פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז ברייט באקאנט צו פארענטפערן אסאך טריטען פון רבנים און מנהיגים, אז זיי געבען נאך צו די פרעשור פון עקסטרעמיסטן וואס צווינגען זיי עפעס צו זאגען אדער חתמנ'ן.

איך וויל וויסען צו עס איז בכלל אמת.

מיט פופציג יאר צוריק, האט יעדער רב אין וויליאמסבורג געמוזט מורא האבען פון די שלעגערס. ווען ער זאגט אדער טוט עפעס אנדערש ווי יענער חברה, איז זיין גאנצע טאג אין געפאר פון פאוני קאללס, פיצא דעליוועריס, פייער לעשערס און אנדערע פראבלעמן. וואס איז אבער היינט? למשל, טאמער א רב רעדט תשעה באב אויף אלע גדולי ישראל וואס זענען אוועק, און ער דערמאנט הרב שטיינמן, וואס וואלט אים פאסירט? איבסל קאטשקעריי לעבן זיין הויז? איינער וועט עפעס שרייבען אויף אייוועלט? סך הכל וועט ער נישט קענען בויען זיין מלוכה אין סאטמאר פנימה. קיין עכטע טרור איז דא נישט פארהאנען.
און אזוי איז עס ביי פיל זאכען. ווען א דיין אין סאטמאר רעדט נישט קעגען די עירוב אין ברוקלין, וואס וועט זיין מיט איהם? ער וועט בלייבען אן פרנסה? זיין קינדער וועלען צושלאגען ווערן? סך הכל וועט ער פון היינט און ווייטער נישט זיין קיין גרויסע מ"ד אין סאטמאר. דאס הייסט טרור? דאס איז עפעס א תירוץ? סה"כ מוז ער קלויבען צו וועלכע קרייז ער וויל באלאנגען, ווי וויל ער זיין כבוד. טאמער ער קלויבט אויס א צד אין וואס ער גלויבט נישט, נאר צוליעב דעם אז ער וויל באקומען כבוד אין א געוויסע ארט, איז ער אומארנטליך און ער איז נישט קיין אנוס. ער איז דער וואס מאכט די פרעשור מער ווי דעם וואס ער איז א וויקטים דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר