זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?

שליחה דורך גדליה »

ס'איז אנגענומען היינטיגע צייטען אז די רבי'ס זענען קארופטירט, דאס איז נישט עפעס א מתנגדי'שע שיטה, נאר אפילו ביי חסידים אליינס איז פארשטענדליך אז די רבי'סטעווע איז געווארן שטארק קארופטירט, און א רבי היינט איז דא נאר ווייל זיין טאטע אדער פעטער אדער זיידע האט מצליח געווען, אדער ווייל די גבאי האט בוחר געווען אז ער זאל פירן ווייטער די מלוכה. ס'איז א דבר מובן ביי כמעט יעדן איינעם, אז אזעלכע סארט צדיקים ווי די חוזה פון לובלין, רבי ר' אלימלך, צאנזער רב, צו אפילו לעצטיגע צדיקים ווי די בעלזער רב רבי אהר׳לע, אדער אפילו ריבניצער רבי, זענען שוין היינט א דיסקאנטיניוד אייטעם. היינטיגע צייטען אז מ'וויל זאגען אז א רבי איז א געהויבענע איד, וועט מען ארויסברענגען אז ער פירט א שיינע קהילה, און ער איז א שטיקעל ת"ח, אין ער איז א פעהיגע מנהיג, אבער כמעט קיינער וועט נישט זאגען למשל אז מיר האבען היינט רבי'ס וואס זענען אויף די קאליבער פון שינעווער רב אדער פון רבי מענדעלע רימנובער.
די סארט הנחה קומט נישט סתם פון ירידת הדורות, וואס הרב לעיקוואד האט שוין מברר געווען אין די וועקער באריכות, אז אמאל איז געווען גרעסערע אידען ווי היינט, נאר ענדערשט אז די רבי'סטעווע וועלט איז געווארן קארופטירט, און בעת אמאליגע צייטען איז א רבי געווארן ערוועהלט מחמת זיין גרויס צדקות און קדושה און עבודת ה׳, איז היינטיגע צייטן א רבי נאר א אנדייטונג אז דער איד האט א נאנטע קירבה משפחתית צו א אדמו״ר פון א גרויסע חסידות וואס לעבט שוין נישט.
אין א שמוס מיט א חבר מיינער, א שטיקעל אויפגעקלערטער, האט ער זיך גע׳טענה׳ט מיט מיך, אז לא דובים ולא יער, ס׳איז נישט אמת אז די אמאליגע צדיקים זענען געוועזן אנדערש ווי אמאל. זיין טענה איז אז זיי זענען אלע געווען אייניג.
יעצט כ׳האב שוין באגעגעגענט אידן וואס האלטן מיט אזא שיטה, אז היינטיגע צייטן זענען נאכאלץ דא די זעלבע צדיקים ובעלי מופתים וואס ס׳איז אמאל געווען. אבער מיין חבר דער אויפגעקלערטער האט עס געזאגט פארקערט, דהיינו, פונקט ווי היינטיגע צייטן זענען רוב נארמאלע חסידישע אידן מודה אז ס׳איז שוין נישט דא קיין צדיקים בעל רוה״ק און עובדי ה׳ במסירת נפש, אזוי אויך איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך.
פארשטייט זיך אז איך האב מוחה געווען אויף אזעלכע דיבורים. ווי קען מען למשל זאגען אז דער הייליגער בעל התניא, איז געווען פון די זעלבע קאליבער ווי ר׳ מענדעלע האגער י׳ ירפאהו ויחלמהו, אדער צו זאגען אז דער הייליגער קאצקער איז געווען אויף די זעלבע מדריגה ווי די סקווערער רבי זאל זיין געזונט און שווארץ. אבער מיין חבר האט זיך געהאלטן ביי זיינס, און מיך געפאדערט צו אויפווייזן א חילוק צווישן היינטיגע רבי׳ס און אמאליגע רבי׳ס.
אויף יעדע זאך וואס כ׳האב געזאגט מיין חבר פון די קאריפציע פון היינטיגע רבי׳ס, אדער די גרויסקייט פון אמאליגע רבי׳ס, האט ער מיך געוויזן אז יעדע זאך איז דא פארקערט.
למשל כ׳האב עם געזאגט אז היינטיגע רבי׳ס פירן זיך מיט א איבערגעטריבענע אויפרייסערישקייט. רייכע הייזער, און טייערע קארס. האט ער מיך באלד אויסגערעכענט א גאנצע ליסטע פון רבי׳ס פון אלע סארטן הויפן וואס האבן זיך געפירט בגדולה ובשררה. למשל די טשערנאבלער רבי׳ס, ריזשינער רבי׳ס. וכדו׳.
האב איך אים געזאגט אז היינטיגע רבי׳ס זענען אמעראצעם, פרעגט ער פון וואנען איך ווייס אז אמאליגע רבי׳ס האבען יא געקענט לערנען, ווייל אין מאור עינים און אין קדושת לוי זענען קיין גרויסע לומדות נישט פארהאנען.
אפילו די לומדי׳שע ספרים פון חסידישער רבי׳ס, זאגט מיין חבר אז היינט זענען אויך דא לומדי׳שע ספרים פון געוויסע רבי׳ס. למשל די קלויזענבורגער רבי פון א״י מאכט פשט׳לעך יעדע וואך. האב איך עם געענטפערט אז די היינטיגע רבי׳ס פארמאגען ספעציעלע יונגעלייט וואס לערנען דורך די תורות מיט די רבי, פרעגט ער מיך פון וואנען ווייס איך אז אמאל איז נישט אזוי געווען?
איך זאג אים אז די צאנזער רב פלעגט אויסטיילען אוצרות מיט געלט פאר צדקה, ענטפערט ער צוריק אז יעדע היינטיגע רבי האט א צדקה קאסע און פארטיילט מיליאנען.
איך זאג עם אז היינטיגע רבי׳ס קריגען זיך ארום, און זיי גייען אין קאורט, זאגט ער אז אמאל איז געווען צען מאל ערגער, און די גרעסטע רבי׳ס, וואס זענען פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אלץ שרפי מעלה און בעלי רוה״ק, האבען זיך ארומגעשלאגען און זיך ארומגעהארגעט. נו אוודאי זיי האבן געהאט העכערע זאכען, אבער אפשר די היינטיגע האבען אויך העכערע זאכען?
הקיצור, דער יונגערמאן זאגט מיך אז פונקט ווי איך גלייב נישט אין סקווערע רבי, אדער אין פאפא רבי, אזוי גלייבט ער נישט אין די חוזה פון לובלין צו אין בעש״ט.
וואס ענטפער איך אים?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר