען נישט וואלט עס געוועהן מעהר ווייניגער ווי אוישוויץ...

ווער ווייסט צי ס׳וועט נישט אויפשטיין אין די נעקסטע 20 יאהר א טראמפ וואס גייט האקן אויף די אידן צי אויף א אנדערע מינארעטי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר