די מאסן-מערדעריי עפּידעמיע אין אמעריקע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3330 מאל

די מאסן-מערדעריי עפּידעמיע אין אמעריקע

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אין לאנד, פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט אז אלע אמעריקאנע פענער זאלן אראפגעצויגן ווערן צו האלב. די שרעקליכע מאסן שיסערייען אין טעקסאס און אהאיא איז א טראגעדיע וועלכע דערציטערט דאס גאנצע לאנד. פון די הויכע פארשנייטע ראקי-בערג אין צפון ביז צו די וויסטענישן פון דרום טעקסאס, פון די קאראליינעס אין מזרח ביז צו די ווארימע וואסער ברעגעס פון קאליפארניע אין מערב – דאס גאנצער לאנד איז איינגעהילט אין א טיפער טרויער. א געפול פון אומבאהאלפנקייט נעמט ארום יעדעם איינעם יונג און אלט. אצינד איז שוין יעדער אן קיין אויסנאם איינשטימיג - אז די פאראייניגטע שטאטן האט א ערענסטער מארד פראבלעם, די שוידערליכע מאסן מערדערייען זענען שוין ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. אין די דאזיגע טעג איז דאס גאנצע לאנד פאראייניגט אז זאכליכע שריט דארפן זאפארט אונטערגענומען ווערן - צו פארמיידן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן אינעם צוקנופט. די פראגע איז בלויז ווי אזוי מען גייט ווירקליך לעזן דעם פראבלעם.

אט איז א קורצע איבערבליק איבער די וואפן רעכט אין די פאראייניגטע שטאטן:

ווי עס איז באוויסט איז די אמעריקאנער קאנסטאטוציע איינגעטיילט אין צוויי באזונדערע טיילן: אינעם ערשטער טייל ווערט אראפגעשטעלט די רעכטן פון די רעגירונג, און גענוי ווי אזוי די רעגירונג זאל פונקציאנירן. איבער רעכטן פון בירגער ווערט דארטן גארנישט דערמאנט, אבער אינעם צווייטן טייל - וועלכע איז אייגענטליך עטוואס שפעטער צוזאמגעשמאלצן געווארן מיט די ארגינעלע קאנסטאטוציע אויפן איניציאטיוו פון פרעזידענט זשעפערסאן, ווערט שוין יא אראפגעשטעלט די גענויע רעכטן פון איטליכע אמעריקאנער בירגער. דער צווייטער טייל ווערט אנגערופן דער ביל אף רייטס. דער ביל אויף רייטס באשיצט יעדע איינציגער אמעריקאנער בירגער פון די מאכט פון די רעגירונג. אינעם צווייטען אדמענטמענט פונעם ביל אף רייטס לייענט זיך ווי פאלגענד: א גוט רעגולירטע מיליציע, איז וויכטיג פאר די זיכערהייטס פונעם פרייער לאנד, די רעכט פון די מענטשען צו באזיצן און צו טראגן וואפן, זאל נישט ווערן געשטערט.
עטוואס צו פארשטיין דעם דאזיגען אדמענטמענט, פאדערט זיך אביסל זיך צובאקענען מיט די אונטערלאגע, צו פארשטיין פארוואס די גרינדער טאטעס פון אמעריקע האבן באשלאסן אריינצושטעלן דעם דאזיגען רעכט אינעם ביל אף רייטס.

ווען די ענגלענדער האבן געהערשט דא אין אמעריקע, האבן זיי געהאט ארויפגעלייגט א שטרענגער פארבאט אויף די קאלאניסטן צו ערצייגן און צו באזיצן וואפן. זיי האבן זיך ווארשיינליך געפארכט - אז אויב די קאלאניסטן וועלן באזיצן וואפן, וועלן זיי זיין אומשטאנד דורכצופירן א באוואפענטע רעוואלוציע קעגן זיי, ווי ס'האט טאקע ווירקליך פאסירט אין די ענדע. אין די יארן נאך די רעוואלוציע, האבן זיך די גרינדער טאטעס זיך נאכאלס געפארכט, אז אינעם צוקניפט וועט אויפשטיין א פרעזידענט וואס וועט זיך דעקלערן אלס א קעניג און פארוואנדלן דאס לאנד פון א פרייער רעפובליק צו א מאנארכיע. אין רעזולטאט האבן זיי אריינגעשטעלט דעם דאזיגען אדמענטמענט אין די קאנסטאטוציע – אזוי אז דאס פאלק זאל האבן די מעגליכקייט צו שטעלן א באוואפענטער ווידערשטאנד קעגן אזא סארט מאנארכישע רעגירונג. און צוגאב האבן זיי אויך געוואלט פארזיכערן אז זייערע קומענדיגע גענעראציעס זאלן נישט ליידן פון די אונטערדרוקענדע-איינצוימונגען פון וועלכע זיי האבן געליטן אונטער די הערשאפט פון די ענגלענדער. די אמעריקאנער בירגער האבן טאקע גענאסן פון זייער פרייער רעכט און געטראגן וואפן מיט שטאלץ.

אין יאר 876' למספ' האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו ענדערן - די דרום-שטאטן האבן דאן געהאט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף שווארצע צו באזיצן וואפן. דער סופרים קארט האט דאן געאורטיילט אז דער צווייטער אדמענטמענט רעדט בלויז צו די פעדעראלע-רעגירונג און נישט צו די שטאטן. דאס האט באדייט אז די שטאטן האבן א רעכט צו פארבאטן טיילן פון זייער באפעלקערונג צו באזיצן און צו טראגן וואפן. ווי אויך האט דאס באדייט אז די קאנסטאטוציע שענקט נישט קיין אוטומאטישע רעכט פאר אינדיווידואלע בירגער צו באזיצן און צו טראגן וואפן. שפערטער אין יאר 886' למספ' האט די סופרים קארט ווידערהאלט זייער אורטייל און קלאר געמאכט דעם אפטייטש פונעם צווייטע אדמענטמענט - אז די פעדעראלע רעגירונג איז נישט בארעכטיגט אפצוהאלטן שטאטן פון איינצושטעלן באוואפענטע מיליציעס, דערפאר קען די פעדעראלע רעגירונג נישט אפהאלטן אינדיווידואלע בירגער צו באזיצן און צו טראגן וואפן, ווארום זיי דארפן דאך באזיצן וואפן אין פאל זיי דארפן דינען אין די מיליציע. דאס איז עטוואס אין קאנטראסט מיטן פאריגע אורטייל - וואס לויטעט אז טראגן וואפן איז נישט קיין אינדיווידואלע רעכט. דער דאזיגער אורטייל איז אין אלגעמיין געווען געצילט צו ערלויבן פאר די שטאטן צו האבן קאטראל אויף זייערע מיליציעס. שפעטער אין יאר 939' האט דער סופרים קארט ווידעראמאל אריינגעקוועשט א נייעם אויפטוה אינעם צווייטן אדמענטמענט – דער געריכט האט אריינגעלערנט אז די קאנסטאטוציע רעדט בלויז פון מיליטערישע אדער פאליצייאישע וואפן. אזוי צו זאגן: די פעדעראלע רעגירונג האט נישט די רעכט אפצוהאלטן די שטאטן פון אויסצושטאטן זייער פאליצייאישע אגענטורן און מיליטערישע מיליציע מיט מיליטערישע וואפן. זאגאר באזיצן און צו טראגן קליינע וואפן, קען אויסשליסליך יא ווערן רעגולירט דורך די פעדעראלע רעגירונג.

ענדליך אין יאר 08' למספ' האט דער העכסטער ריכטער אין לאנד דער הויכגעשעצטער טשיף יוסטיץ, אַנטאָנין סקאַליאַ צוריקגעקערט דעם קרוין קיין יושנה. ער איז צוריק געגאנגן צום איינפאכער ארגינעלער פשט פון קאנסטעטוציע און ער האט דאס אפגעלערנט גענוי אזוי ווי ס'שטייט. א גוט רעגולירטע מיליציע, איז וויכטיג פאר די זיכערהייטס פונעם פרייער לאנד, די רעכט פון די מענטשען צו באזיצן און צו טראגן וואפן, זאל נישט ווערן געשטערט. פערטיג. ער האט אבער גלייכצייטיג קלאר געשטעלט אז די פעדעראלע רעגירונג האט די רעכט איינצושטעלן פארשידענע רעגולאציעס, וו.צ.ב.ש. די סארט וואפן, די ערטער וואו וואפן זאלן זיין ערלויבט און וואו נישט, די מענטשן וועלכע זאלן זיין ערלויבט צו טראגן וואפן און וועלכע נישט. טשיף יוסטיץ סקאַליאַ, האט אפגעזען פון דעם וואס ער איז געווען א פייערדיגער אריגענעליסט - און ער האט געהאלטן אז מ'דארף זיך וואס מער צוהאלטן צו די ארגינעלער טעקסט פון די קאנסטאטוציע, פארט האט ער פארשטאנען אז ווען די גרינדער-טאטעס האבן געשריבן די קאנסטאטוציע, האבן זיי פילייכט נישט געהאט אין די געדאנקן אז מענטשן מיט גייסטישע פראבלעמען זאלן פארמאגן די רעכטן צו רומפאזשירן מיט א גראנדיעזע מיליטעריש טאנק אין די גאסן פון ניו יארק און טשיקאַגאָ...

[center]*[/center]

דאס געזעץ אין לאנד איז קלאר: יעדע אמעריקאנער בירגער האט די פולשטענדיגע רעכט צו באזיצן און צו טראגן וואפן. (נישט חלילה עס ניצן, אויסער ווען נויטיג...). אין מערסטייל פון די אייראפישע לענדער איז טאקע נישט פארהאן אזא רעכט, זאגאר אין די פאראייניגטע שטאטן איז דער רעכט צו טראגן וואפן יא פארהאן! און פארוועם אימער דאס רעכט שטייט ווי א דארן אין אויג, קען זיך רואיגערהייט אויפהייבן און זיך אריבער ציען דעם אנדערען זייט אטלאנטיק קיין אייראפע, און זיך דארט אויסלעבן די יארן אן די נאכאנאנדע פלאג פון מאסיווע מאסן מערדערייען וועלכע באשעווען אין אמעריקע ווי א מאסיווע שניי זאווערוכע...

אין ליכט פון די גרויזאמע שיסערייען אין טעקסאס און אהאיא ארגומענטירן די רעפובליקאנער: מיר זענען גרייטן עטוואס אויפצוגעבן עטוואס פון אונזער פרייהייט אין אויסטויש פארן פרייהייט פון לעבן. מיר קענען באשטיין אז די רעגירונג זאל איינשטעלן עטוואס מער רעגולאציעס אויף אונזער קאנסטעטוציאלע רעכט צו טראגן וואפן. אבער איידער די רעגירונג באגרעניצט אונזער קאנסטעטוציאלע רעכט פון טראגן וואפן, פאדערט זיך ערשט זיכער צו מאכן אז מער רעגולאציעס זענען די אויסשליסליכסטע מיטל צו פארמיידן מאסן מערדערייען אינעם צוקנופט. פרעזידענט טראמפ אינאיינעם מיטן סענעטאר לינדזי גראַם ארבייטן טאקע אימערמידליך פארגעשלאגן עטליכע נייע געזעצן - וועלכע וועלן האפענטליך פארמיידן מאסן-מערדערייען אינעם צוקנופט - געזעצן וועלכע נעמען מער ווייניגער נישט אוועק אונזערע קאנסטעטוציאלע רעכטן.

אבער די סאציאליסטן זענען גארנישט צופרידן... זיי זענען אויסן אונז צו בארויבן מיט וואס מער פון אונזערע רעכטן. זיי זענען אויסן אז דער פעדעראלער רעגירונג זאל וואס מער קאטראלירן די לעבנס-עספעקטן פון די באפעלקערונג. זיי זענען אויסן אז די רעגירונג זאל פולשטענדיג קאנטראלירן געזונטהייט פארזיכערונג, ערציאונג, און אפילו וואס מען עסט, און וואס מען לייענט. זיי ווילן אפשאפן יעדע סארט פרייהייט פון וועלכע מיר געניסן דא אין די פאראייניגטע שטאטן. אויסגעשלאסן השחתה. בלויז דארט ווילן זיי אז ס'זאל הערשן פולקומע פרייהייט רח''ל. זיי זענען אויפגעשפרינגן מיט אומבאגרעניצטע פרייד נאכדעם וואס די מאסן מערדערייען האבן זיך אפגעשפילט... אה... אצינד קען מען שוין אוועק נעמען נאך א פרייהייט פון די באפעלקערונג... אצינד גייט שוין די רעגירונג באקומען מער מאכט און קאנטראל אויף די מענטשהייט.

די פארהאסטע סאציאליסטן נוצן אויס די שרעקליכע טראגעדיע צו שטיפן זייער עקלהאפטיגע ליבעראלע פאליטיק און זייער סאציאליסטישע אגענדע.... סארא שאנדע ....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר